☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » כח המדמה - אירע מעלות און חסרונות

כח המדמה - אירע מעלות און חסרונות

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3270

פייפער » מיטוואך מערץ 20, 2013 5:44 pm

· #98944
כח המדמה - אירע מעלות און חסרונות
הרב שמעקעדיג האט אנגעהויבען א "פאנטאזיע" אשכול, מיטן צוועק אז יעדער זאל אויסלופטערען זייערע פאנטזיעס. עס האט מיך מעורר געווען אריינצוטראכטען אין דעם גאנצען ענין פון פאנטאזיע. עס קוקט מיר אויס ווי א כרכא דכולא ביה, גאר אסאך מעלות. פון די אנדערע זייט בין איך געוואוינט צו האבען א נעגאטיווער רעאקציע אויב איינער איז א בעל דמיון. וואס איז דער אמת שבו?
הרי לפניך דאס וואס איך האב געשריבען אין שמעקעדיג'ס אשכול.

זיסע גאט געשענקטע מתנה וואס רופט זיך "פאנטאזיע". וואויל איז אונז און וואויל איז אונזער ארבטייל, אז מיר האבען דעם כח המדמה.
דו זיצט דא אין דיין קעניגליכע פאלאץ, ארום דיר לויפען משרתים אהין און צוריק וזריזין באשותא. אלע דיינע באדינערס האבען דיך באמת ליב באהבת נפש, זיי זענען גרייט צו גיין און פייער פאר דיר. אט - דאס גלאק קלינגט, אה מען ברענגט דיר יעצט דעם טייערסטן קאוויאר אויף דער וועלט. דו ווילסט זעהן וואס פאר א סורפרייז קומט מיט דערצו. וואו, ווען דו זעהסט עס נישט מיט דיינע אייגענע אויגען וואלסטו עס קיינמאל נישט געגלייבט, מען האט מחיה מתים געווען וולפגנג אמדאוס מוצרט צוזאמען מיט לודוויג וואן בעטהאוון. זיי האבען צוזאמען קאמפאזירט דאס שענסטע שטיקל וואס איז נאך אמאל געווען. ספעציעל פאר די 150 מזמרים בכלי זמר וואס קומען אריין דא מיט זיי. יעדער פון די שפילערס און די זינגערס חוץ וואס קולם ערב, איז אויך מראם נאוה. עס איז זיס די אלע הערליכע קולות ומראות פון מענער, פרויען, קינדער, אנגעטוהן אין אזעלכע הערליכע טייערע קליידונג. זיי שטעלען זיך אויס אין א הערליכע סדר אין דיין ריזען גרויסען באנקעט האלל ווי דו געפינסט זיך יעצט. אהה מען גייט יעצט פארברענגען אפאר שעה מיט הערליכע מוזיק פינעם שענסטען סארט.
(דא לייג איך צו א שטיקל וואס מכח הלכה זאל מען נאר טוהן ווען מען איז צוזאמען מיט דעם בני בית). איידער מען גייט ווייטער שלעפט מען ארויס א פרגוד. דאס מאטריאל פון די פרגוד איז אזוינס וואס דו זעהסט אלעס אויף ארויס און קיינער זעהט גארנישט אויף אריין. אבער צו דעם דארף מען טאקע גיין מאחורי הפרגוד. ואכ"מ.
לעכטיג אין זיס, אלע חושים איבערגענומען מיט אזא זיסקייט.
אט אזוי פאנטאזיר די מראה פאר א האלבע שעה אדער פיר. כמרומז לעיל, וואס מען קען (אדער מען מוז) טאן בפועל ממש איז למצוה גדולה יחשב, ושכר מצוה מצוה. עס איז מסתמא ראטזאם אויך אנצונדען מוזיק און טאקע אויסהערען א פאר שיינע לאנגע מעלאדיס וואס מען גלייכט. אוודאי געוויס קען מען יעדעס מאל מען עסט א גיטע עסען אריינברענגען דעם כח המדמה מיטצושפילען.
צושטעלען די מעשה מיט די מחשבה איז געוואלדיג אבער בזמן וואס מען קען נישט פונקט אנצונדען מוזיק, אדער מען קען נישט פונקט עסען עפעס גאר געשמאק, איז מחשבה טובה מצרפה.
שלעכט?

