☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » נייע באנוצער - ענדרויד געלעקסי הילף

נייע באנוצער - ענדרויד געלעקסי הילף

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3282

ידען » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:05 pm

· #99310
נייע באנוצער - ענדרויד געלעקסי הילף
כאב שוין געשריבען אז כאב באקומען מיין נייע סעלפאן די געלעקסי 3 און איך שפיל מיך די לעצטע טעג מיט עס און היינט האבעך עס activated און סע דא א סאך זאכען וואס איך ווער געוואר יעדע מינוט און א סאך זאכן וואס איך קען ביישטיין אז איך זאל וויסן וועגען די באהאלטענע זאכען וואס די סעלפאן האט.

די ערשטע זאך האבען זיי געבעטען אז איך מיז מיך אריינסיינען מיט מיין אימעל און כאב געלייגט מיין געהעריגע אבער איך וויל אויך סע זאל זיין דארט מיין "ידען" אימעל. וויזוי מאך איך עס?

Whatsapp
האבעך שוין לאנג מער געניצט ווי bbm און אויף די געלעקסי איז עס סאך בעסער און שענער.

וואס נאך איז דא?

די סקרין איז הערלעך אבער איך קען נאכנישט טייפען געהעריג ווייל די keyboard איז טאטש און כאב כמעט געמאכט א עקסידענט ווייל איך מיז זעהן די סקרין און איך קעניש פילען די באטענס אזוי ווי ביי די בלעקבערי.

באלד וועלעך שרייבען אויף די געלעקסי די ערשטע מאל, און איך וועל זעהן אויב סע גרינג ווי ביי די קאמפיוטער. אויב סע איז וועלעך אפשר שרייבען סאך מער ווי ביז יעצט.

מע קען שרייבען וועגען די browser. וועלעכע איז בעסער אדער אפשר איז גוט וואס סע קומט מיט. און וועלעכע keyboard איז גוט. איך געדענק נישט ווי אבער ערגעץ האבעך געלייענט וועגען אנדערע keyboards.

נייגעריגער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:27 pm

· #99321
ידען
כאב שוין געשריבען אז כאב באקומען מיין נייע סעלפאן די געלעקסי 3 און איך שפיל מיך די לעצטע טעג מיט עס און היינט האבעך עס activated און סע דא א סאך זאכען וואס איך ווער געוואר יעדע מינוט און א סאך זאכן וואס איך קען ביישטיין אז איך זאל וויסן וועגען די באהאלטענע זאכען וואס די סעלפאן האט.

די ערשטע זאך האבען זיי געבעטען אז איך מיז מיך אריינסיינען מיט מיין אימעל און כאב געלייגט מיין געהעריגע אבער איך וויל אויך סע זאל זיין דארט מיין "ידען" אימעל. וויזוי מאך איך עס?

קודם תתחדש ותתבלה פאר דיין נייעם טעלעפאן! און וועלקאם צו דער ענדרויד קאמיונעטי, כ'האף אז וועסט דיך פילן באקוועם און הנאה האבן!! 😃

בנוגע דעם אימעיל אקאונט'ס: דער ערשטער אימעיל אדרעסס וואס זיי בעטן לכתחילה איז וויבאלד דער גאנצער פאון [עפפ מארקעט, ועוד...] לויפן אויף דעם אקאונט.
אבער קענסט שטייצעך אריינסיינען וויפיל אקאונט'ס דיין הארץ גלוסט! גיי אריין צום דזימעיל עפפ דארף דארטן זיין אן אפשען "add account", אויב זעהסטו שוין דיינע אימעילס פון דעם יעצטיגער אקאונט דאן דריק דעם מעניו און גיי צו "accounts", און ווייטער כנ"ל.

