איך נישט קיין פראבלעם נישט אויף אזוי און נישט אויף אזוי, איך קען ענק נישט מסבר זיין וואספארא הנאה איך האב ביים קלינען אויף פסח, יעדע זאך וואס איך טו איז עפ״י הלכה וואס מדארף, סאיז מורעדיג! I love it כהאב קיינמאל נישט געוויסט אז די מצוה קען אויך זיין מיט פלעזשער
אין אמת'ן ווענדט זיך מיט וועם דו מעסט זיך, לגבי רבי זלמן לייב פילאפ ביזטו לכאורה א גרויסע קל, ווידעראום לגבי טענדלער אדער הרב פירון ביזטו לכאורה א גרויסע מחמיר, אפשר אפילו צו א גרויסע מחמיר. אזוי איז מיט א יעדע מענטש און יעדע מצב אויב מעסט ער זיך מיט פרומערע איז ער א קל און פארקערט איז פארקערט.
דו אמת'ע ענטפער אויף אזא שאלה דארף יעדע מענטש ענטפערן פאר זיך אליין : צו לעבט ער לויט די ווירדן וואס ער האלט טייער צו נישט, אויב ידען האלטסו באמת אז דיין ווייב טרייבט איבער א א געוויסע הינזיכט און לכבוד דעם ביסטו דיך מקיל, מאכט דיר דאס נישט פאר קיין קל, בפירוש נישט, משא"כ אויב לעבסט נישט לויט דיינע ווירדן אדער בעסער געזאגט שטעלסט אוועק א לייף סטייל וואס איז אין קאנטראסט צו דיינע ווירדן קען מען שוין אפשר יא זאגן אז דאס גייט אריין אין כלל פון א לאו לייף.
ובנוגע למעשה דארפסט האבן א שמועס מיטן ווייב און א רואיגע מינוט, איר מסביר זיין דיין שיטה בנוגע הלכה השקפה אידילוגיה וכו', און אויב מאכט עס סענס, בעטן\פארלאנגן ריספעקט פאר דיין דעה און נישט צולאזן זי זאל דיך אנרופן געמיינע נעמען ווי קל אדער לאו לייף, און די זעלבע פארקערט זאל זי דיר מסביר זיין איר שיטה און אויב מאכט עס סענס דארפסטו איר רעספעקטירן פאר איר דעה און איר נישט אנרופען אזעלכע אומאיידעלע ווערטער ווי פרומער וכו'. אז מען פארשטייט זיך איינער דעם אנדערן האט מען געלייזט האלב פינעם פראבלעם.
ובנוגע למעשה ממש דארף מען מאכן א קאמפרעמייז א פשרה, עפעס אינמיטן ביידע דעות אזוי אז יעדער זאל זיין צופרידן, יעדער זאל שפירן אז ער האט עפעס סעקרעפייסט און עפעס פארדינט, ממש אזווי די באבובע פסק וואס גייט אט אט ערשיינען.
גם אני בחלומי, מיין ווייב ווערט פשוט משוגע פון די הכנות לפסח, דאס אויפרוימען, און די פרעשער, און עטליכע מאל בין איך שוין אויך געווען א פויער וואס קערט נישט, אבער גראדע האב איך דערפון מוראדיג הנאה. פארוואס. ווייל קוק אן די פרוי מיינע און אזוי אויך רוב פרויען זענען בטבע אמתדיג מיט זייערע מענער זיי זוכען נישט צו פאפען די מענער, און לגבי דעם ענין פון פסחדיג מאכען פאפען זיי אויך נישט, זיי מיינען עס גאר ערענסט. פון די אנדערע זייט ליידער, אין די לעצטע עטליכע יאר איז מיין פרוי'ס מצב אין אידישקייט אביסל שוואכער געווארן איך זעה נאכגעלאזקייט דא און דארטן אבער כ'זאג איר נישט גארנישט, כ'פריי מיך אז זי זאגט מיר נישט און שוין, אבער דאך בין איך באזארגט אז אפשר וועט זי זיך טרעפן עפעס א נייע מהלך, אפשר וועט עס שאדן פאר די קינדער אפשר וועט זי נאך קליגער ווערן, און נאר דעס פעלט מיר נאך אויס.