טייערע ברידער, פארוואס פאנטאזירט מען פון פייגעל טראפען אויף ווינדאו וואשערס? זענט איר שוין געווען אמאל קעניג? אויף וואס ווארט איר? מיר האבען דאס גאנצע גן עדן אין דעם כח המדמה. אנשטאט לויפען זוכען אויספלוג קענען מיר זיך אויסלערנען וויאזוי צו האבען די גרעסטע הנאה צו יעדע צייט, מיט אלעם וואס דו קענסט דיר נאר חלומען, אויב דו קענסט. קענסטו דען נישט?
פארוואס ארבעטען מיר נישט אויס אונזער כח המדמה?
דער אשכול אויף פאנטאזיע האט מיך געמאכט טראכטען און פאנטאזירען. מען קען זיך ערווארבען די געשמאקסטע הנאות במחשבה ובכח המדמה.
עס איז מסתמא דא א גאנצע מהלך דערויף. מיר האבען דאך רבינו הגוגל שליט"א. וועל איך פרובירען מאכען אביסעל געזוכעניש און אראפברענגען רעזולטאטען. ביני לביני, וואס זאגט איר אלע דא. העלפט מיך און אייך זיך מתעלס זיין אין אט דעם רייכען און אומשאשבארען אוצר.
פארשטייט זיך אלעס נאר באופן המותר.
בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו.....
א הייק אביסעלע אויף ההרים וכל גבעות. דערנאך אריין אין א עפעל ארקארד, אאאאא די שמעק פון עץ פרי וכל ארזים.. בלייבען דא א האלבע שעה איז שלעכט? מען קען אפי' אביסל קריכן אויף די עפעל ביימער און קלייבן אביסעל. די שומרים, זיי קומען דאך דיר העלפען. זיי האבען דיך אלע זייער ליב. געדענק עס איז דיין פאנטאזיע דו ביזט בעל הבית. דיין רצון איז אין קאנטראל. אין לך דבר שעומד בפני הרצון - גארנישט האלט נישט צוריק פון וועלן.
ישר כוח שמעקעדיג פאר ארויפברענגען דאס אין מיין געדאנק. קען אפשר זיין אז דאס איז גאר אן אומשאצבערע אוצר בלום וואס דו האסט אונז דא צוגעברענגט? אדער דמיון איך נאר? 🙂

פייפער » מיטוואך מערץ 20, 2013 5:47 pm

· #98945
שמעקעדיג האט רעאגירט בתוך הדברים.

איך דארף נישט אזעלכע אבנארמאלע קעניגליכע תענוגים. איני רגיל בכך.

אויף דעם האב איך צוריק געענטפערט
דו ביזט נישט אזוי אינטערסירט אין מלכות. אמת מיר זענען נישט רגיל בכך, אבער הוא אשר דיברתי, ווער יא רגיל בכך. אויב איינער זאל דיר יעצט מציע זיין א קעניגרייך מיט אלע צוגעהער, אהן די פראבלעמען וואס א קעניגרייך קומט מיט, וואלסטו דאס דען אוועקגעווארפען? פארוואס נישט האבען דעם רייכן און געשמאקן עקספעריענס?

איך וואלט נישט גע'דמיונ'ט פון בעסער מאכען די וועלט. אין מיין דמיון וועל איך טראכטן דאס איך וואס איך האב באמת באמת ליב. פאר א פאר מינוט אדער שעה לאז איך מיך אפ פון תיקון עולם. איז דאס שלעכט? אדער נישט אויסגעהאלטן. איז דא עפעס קעגן דעם עולמך תראה בחייך!!

דאס איז נאר א משל אחד מני אלפי אלפים, וואס מען קען זיך מדמה זיין און נהנה זיין. איך בין זיכער אז דאס איז נישט קיין נייע המצאה. עס זענען דאך געווען בעלי דמיון אלע יארען ווער קען ערקלערן אביסל וואו דאס איז שוין באארבעט, אין אידישן און להבדיל אין גוי'אישן. יישר כח.