נייגעריגער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:34 pm

· #99327
אגב אז מ'רעדט שוין: דא האסטו א טיפ וואס קען צוניצקומען [בפרט ווען דו ווילסט מסביר זיין דיין קשיא אדער פראבלעם אין דעם אשכול], וויאזוי צו מאכן א סקרינשאט פון דיין טעלעפאון [ס'איז דא עטליכע וועגן אבער דאס איז כמדומה דער גרינגסטע]...
געבסט א קוועטש אויפן פאוער קנעפל בינאזאם מיטן האום קנעפל אינטען [און טאקע ממש אויף איינמאל], און בלייבסט עס האלטן ביז דו זעסט דעם נאוטעפיקעישן אז ס'האט זיך געכאפט דעם שאט.

ידען » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:54 pm

· #99341
א ריזיגע ישר כח פאר מיך העלפען אזוי שיין.

וויזוי מאכט מען די arrows אויף די screen shot?

נייגעריגער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:59 pm

· #99345
דער בילד האב'ך גראדע אמאל דאונלאודעד פון ערגעצוואו, אבער צולייגן ערראוס אויף א בילד קענסטו מיט יעדע פיקטשער עדיטער פונעם מארקעט!

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:16 pm

· #99352
עס איז דא אסאך א גרינגערע וועג פאר סקרין שאט, מען גליטש די גאנצע האנט פון די רעכטע עק סקרין ביז די לינקע.

סאונד קאמפליצירט? טו עס איינמאל, וועסטו שוין געוואר ווערן די מעלה פון געלעקסי

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:19 pm

· #99354
ביי האום סקרין> סעטינגס > מאושען
Swipe with hand.png

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 22, 2013 3:11 am

· #99422
נייגעריגער
בנוגע דעם אימעיל אקאונט'ס: דער ערשטער אימעיל אדרעסס וואס זיי בעטן לכתחילה איז וויבאלד דער גאנצער פאון [עפפ מארקעט, ועוד...] לויפן אויף דעם אקאונט.
אבער קענסט שטייצעך אריינסיינען וויפיל אקאונט'ס דיין הארץ גלוסט! גיי אריין צום דזימעיל עפפ דארף דארטן זיין אן אפשען "add account", אויב זעהסטו שוין דיינע אימעילס פון דעם יעצטיגער אקאונט דאן דריק דעם מעניו און גיי צו "accounts", און ווייטער כנ"ל.

קענסט עס אויך טוהן אין די סעטינגס, אקאונטס, Add account, און דארט קענסטו צולייגן א גוגל אקאונט וואס קען ווערן גענוצט אויף מערערע עפפס.

נייגעריגער » פרייטאג מערץ 22, 2013 5:41 am

· #99432
דאכטצעך מיר אז ביים צולייגן דורך דזשימעיל עפפ נוצן עס פונקט די זעלבע עפפס!

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 24, 2013 12:52 am

· #99632
קאן זיין.

ידען » זונטאג מערץ 31, 2013 6:35 pm

· #100781
כאב געהאט אביסעל צייט צו שפילען מיט די סעלפאן אבער נישט געקענט א סאך פרעגען דא.

יעצט האבעך געוואלט ארויף לייגען מיין ידען אימעל און זיי פרעגען מיך אויב איך וויל סינקען עס מיט 100 זאכן. וואס איז אלע זאכן?

Internet
Currents
Gmail
And more

ידען » מיטוואך אפריל 3, 2013 1:38 am

· #100834
איך ניץ די געהעריגע browser און סע גוט אבער איך וויל עס מאכען אז סע זאל זיין גראד מיט די סקרין. און איך זאל נישט מיזען רוקען אהין און צוריק.

נייגעריגער » מיטוואך אפריל 3, 2013 3:38 am

· #100849
ידען
איך ניץ די געהעריגע browser און סע גוט אבער איך וויל עס מאכען אז סע זאל זיין גראד מיט די סקרין. און איך זאל נישט מיזען רוקען אהין און צוריק.

