☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » א געשמאקע סדר מיט אונזערע ב״ב און קינדערלעך

א געשמאקע סדר מיט אונזערע ב״ב און קינדערלעך

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3297

לבי במזרח » זונטאג מערץ 24, 2013 10:59 am

· #99712
א געשמאקע סדר מיט אונזערע ב״ב און קינדערלעך
סא לעטס געט דאון טו איט, וואס איז אייער איידיע פאר א רילעקסינג געשמאקע און אין די זעלבע צייט א ספיריטועל סדר מיט אונזערע קינדערלעך?

איך, אלס א טאטע פון קינדער אף אל עידזשעס, בין שוין געקומען א לאנג וועי ב״ה פון מיינע קינדערישע מעמאריס פון דעם סדר. נישט אז מיין טאטע האט נישט געמיינט גוט, ער איז א יוד א צדיק, אבער ער האט נעבעך זייער געוואלט האבן א ״דערהויבענע״ סדר... נו, כ׳וויל נישט יעצט אריינגיין און וואס׳ארא פנים דאס האט שוין געהאט מיט קינדער און רינדער, אנגעהויבן מיט די לאנגע הכנות ביזן עקשועלי אנהייבן די סדר, די משונה׳דיגן לאנגע מגיד, די בארינג הגדה נוסח וכו. וכו. (סי דא אסאך צו רעדען, אבער דאס איז נישט מיין יעצטיגן פוינט).

לאמיר דא שערען איידיעס אויף וויאזוי מ׳קען מאקסימייזן די פאטענציאל פון די גרויסע נאכט און א וועג וואס עס זאל בלאבן און אונזערע קינדער מיט א פאזיטיוון בליק אזוי ווי איך בין זיכער אז עס איז מענט טא בי.

אפאר קליינע דוגמאות:

איך האב אפאר יאר צוריק זיך אויסגעלערנט פון א חבר א שיינע ניגון אויף די הגדה וואס נאכט די עצם זאגן א ב׳טעם׳טע זאך פאר זיך.

א חבר מיינע האט געפרינט א גאנצע פעקל קארטלעך מיט פיקטשערס וואס ער האט אויסגעקליבן אויף גוגל וואס זיי דעסקרייבן אלע מכות (אלע מינים, שרעקעדיגע, פאני וכו׳) עוורי נאו אנד דען אינמיטן די הגדה האב איך ארויסגעגעבן א ראנדאם קארד און די קינדער האבן דאס ארום געשיקט און געדארפט געסן וואס דאס איז, וועלעכע מכה. די עקסייטמענט איז געווען קנאקעדיג.

איך האב נאך, אבער לאמיר הערן פון די חברים דא וואס עטס האטס צו פארקויפן.

אזוי אויך וואס׳ארא ענינים איז גוט זיי צו זאגן ביים סדר, ווי לאנג זיך צו זוימען ביי יעדע ״סטאפ״ און אזוי ווייטער.

גאלד » זונטאג מערץ 24, 2013 11:13 am

· #99715
איך האב דעם שבת דעסקרייבט פאר מיין פעמילי די הקרבת קרבן פסח אין ירושלים, ס'איז געווען ב"ה א סוקסעס - נישט אלעמאל געלונגט עס - ס'דא אסאך מאל גאר פשוט'ע דיטעילס וואס מ'קוקט אן פאר א בארינג פרט פאר ערוואקסענע מענער, אבער ס'פאלט נישט ביי אז קינדער און פרויען האבן דאס קיינמאל געוויסט און ס'קען זיין זייער אונטערסאנט אויב מ'לייגט עס גוט אראפ, מיין פרוי זז"ג האט מיר געפרעגט צו גאנץ כלל ישראל האט געפראוועט איין גרויסע סדר, בין איך אריין אין דיטעילס די ענין פון "חבורות", און אז די הייניטיגע מצות באקן "חבורות" איז על שם דעם, דאס ענין פון אנטייל די מנוין "פראציאנען", די שעכטן ערב פסח, די בראטן נאכן זמן ווי גאנץ ירושלים האט געהאט טויזענטער לעם בארבעקיו פיקניקס, און ס'געהאט א ריח מיילן ווייט, די גויאשע שכנים זענען געווען זשעלעס, און נאך אסאך,

לבי במזרח » זונטאג מערץ 24, 2013 11:16 am

· #99717
איין זאך וואס איך וויל צולייגן, גיב קרעדיט ווער קרעדיט איז דאא, כ׳האב געליינט אפאר יאר צוריק וואס דער שאץ מאץ פלעגט שרייבן און ער כ׳האב זייער הנאה געהאט. ער איז געווען אביסל צו שאוועניסטיק פאר מיין טעיסט, אבער זיין סובסטענס איז געווען גוט.

