☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דער האן וואס האט געלעבט 18 חדשים אן א קאפ

דער האן וואס האט געלעבט 18 חדשים אן א קאפ

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3277

גאלד » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:39 pm

· #99190
דער האן וואס האט געלעבט 18 חדשים אן א קאפ
א האן מיטן נאמען "מייק" האט געלעבט 18 חדשים נאכן פארלירן זיין קאפ אום 1945 אין א פארעם אין פרושע קאלעראדא. לויט געוויסע באריכטן, דער טאג וואס דער האק האט געטראסקעט, איז מייק געשלאפן מיט זיין קאפ אונטער זיינע פליגעל. דער געשיכטע איז ארגינעל געווען באשריבן אינעם אקטאבער ביילאגע פון לייף מאגעזין, זעה נאך בילדער און לייענט דעם ווילד-פרעמדער-ווי-פיקציע געשיכטע אין Life.com

יידל » פרייטאג מערץ 22, 2013 12:35 am

· #99388
ניין‚ יאנקל, ער האט געוואלט נוצן די מעשה אלס א ראיה אז א כלל אין ש"ס איז נישט אבסאלוט און קען האבן יוצאים מן הכלל.

kliger » פרייטאג מערץ 22, 2013 12:39 am

· #99389
די האן האט נאך געהאט א חלק פונעם מח

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג מערץ 22, 2013 12:50 am

· #99394
איך קען א איד אין בית מדרש וואס לעבט שוין דרייסיג יאר אן א קאפ, נעבעך.
אייגענטליך איך קען מער ווי איינס!

היימישער ליטוואק » פרייטאג מערץ 22, 2013 2:00 am

· #99402
עס איז אבוויאסלי א פאלשע ארבן לעגענדע. השוה לכאן את השאלה הידועה אודות התרנגול שלא היה לו לב, שדנו בזה החכ"צ והר"י אייבשיץ ועוד.

דעת תורה » פרייטאג מערץ 22, 2013 2:13 am

· #99403
מהי ההשוואה? מנא לך שהעובדא ההיא היתה רק לעגענדע?

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 22, 2013 2:36 am

· #99411
@היימישער, ס'גארנישט קיין לעגענדע, דא האסטו די וויקיפידיע בלעטל פון מייק די קאפלאזע האן.

gehlungen » פרייטאג מערץ 22, 2013 12:41 pm

· #99497
בענדזשאמין פרענקלין
איך קען א איד אין בית מדרש וואס לעבט שוין דרייסיג יאר אן א קאפ, נעבעך.
אייגענטליך איך קען מער ווי איינס!

I don't know why. But you are reminding me of the TALKING FISH in skver lol

קעניגרייך » פרייטאג מערץ 22, 2013 12:56 pm

· #99503
געפילטע פיש
@היימישער, ס'גארנישט קיין לעגענדע, דא האסטו די וויקיפידיע בלעטל פון מייק די קאפלאזע האן.

אויב איז עס בוכשטעלביך א לעגענדע מיינט די וויקפידיע בלעטל זערא.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 24, 2013 12:44 am

· #99630
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט 'בוכשטעלביך', א וויקפידיע בלעטל אליין איז טאקע נישט קיין ראי', אבער די אינהאלט און מראי מקומות זענען יא.

בדחן » זונטאג מערץ 24, 2013 9:11 am

· #99686
געפילטע פיש
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט 'בוכשטעלביך', א וויקפידיע בלעטל אליין איז טאקע נישט קיין ראי', אבער די אינהאלט און מראי מקומות זענען יא.


אויב מעגליך ווייז אן פון וועלכע מראה מקומות די רעדסט וואס זענענן מער באגלייבט פון עצם בלעטעל, כ׳האב פראבירט אליינס און נישט געקענט צוטרעפן, ייש״כ

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 25, 2013 1:49 am

· #100039