קומט אבער צו גיין דער יערליכער פסח, ממחרת יום השושן פורים הייבט זיך עס אן די מוראדיגע לחץ באגלייט מיט די תמימותדיגע קשיות, און די חומרות זי לאזט נישט גארנישט נאך, דאס דערפריידט מיך מוראדיג אז ב"ה אלעס פארט כשורה, און פאר קיין שום פרייז וועל איך איר נישט קאלט מאכן אין דעם, און איך טוה וואס איך קען ארויסצוהעלפן, עכ"ז וואס איך האב נישט קיין טראפ געדולד, מאך איך מיך כאטשיק ווי איך העלף און צומאל טראג איך מיךטאקע אפ פאר א ווייל זיך אויסצולופטערן און מיט דעם פיל איך מיך ווי דער הייליגער חתם סופר זי"ע
דאס איז ע"פ פשט ס'איז אבער אויך דא גאר גרויסע סודות אין די ענינים, זאלסט נאר אזויפיל וויסען אז די פאר מצוות וואס די נשים צדקניות האבן באקומען, און די זכותים זייערע דאס האט אונז אלעמאל דערהאלטן ובזכות נשים צדקניות עתידין ישראל לגאול ממילא לאמיר זיי צוהעלפן
איך האב געהערט אן עצה אין דעם נושא פון א גוטן איד, און איך האב עס אויספרובירט מיט הצלחה. א חודש צוויי פאר פסח זענען שוין די מוחות פון די פרויען פארנומען מיט די לחץ פון פסח, און דעמאלט'ס קענען זיי אפילו נישט הערן ווען מען רעדט קעגן די קראצן אויף פסח, דעמאלט'ס קען מען זיי נאר מחזק זיין אז מיט יעדע קראץ ווערט באשאפן א מלאך, וכדומה. אבער במשך די יאר דעמאלט'ס איז די ריכטיגע צייט צו רעדן פון דעם, שבועות צייט הייבט מען אן צו רעדן פון דעם, שבת ביים טיש זעהט מען אז עס זאל אריינקומען אין די שמועס אז די אלע קראצערייען האבן גארנישט מיט די הלכה, מען דארף בסך הכל אויפרוימען די הויז בערך אזוי ווי מען רוימט לכבוד שבת, מען קערט אויס, מען וואשט אויף, און מען ווארפט ארויס די חמץ און דעט'ס איט. אלע פלעצער וואס מען פארקויפט דארף מען נישט פסח'דיג מאכן בכלל, דישעס דארף מען בכלל נישט אנקוקן אזוי ווי עס איינגעפירט אז קיינער לייגט סיי ווי נישט אוועק קיין שמוציגע דישעס, וועש קלאזעט'ס זענען א מקום שאין מכניסין בו חמץ, די טשענדעליר איז קיינמאל נישט געווארן חמצ'דיג, די ווינדאו'ס און ווינדא שעד'ס דארף מען נישט וואשן א.א.וו. אבער די אלע זאכן קען מען נאר זאגן פון שבועות ביז פורים, איך האב אזוי געטוהן עטליכע יאר, און עס ארבעט ברוך ה' זייער פיין, עס גייט אריין אין קאפ, און ווען עס קומט פאר פסח, ווייסן שוין די בני בית אז מען דארף זיך נישט אזוי איבערשטרענגן.