פייפער » מיטוואך מערץ 20, 2013 5:49 pm

· #98946
פוןדעסטוועגןדאך האט רעאגירט
דאס ערשטע פלאץ אנצוהייבען דיין ריסורטש איז וויקיפעדיע, שטייטסעך. עס קוקט מיר אויס דא אז פרויד האט געהאלטען דערפון. היינט איז פרויד נישט אזוי אקצעפטירט. אבער דו קענסט דאך דמיונן' אז ער איז יא אקצעפטירט

יישר כוח ר' אע"פ כן פאר די התחלה.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 7:25 pm

· #98968
אינטערעסאנט, עס איז דא א קונטרס פונעם אלטן סקולענער רבי'ן וואס ער שרייבט פאר בחורים זיך צו האלטן בקדושה, און בתוך הדברים ברענגט ער - איך געדענק נישט צו מדעת עצמו אדער פון ספרים - אז בעצם צו פאנטאזירן און טראכטן שטותים איז זייער דעמעזשינג פארן מח, און איז ממש א "וועיסט" צ נוצן אזא כלי ווי דער מוח אויף צו פאנטאזירן שטותים.

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך מערץ 20, 2013 7:29 pm

· #98971
Slavoj Žižek איז א היבש באקאנטער פילוסוף וואס קאכט זיך אין די נושא פון פאנטאזיע. איינע פון די חשובע מאגאזינען Foreign Policy, האט אים געקרוינט אינעם יאר 2012, אלס איינע פון די הונדערט מערסטע אנערקענטע טראכטערס אין די וועלט.
דא האסטו א גאנץ ביכל וואס ער האט געשריבען איבער די נושא. נאך נישט געליינט. איך וועל האפענטליך בקרוב קענען געבען א שטיקל איבערזוכט, אדער ווי מען רופט עס דא, רעזענעציע.
דיין שאלה אדער הצעה איז, אז מען זאל זיך באניצען מיט אלע ערליי פאנטאזיעס כדי הנאה צו האבען פון אלע ערליי עקספעריענסן. עס איז אן אינטערסאנטע געדאנק.

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך מערץ 20, 2013 7:34 pm

· #98972
דעת תורה
אינטערעסאנט, עס איז דא א קונטרס פונעם אלטן סקולענער רבי'ן וואס ער שרייבט פאר בחורים זיך צו האלטן בקדושה, און בתוך הדברים ברענגט ער - איך געדענק נישט צו מדעת עצמו אדער פון ספרים - אז בעצם צו פאנטאזירן און טראכטן שטותים איז זייער דעמעזשינג פארן מח, און איז ממש א "וועיסט" צ נוצן אזא כלי ווי דער מוח אויף צו פאנטאזירן שטותים.
איז עס אויך א "וועיסט" צו האבען "עָרִים גְּדֹלֹת וְטֹבֹת אֲשֶׁר לֹא בָנִיתָ. וּבָתִּים מְלֵאִים כָּל טוּב אֲשֶׁר לֹא מִלֵּאתָ וּבֹרֹת חֲצוּבִים אֲשֶׁר לֹא חָצַבְתָּ כְּרָמִים וְזֵיתִים אֲשֶׁר לֹא נָטָעְתָּ וְאָכַלְתָּ וְשָׂבָעְתָּ"? אין אנדערע ווערטער, איז עס א וועיסט צו האבען הנאות אויף די וועלט? פארוואס איז הנאות שטותים?