אויב מיינסטו צו זאגן אז די טעקסט אויף די וועב פעידזש'ס זאלן פיטן צום סקרין, מיינעך אז אויב דער וועבסייט איז נישט קיין מאוביל פרענדלי סייט איז נישט עכט דא וואדזשע צו טוהן וועגן דער פראבלעם!
וואס יא, יעדעס מאל עקסטער אויב גיבסטו צוויי טאטשעס צום סקרין איינס נאכן צווייטען, ווערט די טעקסט פונעם פעידזש געפיטעט צום סקרין!
קענסט פראבירן דעם מאוביל ווערסיע פון קאווע שטיבל וואס איך האב געמאכט! אבער ס'איז ווייט פון א דבר השלם! מ'קען זיך בכלל נישט איינשרייבן, אבער אפשר צו ליינען איז עס גוט!

לעמיל » מיטוואך אפריל 3, 2013 11:30 am

· #100882

מ'קען נוצען דיין מאוביל ווערסיע פאר א אייפאון?

נייגעריגער » מיטוואך אפריל 3, 2013 11:47 am

· #100885
יאפ!
דארף צו זיין גוט מיט יעדע סארט מאוביל דעווייס!!

ידען » מיטוואך אפריל 3, 2013 2:09 pm

· #100922
איך האב ליעב די קאווע שטיבל אזוי ווי סע איז געהעריג און סע אביסל צימישט אויף דיין וועב סייט. און איך ווייס נישט אויב מע קען שרייבען געהעריג פון די סעלפאן אזוי ווי אויף א קאמפיוטער אדער טעבלעט אבער איך וויל אמאל שרייבען פון די סעלפאן איז עס נישט אזוי גוט.

ווען איך גיי ארויף צו קאווע שטיבל איז עס פיצי און ווען איך געב צוויי טאטשעס ווערט עס גרעסער אבער נישט פיטעד צו די סקרין.

ידען » מיטוואך אפריל 3, 2013 2:13 pm

· #100923
איך האב זייער ליעב די מעפס אויף די געלעקסי אבער ווען איך זיך א עדרעס און איך גיי דארט, בלייבט עס אויף מיין סעל, און סע קומט עפעס ארויף אז איך האב למשל נאך 15 מינוט ביז איך קים אן דארט. איך וויל עס נישט האבען. איך וויל נישט אז סע זאל בלייבען אזא רעקארד.

וואס נאך האלט זיך אויף מיין סעלפאן?

ידען » דאנערשטאג אפריל 4, 2013 11:55 am

· #101240
כאב געמיינט אז דא איז דא א סאך אירע וואס האבען די געלעקסי,

קיינער קען נישט העלפען?

משה רוקח » זונטאג אפריל 7, 2013 11:12 pm

· #102340
If you go out of the app by pressing the back button a few times until you're out, it shouldn't continue giving you directions. Try it and let me know the results.

ידען » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:21 am

· #117133
א נייע אפדעיט ביי מיין געלעקסי לאזט מער נישט קלענער די בילדער וואס איך כאפ און איך וויל לייגען דא.

פארוואס האבען זיי עס אוועק גענומען?

אויכעט בינעך נייגעריג וואס נאך איז דא ביי די נייע אפדעיט

נייגעריגער » פרייטאג מאי 24, 2013 6:41 am

· #117552
איינער האט מיר געזאגט אז זיי האבן צוגעלייגט מאלטי-טעסקינג [מ'קען נוצן צוויי עפפ'ס אויפאמאל אויף איין סקרין!] אינעם נייעם אפדעיט!

ידען » פרייטאג מאי 24, 2013 6:43 am

· #117553
כאב עס געזעהן. נאך נישט געניצט אבער.

וואס קענעך טוהן וועגען resize the pictures?

נייגעריגער » פרייטאג מאי 24, 2013 7:23 am

· #117556
איך האב שוין געזעהן דער מאלטי-טעסקינג אפשען ביי א חבר מיינער [נישט אויפן S3 אפדעיט, נאר אויפן נייער S4], ס'איז לדעתי א מעכטיגע אפשען! מ'קען בלייבן אפען מיטן בראוזער בשעת'ן קוקן א אימעיל אדער זיך שפילן מיט א בילד וכדו'...