מורינו הרב » זונטאג מערץ 24, 2013 11:17 am

· #99718
א כלל גדול פאר א געשמאקן סדר, און אזוי האב איך איינגעפירט ביי מיר - מיט סוקסעס: איידער דו קומסט אריין אינדערהיים נאך מעריב, פארמאך דיר די אויגן און שטעל דיר פאר אז דו ביסט יעצט א וואלנטיר צו פירן א סדר פאר א נויטיגע משפחה, א פרוי מיט קינדערלעך. קום אריין מיט א שמייכל, זאג שיין גוט יום-טוב, מאך פרייליך די שטוב, פארקוק אויף די עולות, הייב אן 'קדש', רעד צו די קינדער, און אויב איינער פירט זיך נעבעך נישט אויף שיין, געדענק - דו ביסט נישט די טאטע, דו טוסט א חסד און דיין אויפגאבע איז צו זען אז די סדר זאל זיין ווי מער פרייליכער און רואיגער פאר זיי (און נישט פאר דיר). דיין שכר אין הימל איז פיל מער דערפון.

וועסט זען אז אלעס וועט געפירט ווערן אנדערש.

יואליש » זונטאג מערץ 24, 2013 11:20 am

· #99721
די שליסל איז אז מ'מיז נישט נאכגיין א טעמפלעט. מ'מיז נישט לאכן בלויז ביי יחץ און וויינען ביי נשמת. די פרינציפיל פון שישאלו התנוקת לערענט אונז אז סיי וואס ס'כאפט דאס קינד"ס אימעזשינעשאן איז געניג ליל התקדש החג'דיג. כנגד ארבעה בנים דברה תורה. לא ראי א בחור וואס איז די גיסטע פון א ווארעמע פקודא בתר דא און א שיר השירים לויט א פירוש וואס שטימט מיט זיין בחור'שע מצב מיט השתוקקות פאר קרבות אלוהים, צו א קינד וואס גלייכט צו זעהן די טאטע זיך אנטוהן א 90 פאליס היטל און מאכן א שטרענגע פנים ווארענדיג ווער ס'וועט גנב'ן די אפיקומן.

נישט פארגעסן צו שענקן א ווארעמע שמייכל פארן דריי יעריגס וואס טרינקט אראפ פון קידוש שוין ביי סברי מרנן אדער דאס זעקס יעריגס וואס גיסט אויס דאס כוס איבערן נייע אנצוג און שיין געסטארטשטע טישטוך. רואיגקייט און צופרידהייט און חירות זאל הערשן!

מורינו הרב » זונטאג מערץ 24, 2013 11:25 am

· #99723
יואליש זאגט זייער גוט. די שאלה איז נאר בנוגע קינדער וואס ווילן פרעגן קושיות... אויב מען וועט אלעמען לאזן פרעגן כאוות נפשם, העט קיין סדר נישט זיין און מען וועט ענדיגן הערשט פארטאגס. איך האב איינגעפירט ביי מיר אז איך לאז יעדן קינד אריינפרעגן צוויי מאל במשך הסדר וואס מען וויל, און די איבעריגע צייט דארף ער זיצן שטיל. פארשטייט זיך אז מען מאכט לויז אביסל דעם כלל און מען איז נישט מקפיד אויב מען פרעגט אביסל מער, אבער מען דארף נישט צולאזן א גאנצע הפקרות.

זר זהב » זונטאג מערץ 24, 2013 11:28 am

· #99724
מורינו אזאנס האבעך נאך נישט געהערט. און איך אין דיינע שיך וואלט אויפגעבליבן, יא, ביז פארטאגס, וואס וואלט מילא נישט געשען, און געלאזט יעדן קינד פרעגן יעדע שאלה וואס ער האט. דאס טאר מען נישט פארפאטשקען אזא זכיה אין אזא נאכט.

זר זהב » זונטאג מערץ 24, 2013 11:32 am

· #99728
און ס'גייט זיך אנדערש צום סדר נאכ'ן אויסהערן אפאר קאסעטן פון הרב שלעזינגער שליט"א

אה... וואס ער ווארפט צאם מיט אזא מתיקות

גאלד » זונטאג מערץ 24, 2013 11:33 am

· #99730
א רב האט זיך נעכטן אפגערעדט אז נארמאל דארף זיין "והגדת לבנך" דער טאטע דארף פארציילן פארן קינד, דערווייל איז היינט א פארקערטער וועלט, די קינדער קומען אהיים פון חדר/סקול, מיט הויפנס בלעטער תורות, יעדע תורה באקומט מען א פוינט פון די רבי/טיטשער, מ'לאזט פשוט נישט די טאטע קומען צום ווארט, אזוי אז ס'געווארן א "והגדת לאביך"

מורינו הרב » זונטאג מערץ 24, 2013 11:34 am

· #99731
נע, פארשטייסט נישט.

א קינד פרעגט א שאלה וואס פארן צווייטן קינד איז נישט אינטערעסאנט. ביז מען ענטפערט דעם קינד, ווערט דער צווייטער אומגעדולדיג און וויל שוין הערן ווייטער וואס דער טאטע זאגט. אבער אי משום הא אליין, וואלט נאך גוט געווען. די ערגסטע איז ווען דער צווייטער קינד כאפט זיך ארויף אויף א ווארט פון מיין ענטפער, וואס איז שלא מן הענין, און הויבט אן פרעגן קושיות דערויף, און דאן ווערט דער שמועס פארפארן צו אנדערע רעלסן בכלל, שלא מן ענין הסדר בכלל, און דאן ווערן די אנדערע נערוועז, וחוזר חלילה.