פוןדעסטוועגןדאך » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:20 am

· #99047
בייגעלייגט איז אן ארטיקל פון Science Magazine. די נושא אין דעם ארטיקל איז אז מיט'ן פאנטאזירען אז מען עסט עפעס א גיטע עסען טוט דאס רעדוצירען דעם מענטש פון עסען בפועל.
דאס פאלגענדע איז בערך א תמצית פון דעם ארטיקל.
עס איז דאך פשוט אז נאך עסען די געשמאקסטע מין עסען פאר צען טעג און א צו, האט מען שוין נישט דעם חשק ווי ביים ערשטען טאג. דאס רופט זיך habituation מלשון habit, געוואוינהייט. מען איז שוין צוגעוואוינט און עס האט נישט דעם רייץ פון א שפוגעל נייע הנאה. האבען די עקספערמינטער אויספרובירט אז מענטשען זאלען זיך מדמה זיין אז זיי עסען מארשמעלאו'ס נאכאנאנד פאר 33 מאל. די מענטשען וואס האבען דאס געטון האבען געהאט היבש ווייניגער תאוה צו עסען 'עכטע' מארשמעלאוס תיכף דערנאך, ווי די מענטשען וואס האבען נישט געמאכט דעם דמיון (די קאנטראל גרופע). זיי קומען צו א מסקנא .
The difference between actual experience and mental representations of experience may be smaller than previously assumed
. ד.ה. די חילוק פון מציאות ביז דמיון איז קלענער וואו מען האט געמיינט.

די פייל איז אויסגעקומען אביסלע נישט מסודר, דאס צווייטע בלעטעל איז פריער פון די ערשטע. I leave it up to your imagination to figure it out.
📎 science thought for food 1.pdf

פוןדעסטוועגןדאך » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:33 am

· #99051
אסאך אינטערסאנטער איז אויב מיר וועלען קאנצעטרירען סטריקטלי אויף כח הראי'. בענין ראי' איז דא גאר אינטערסאנטע שטודיעס צו זעהן וואס עס געשעהט אין מח ווען מען זעהט בפועל א זאך, און וואס עס געשעהט אין מח ווען מען איז זיך בלויז מדמה די מראה.
עס איז דא שטארקע הוכחות אז די זעלבע אקטיוויטעיטען געשעהן אין מח ביי ביידע פעלער. עס איז דא ספעציפישע פלעצער אין מח וואס זענען אקטיוו ווען דער מח דארף אנאלזירען און אפטייטשען די סיגנאלען וואס זי באקומט פין דעם אויג, כדי אוועקצושטעלן א בילד פון וואס עס זעהט יעצט. די אקטיוויטעט פארלאנגט מער בלוט זאל אנקומען דעמאלט צו די ספעציפישע חלקים אין מח. מען האט געטרעקט די בלוט געלויף און געזעהן אז ביים דמיונ'ן פון א מראה קומט אהן די זעלבע פארמערטע בלוט געלויף צו די ספעציפישע פלעצער אין דעם מח ווי ווען מען קוקט אויף א חפץ במציאות. די אקטיוויטעיטען אין מח איז דאס זעלבע ביי ראי' בפועל ווי ביי דמיון.
דאס ברענגט ווייטער ארויס אז מצד די מענטש טוט זיך אפ דאס זעלבע צו ער זעהט בפועל אדער ער דמיונ'ט אז ער זעהט.
אויב אזוי האסטו א שטיקל ראי' אז מיט מחשבה בעלמא קען מען עקספעריענסען כאילו הייתי פורטם.
בד"וו איך בין מציע זאלסט טוישען די נאמען פון די אשכול צו עפעס מער לעבעדיג. עס איז צו טרוקען. Use your imagination

קינות גירושין » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:36 am

· #99053
דעת תורה
אינטערעסאנט, עס איז דא א קונטרס פונעם אלטן סקולענער רבי'ן וואס ער שרייבט פאר בחורים זיך צו האלטן בקדושה, און בתוך הדברים ברענגט ער - איך געדענק נישט צו מדעת עצמו אדער פון ספרים - אז בעצם צו פאנטאזירן און טראכטן שטותים איז זייער דעמעזשינג פארן מח, און איז ממש א "וועיסט" צ נוצן אזא כלי ווי דער מוח אויף צו פאנטאזירן שטותים.