בנוגע Resizen פיקטשער'ס קענסטו אינסטאלן א צווייטע גאלערי פונעם פלעי סטאר וואס האט יא דער אפשען, למשל QuickPic וכדומה.
אבער נאך בעסער וואלט געווען צו נעמען א גוטע פיקטשער "עדיטער", איך נוץ PicsArt שוין א גוטע שטיק צייט און כבין זיך ממש מחי'ה דערמיט. א חוץ פון ריסייזן קעמען שרייבן - לייגן ערראוס - און נאך אסאך.

משה רוקח » פרייטאג מאי 24, 2013 4:07 pm

· #117707
Go into the photo, bring up the option menu and click on advanced edit. It will open the pic in photo editor where you have the option to resize the pic.
It's a Samsung app that has to be downloaded the first time from the Samsung app store.

ידען » פרייטאג מאי 24, 2013 5:26 pm

· #117726
אזוי האבעך אמאל געטוהן.

כאב יעצט געמאכט א אפדעיט פון סענסאנג עפפ סטאר אויכעט אבער סע ארבעט נישט מער 😞

משה רוקח » זונטאג מאי 26, 2013 12:51 pm

· #117967
וועלכע ווערזשען פון ענדרויד האסטו?

ידען » זונטאג מאי 26, 2013 1:11 pm

· #117975
משה רוקח
וועלכע ווערזשען פון ענדרויד האסטו?

4.1.2

ענן כבד » דינסטאג מאי 28, 2013 5:09 pm

· #118976
ידען
איך האב ליעב די קאווע שטיבל אזוי ווי סע איז געהעריג און סע אביסל צימישט אויף דיין וועב סייט. און איך ווייס נישט אויב מע קען שרייבען געהעריג פון די סעלפאן אזוי ווי אויף א קאמפיוטער אדער טעבלעט אבער איך וויל אמאל שרייבען פון די סעלפאן איז עס נישט אזוי גוט.

ווען איך גיי ארויף צו קאווע שטיבל איז עס פיצי און ווען איך געב צוויי טאטשעס ווערט עס גרעסער אבער נישט פיטעד צו די סקרין.

ענטפער איז פארן ס4, קען זיין ס'איז די זעלבע אויפן ס3

צו מאכן גרעסער אדער קלענער די גאנצע פעידזש, נעם די רעכטע מיט די לינקע אגודל און וויש פון אינמיטן די סקרין אויף ארויס צו מאכן גרעסער, און צוריק צו מאכן קלענער, ווי מער דו ווישט אויף ארויס אלס גרעסער ווערט עס.

צו מאכן גרעסער אדער קלענער נאר די טעקסט, אבער לאזן די ארגינעלע סייז פון די פעידז (וואס איז פיטעד צום סקרין אבער אין פיצי)
עפען די בראויזער
Options
Settings
Accessibility
Text scaling

פרישער » דינסטאג מאי 28, 2013 8:15 pm

· #119069
איך האב ב"ה שוין איינגעהאנדעלט א נייעם עס 4 אין זיכער בין איך אז גן עדן האט א פעטען אויף דעים אין גייט בקרוב קלאגען סעמסאנג ס'האט אלע מעלות וואס א איד ברויך אין א טעלעפאן,

park ave » זונטאג יוני 16, 2013 3:31 am

· #125156
3 x 2800mAh Battery + Battery Dock Charger for Samsung Galax
<a href="http://www.amazon.com/gp/product/B00CIPPVPY/ref=as_li_ss_il?ie=UTF8&camp=1789&creative=390957&creativeASIN=B00CIPPVPY&linkCode=as2&tag=kaveshtiebel-20"><img border="0" src="http://ws.assoc-amazon.com/widgets/q?_encoding=UTF8&ASIN=B00CIPPVPY&Format=_SL160_&ID=AsinImage&MarketPlace=US&ServiceVersion=20070822&WS=1&tag=kaveshtiebel-20" ></a><img src="http://www.assoc-amazon.com/e/ir?t=kaveshtiebel-20&l=as2&o=1&a=B00CIPPVPY" width="1" height="1" border="0" alt="" style="border:none !important; margin:0px !important;" />

ידען » זונטאג יוני 16, 2013 7:53 am

· #125165
Link is broken