איך האף אז איך האב זיך גוט מסביר געווען. אויב נישט פרעג איבער און איך וועל מאריך זיין מיטן פראבלעם.

יואליש » זונטאג מערץ 24, 2013 11:38 am

· #99733
ס'איז דא וואס הערן אויס די תורות און ענינים בלויז ביי די באטאג סעודות. ביים סדר פארברענגט מען שיין מיט עטוואס א סדר.

days » זונטאג מערץ 24, 2013 5:19 pm

· #99896
מורינו הרב
א כלל גדול פאר א געשמאקן סדר, און אזוי האב איך איינגעפירט ביי מיר - מיט סוקסעס: איידער דו קומסט אריין אינדערהיים נאך מעריב, פארמאך דיר די אויגן און שטעל דיר פאר אז דו ביסט יעצט א וואלנטיר צו פירן א סדר פאר א נויטיגע משפחה, א פרוי מיט קינדערלעך. קום אריין מיט א שמייכל, זאג שיין גוט יום-טוב, מאך פרייליך די שטוב, פארקוק אויף די עולות, הייב אן 'קדש', רעד צו די קינדער, און אויב איינער פירט זיך נעבעך נישט אויף שיין, געדענק - דו ביסט נישט די טאטע, דו טוסט א חסד און דיין אויפגאבע איז צו זען אז די סדר זאל זיין ווי מער פרייליכער און רואיגער פאר זיי (און נישט פאר דיר). דיין שכר אין הימל איז פיל מער דערפון.

וועסט זען אז אלעס וועט געפירט ווערן אנדערש.

פשיהא דאס איז א גוטע ליין...
טראכט די טוהסט א חסד
לאז די סדר געפירט ווערן לויט די קינדער'ס געשמאק
חירות= פרייהייט איז בכלל נישט קיין סתירה צו ווארעמקייט....
פאאשש נישט דיין אגענדע אויף די קינדער ווייל דיין טאטע אדער חבר האט אזוי געטוהן....

אביגדור » מאנטאג מערץ 25, 2013 9:13 am

· #100048
ידוע.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 25, 2013 12:10 pm

· #100066
'טרעסאנט וואס דא זאגסט פונעם ירושלימ'ער רב (וועלכע?). וואס איז מיט די מצוה והגדת לבנך? אפשר האט ער שוין געהאט חתונה געמאכט אלע קינדער דעמאלס, אבער ביי אונז יונגעלייטלעך איז נאך נישט שייך די הנהגה.

מאדנע ווי קיינמאל וויל מען נישט לערנען, נאר שבת ביי לכה דודי און פסח א שעה נאכן אנהויבן דעם סדר.

איינגעמיירעט » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 3:43 am

· #100158
איך ווייס נישט אויב עפעס איז ראנג מיט מיר אבער מיין סדר איז געווען בערך אזוי ווי נארמאל
מיינע קינדער האבען געזאגט די סימנים מיט א פרישקייט, זיי האבען מיט געזאגט די נוסח מיט א געוואלדיגע פרישקייט,און ערענסקייט איך האב גערעדט צו זיי בערך 15 מינוט וועגען די עקרי אמונה וואס מהאט געזען ביי יציאת מצרים און אביסעל פון די בעיסיקס דיסקריפשין פון די הגדה איך האב אנגעפאנגען פשוט לויט די פארשטאנד פון די יונגערע און דערנאך בין איך געגאנגען טיפער פאר מיינע עלטערע קינדער און דערנאך נאך טיפער פאר מיין ווייב און פאר מיר ,און אלע האבען enjoyed די נאכט to the max .
Am I missing something אז איך שפיל נישט די card game .

יידל » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 12:05 pm

· #100184
קודאס צו דיר איינגעמיירעט. פאר אסאך מענטשן איז שווער צו טרעפן דעם באלאנץ. דו האסט געהאט די זעלבע עקספיריענס ביי דיי טאטע און שווער ווען דו פלעגסט גיין צו זיי?

יין שרף » מאנטאג מערץ 23, 2015 9:10 pm

· #260965
פיינע נייעס די אשכול. אויפגעוועקט.

הוגה » מאנטאג מערץ 23, 2015 9:50 pm

· #260997
דער ערשטע סדר מילא, אבער דער צווייטע נאכט? עס קומט אריין ווי קעטשאפ און מאסטערד אין די גריז ביי פרישטאג, און ווי הילבערט'ס האטעל אין די נו יארק מאראטאן. ווען מ'האט קובע געווען דעם ספיקא דיומא האט מען זיך זיכער נישט געכאפט אז דאס מיינט צוויי סדרים. ווען איך וואלט געהאט די יונגע כוחות וואלט איך עס גענצליך מבטל געווען.


.

היסטאריקער » מיטוואך אפריל 1, 2015 3:01 pm

· #263550
נישט דעם ערשטן טאג היייאר, שב"ק