מורי ורבי דר הרב טווערסקי ברענגט אין זיין ספר ״without a job who am i" page 70 רעדט ארום פון דעם באריכות, אז ווען א מענטש האט נישט קיין פרנסה און איז אונטער אסאך סטרעס זאל ער נוצען דעם כח הדמיון אויף געוויסע הנאות זיך אביסעל צו רעליפן די anxiety

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:39 am

· #99054
פוןדעסטוועגןדאך

עס איז דאך פשוט אז נאך עסען די געשמאקסטע מין עסען פאר צען טעג און א צו, האט מען שוין נישט דעם חשק ווי ביים ערשטען טאג. דאס רופט זיך habituation מלשון habit, געוואוינהייט. מען איז שוין צוגעוואוינט און עס האט נישט דעם רייץ פון א שפוגעל נייע הנאה.


אין חז"ל רופט זיך דאס: תענוג תמידי אינו תענוג.

פוןדעסטוועגןדאך » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:45 am

· #99055
ווי שטייט דאס אין חז"ל?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:10 am

· #99066
איך זעה עס איז א מאמר חסידי. אבער עס איז נישט משנה.

<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_20552_100.pdf">http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 52_100.pdf</a>

פוןדעסטוועגןדאך » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:12 am

· #99067
דאס האב איך געוואוסט. איך האב פשוט געוואלט וויסען צו דו מיינסט צו זאגען אז עס איז עפעס א מדרש אדער וואס.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:50 am

· #99077
<a class="postlink" href="http://chabadlibrary.org/books/bsht/kst/1/121.htm">http://chabadlibrary.org/books/bsht/kst/1/121.htm</a>

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 8:37 am

· #99102
גאר אינטרעסאנט דער אשכול.

מיינע פאר סענט.

דמיון איז זייער א גוטע זאך כל זמן עס שטערט נישט דער פסיקאלע לעבען. צ.ב.ש. מען קען נישט מחלק זיין דער דמיון פין דער מציאות, אויב איז דער חילוק ביי דער מענטש זיכער און קלאר, דאן דמיון אוועק.....

דאס וואס דער סקולענער זאגט, אז עס איז נישט געזונט, מי יבין בסוד קדושים, ועפר אני תחת כפות רגליו וכו', אבער אין ספרי חסידות שטייט כמה פעמים אז מען זאל נישט אוועקווארפען א דמיון, נאר מעלה זיין דער דמיון צום אויבערשטען וכו', און אפילו די וואס זענען מחולק איז עס נאר אויף דמיונות פין ניאוף, אבער סתם דמיונות איז הכל מודים.

איך געדענק אז די אומות העולם האלטען אז דמיונות גיבען פאר מענטש א סיפוק ער זאל ניששט טוהן דאס ארגסטע רח"ל.

למשל ווען א מענטש זאל וועלען געלט, און ער זאל זיך נישט קענען געבען די הנאה דורך דמיון, וואלט ער זיך נישט געקענט איינהאלטען פין גנב'ן, טאמער מיט דער כח הדמיון האט ער שוין די הנאה גייט דער תאווה אראפ. פארדעם פירען זיי אויס איז דער כח הדמיון גאר וויכטיג פאר סערווייוועל.

איך בין מודה צום סקולענער אז דער כח הדמיון איז נישט געזונט פאר איין סוג מענטשען, די רעביס, פאר זיי איז עס א סכנה............

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:57 am

· #99121
דמיון איז זייער געזונט צו האלטן דעם מענטש צופרידן, אפילו אין שווערע צייטן. דער שלאג ווארט "עס וועט נאך קומען גוטע צייטן" -- וואס איז אפט נישט מער ווי א פאנטאזיע, וואס מען וויל אזוי -- האט שוין אסאך מענטשן געראטעוועט ממש ממות לחיים, און לכה"פ פון א אנגעזעצטע גוסטע צו א בעסערע, מיט האפענונג פאר א בעסערן מארגן.

פיל מענטשן האפן נאך אמאל צו פארדינען אסאך געלט, האבן א שיינע הויז, אדער כבוד, אדער יעדער איינער זיינע תאווה'לעך, און דאס שטופט זיי צו גיין ווייטער מיטן טאג-טעגליכן שוועריגקייט, על אף וואס זיי זעהען ביי מיליאנען אנדערע וועלכע זענען געבליבן אינעם זעלבן מצב כל ימי חייהם.