מיין ווייב פרעגט מיך לעצטענס וואס שלעכט איך האב טועם געווען אז איך זאל דארפען אזוי לאנג פארברענגן אין ביה"כ. וואס זי ווייסט נישט איז אז איך זיץ גארנישט אין ביה"כ איך זיץ אין קאווע שטיבעל... אבער פאר דיר, ידען טייערע, איז שוין דא די אלטע עצה וויאזוי פסח'דיג צומאכן למשל די ספרים. מען שלעפט אריין א וואקיום קלינער אין ספרים שטוב, פארשליס די טיר פון ארונטער, צינד אן דאס מאשין, זעץ זיך אראפ אויפן ריקליינער מיט פסח'דיגע פאטעטא טשיפס און זיי מהנה די קאווע טרינקערס. נאך צוויי שעה, קום ארויס און זאג, די אנדערע האלב וועל איך מאכן מארגן
מען טאר נישט גרינגשעצען א ווייב ( אין א חבר אויך נישט) נישט קיין חילוק צי וואס זי טוט איז מוכרח להלכה, ווייל ווען מען גרינגשעצט אין וואס יענער טוט שפירט יענער אז מען גרינגשעצט אין איר, אין אוטומאטיש שפירט זי א געפיהל צי זיך אננעמען פאר איר EGO אין אוטומאטיש איינע פין די וועגען איז צי טראכטען אז זי איז גערעכט נאר די מאן איז א לאולייף,
ממילא גרינגשעץ נישט אין דיין פרוי, אין טאמער האסט עפעס צי זאגען זאג עס אויף א אופן וואס ס'זאל נישט פוגע זיין אין יענעם'ס EGO דאן וועסטע אסאך מער אין גרינגער קומען צי א פארשטענדעניש,
מיין ווייב פרעגט מיך נעכטען אז זי גייט מאכען חלה וועגען די גרויסע מצוה פון שליסעל חלה און זי וויל וויסן וויפיל חלה צו נעמען, זאגעך אז נאר א ביסעל, און סע מיז נישט זיין גרויס אזוי ווי א בילקעלע. איך קים שפעטער אהיים און זי שיקט מיך איך זאל לייגען די חלה צו פארברענען (ווייל אויב נישט קעמען נישט האבען גוטע קינדער), און איך זעה אז זי האט גענומען א שיעור וואס איז גענוג פאר גאנץ וויליאמסבורג, פרעגעך וואס איז דאס? זאגט זי אז איך מאך אייביג די קלענסטע שיעור און זי איז מחמיר.
כאב געוואלט ארויס נעמען די גאנצע טייג און מיך מאכן א פיינע חלה פאר סאפער.
איך האלט אין איין טראכטען אז ידען וויל מיר זאלן שוין מחליט זיין פאר עם אויב ער איז א קל אדער א לוילייף. וועלכע פון זיי? מיר זעהט ער עפעס אויס צו זיין א לוילייף, נישט קיין קל ח"ו. .. אריין אין misleading קעפלעך אשכול.
איך האלט אין איין טראכטען אז ידען וויל מיר זאלן שוין מחליט זיין פאר עם אויב ער איז א קל אדער א לוילייף. וועלכע פון זיי? מיר זעהט ער עפעס אויס צו זיין א לוילייף, נישט קיין קל ח"ו. .. אריין אין misleading קעפלעך אשכול.
Lol My wife is mislead. Since those are her words.
מען טאר נישט גרינגשעצען א ווייב ( אין א חבר אויך נישט) נישט קיין חילוק צי וואס זי טוט איז מוכרח להלכה, ווייל ווען מען גרינגשעצט אין וואס יענער טוט שפירט יענער אז מען גרינגשעצט אין איר, אין אוטומאטיש שפירט זי א געפיהל צי זיך אננעמען פאר איר EGO אין אוטומאטיש איינע פין די וועגען איז צי טראכטען אז זי איז גערעכט נאר די מאן איז א לאולייף,
ממילא גרינגשעץ נישט אין דיין פרוי, אין טאמער האסט עפעס צי זאגען זאג עס אויף א אופן וואס ס'זאל נישט פוגע זיין אין יענעם'ס EGO דאן וועסטע אסאך מער אין גרינגער קומען צי א פארשטענדעניש,