ס'איז ידוע די מעשה פונעם הייליגן ישמח משה זצ"ל, וועלכער האט כל ימיו געווארט און געלעכצט אויף די גאולה שלימה מיט א מורא'דיגע בענקשאפט, בכליון עינים, יעדע רעש האט ער געמיינט אז משיח איז אנגעקומען, און האט אמת'ידג געהאפט אז משיח קומט שוין אט אט, און סוף ימיו האט ער זיך אויסגע'טענה'ט מיטן באשעפער, "וואס האסטו דערפון אז דו האסט אויסגעפאפט אן אלטן נ...? ווען איך וואלט געוואוסט אין די יונגע יארן אז איך וועל נישט זוכה זיין צו ביאת המשיח העט איך עס נישט אויסגעהאלטן!"

די נקודה איז דער זעלבער, זיין כח פון טראכטן אז משיח איז ממש דא אראונד די קארנער, האט אים געגעבן די חיזוק אנצוגיין טאג טעגליך צו האפן און ווארטן.

אסאך מענטשן ווען זיי גייען שלאפן, די פאר מינוט "ביז זיי שלאפן איין" איז איין שטיק דמיון, וואס וואלט איך געוואלט ס'זאל זיין? ווי אזוי גייט עס אויסקוקן ווען עס גייט זיין?.... און מען שלאפט איין זיסערהייט, און אויפצומארגנס שטייט מען אויף מיט א פרישקייט צום רעאליטעט.

פייפער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:59 pm

· #99199
בשעת איך זוך אויפען איטערנעטץ, האב איך געטראפען דעם מאמר החכם פון Zhuangzi
"Once I, Chuang Tzu, dreamed I was a butterfly and was happy as a butterfly. I was conscious that I was quite pleased with myself, but I did not know that I was Tzu. Suddenly I awoke, and there was I, visibly Tzu. I do not know whether it was Tzu dreaming that he was a butterfly or the butterfly dreaming that he was Tzu
נאך א מאמר פון אים
During our dreams we do not know we are dreaming. We may even dream of interpreting a dream. Only on waking do we know it was a dream. Only after the great awakening will we realize that this is the great dream. And yet fools think they are awake, presuming to know that they are rulers or herdsmen. How dense! You and Confucius are both dreaming, and I who say you are a dream am also a dream. Such is my tale. It will probably be called preposterous, but after ten thousand generations there may be a great sage who will be able to explain it

די ביידע פתגמים ברענגען ארויס אז די אונטערשיד פון רעאליטי ביז דמיון שטייט אביסל אויף הינענע פיס. איך זיך נישט אריינצוגיין און די עמקות פון די שאלה. די אשכול דא איז מער די פראקטשיע הנאה וואס מען קען האבען פון דמיון. אבער אל תמנע טוב מבעליו, האב איך עס אראפגברענגט.

דעת תורה » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:33 pm

· #99225
ער איז נישט גערעכט מיט וואס ער שרייבט אז בשעת א חלום ווייסט מען נישט אז מען חלומ'ט נאר.

פייפער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:33 pm

· #99226
אוי, איך האב פארגעסען צו באדאנקען יעדעם איינעם דא, און ספעציעל ר' אעפ"כ, פאר די תגובות און מראה מקומות. א שיינעם דאנק אייך אלע.
עס איז כדאי צו באטאנען אז איך רעד נישט פון צוויי מינוט דמיון פון ווען די קאפ קלאפט דאס קישען ביז מען שלאפט זיס. מיין שאלה איז פארוואס זאלען מיר נישט אויסארבעטען אונזער כח המדמה אזוי אז עס זאל גיין א רויעך. מען זאל קענען שפירען הנאות אהן א גבול.
ווען מען ליינט א מעשה ביכל, אדער מען וואטשט א מאווי, כשר'ע פארשטייטסעך, איז דאך די הנאה אויך דער דמיון. די חילוק איז אז מען שפירט דאן אנגעוויזען אויף דעם מחבר הסיפור און דירעקטאר הפילם, אויף די הנאה. מיר זענען תולה אונזער הנאה אויב דער מחבר'ס כלי דמיון לויפען אויף די זעלבע שינעס ווי מיינע. פארוואס זאלען מיר נישט האבען אייגענע מאוויס אין קאפ? אז מיר אליין וועלן עס מאכען, וועט עס זיין פונקטליך אויפען האר וויאזוי מיר ווילען עס. אז מיר וועלן זיך אויסלערנען וויאזוי כסדר צו פראדוצירען פילם'ס אין קאפ, און וערען אינגאנצען איבערגענומען פון די פילם, א פילם וואס געשעהט כפי כל העולה על רוחינו, איז דאך לית טב מיניה.
בספרי החסידות דערמאך איך זיך פון צעטיל קטן ווי רבי ר' אלימלך זצ"ל זאגט אז מען זאך זיך מצייר זיין אן אש גדולה און מען ווארפט זיך אריין. זעהט מען אז ער האט געהאלטען פון כח המדמה. ועוד חזון.

פייפער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:34 pm

· #99227
דעת תורה
ער איז נישט גערעכט מיט וואס ער שרייבט אז בשעת א חלום ווייסט מען נישט אז מען חלומ'ט נאר.
קיימאל נישט גערעכט? אדער אמאל ווייסט מען און אמאל ווייסט מען נישט?

נשמה יתירה » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:20 pm

· #99245
קען דען זיין אז דאס פייפער פייפט און מען זאל נישט אויפשטיין פון שלאף. אדער גאר לויט אים, צוריק גיין און ויישן ויחלום שנית.
גאר אן אינטערסאנטע רעיון שרייבסטו דא.

דאס וואס דו ברענגסט פון צעטל קטן איז ריכטיג. נישט נאר וויל ער מען זאל זיך מדמה זיין דעם אש הגדולה עד לב השמים וכו', א דמיון פון קידוש השם וואס איז נפוץ ומפורסם. ער באנוצט זיך מיט דמיון אויף גאנץ אן אייגענארטיגע וועג. ער זאגט אין סעיף יב' יְצַיֵּיר בְּמַחְשַׁבְתּוֹ תָּמִיד וּבִּפְרַט בִּשְׁעַת קְרִיאַת הַצֶעטִיל קָטֹן הַזֶה כְּאִלוּ אִישׁ אֶחָד עוֹמֵד סָמוּךְ לוֹ וּמְעוֹרֵר אוֹתוֹ בְּקוֹל רַעַשׁ גָדוֹל לְקַיֵּים כָּל הַנְהָגוֹת אֵלוּ. ער געט אן עצה וויאזוי מען זאל צוקומען מקיים צו זיין די הנהגות, מיט נוצן כח המדמה אז א מענטש שרייט אים אהן מיט געפערליכע קולות, מערקווידיג.

אסאך מער אינטערסאנט איז די נועם אלימלך בענין העקידה. נועם אלימלך פרשת וירא שטייט:
ונראה לפרש, דהנה באמת אברהם ויצחק ידעו שלא היה דעת הקדוש ברוך הוא לשוחטו. ואברהם שהיה מדתו מדת חסד הלך בבטחונו שישובו שניהם: כמו שאמר ונשתחוה ונשובה אליכם. רק שאף על פי כן היו הולכים במסירת נפשם כאילו לשחוט אותו באמת:

זיי האבן געוואוסט אז עס גייט נישט געשעהן, די עבודה איז געווען זיך מדמה זיין ווי גלייך עס גייט יא געשעהן! די גרעסטע פעולה פון עבודת השם ביים אידישען פאלק איז די עקידה. קומט דער הייליגער נועם אלימלך און זאגט אז די עבודה איז געווען כל כולו בכח המדמה, הפלא ופלא!.

מען זעהט טאקע וואס דו האסט געשריבן אז מיט דעם דמיון איז כדאי צו טון פעולות עד מקום שידו מגעת. אברהם אבינו און יצחק האבן געטוהן אלעס אלעס, ביז צום ויקח את המאכלת לשחוט את בנו, מקשר צו זיין די מחשבה מיט א פעולה. ווייל אזוי ברענגט זיך ארויס די דמיון דאס שטערקסטע.

פון וואו נעמט דאס דער נועם אלימלך איז שוין א שאלה בפני עצמו. דא ברענגט זיך דאך ארויס עפעס אפי' ע"פ פשטות אן ענין פון א שפיל. דהיינו גאט וויל דו זאלסט מיינען כך וכך, מיינען אז דו גייסט שחט'ן, אבער למעשה איז עס נישט אזוי, ואכמ"ל בזה.

יאיר » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:33 pm

· #99247
מ'קען נישט אודרכגיין דעם ענין אן דערמאנען האדמו"ר מפיאסצנה וועלכער איז געווען א גרויסער חסיד פון כוח הדמיון, און אויפבויען די הרגשים אויף אן אופן פון דמיון, אבער דוקא נישט דורך שכל'דיגע דמיונות (נישט אז איך פארשטיי פונקטליך דעם חילוק). ער ערקלערט עס באריכות אין זיין ספר הכשרת האברכים:
"הסכת ושמע ואל תטעה. כבר הזהרנוך לעיל שאין כוונתינו שכאשר תרגיש איזה הרגשה בקרבך תתחיל אז לשוטט בשכלך ולחפש איזה דמיון זה או זה אשר יתאים להרגשתך זו, הס מלהזכיר, כי התרגשותך יחלוף על ידי זה, וגם כי הציורים הבאים ע"י חיפוש, רק פעולות השכל הם, ואנו רוצים בזה שיעזור לנו ה' לראות הנפש אשר למעלה מן השכל. רק מין משל השכל ממציא אותו לדמות דבר אל דבר, משל אל נמשל, הוא זה שאתה מדמה וממציא בשכלך, ואנו רוצים לזכות ולגלות ניצוץ הראיה של בני הנביאים אשר בקרבנו" (פרק ו').

"לכן בשעה שמרגיש אתה איזה התרגשות קדושה – לא תחפש דמיונות ומשלים, רק תתעכב ותתבונן בהתרגשותך הקדושה ותוסיף לעוררה, והמחשבות עם מראות הקודש מאליהן תעלינה אם כך חזקת והרחבת את מחשבותיך עם דמיון קדשך" (שם).

נשמה יתירה » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:51 pm

· #99250
יאיר
מ'קען נישט אודרכגיין דעם ענין אן דערמאנען האדמו"ר מפיאסצנה וועלכער איז געווען א גרויסער חסיד פון כוח הדמיון, און אויפבויען די הרגשים אויף אן אופן פון דמיון, אבער דוקא נישט דורך שכל'דיגע דמיונות (נישט אז איך פארשטיי פונקטליך דעם חילוק). ער ערקלערט עס באריכות אין זיין ספר הכשרת האברכים:
"הסכת ושמע ואל תטעה. כבר הזהרנוך לעיל שאין כוונתינו שכאשר תרגיש איזה הרגשה בקרבך תתחיל אז לשוטט בשכלך ולחפש איזה דמיון זה או זה אשר יתאים להרגשתך זו, הס מלהזכיר, כי התרגשותך יחלוף על ידי זה, וגם כי הציורים הבאים ע"י חיפוש, רק פעולות השכל הם, ואנו רוצים בזה שיעזור לנו ה' לראות הנפש אשר למעלה מן השכל. רק מין משל השכל ממציא אותו לדמות דבר אל דבר, משל אל נמשל, הוא זה שאתה מדמה וממציא בשכלך, ואנו רוצים לזכות ולגלות ניצוץ הראיה של בני הנביאים אשר בקרבנו" (פרק ו').

"לכן בשעה שמרגיש אתה איזה התרגשות קדושה – לא תחפש דמיונות ומשלים, רק תתעכב ותתבונן בהתרגשותך הקדושה ותוסיף לעוררה, והמחשבות עם מראות הקודש מאליהן תעלינה אם כך חזקת והרחבת את מחשבותיך עם דמיון קדשך" (שם).

די חילוק וואס ער רעדט איז אז מען זאל לאזען די דמיון געשעהן מאליו. מען קען טראכטען א דבר שכלי אבער נישט פרובירען יעצט דאס אויסמשל'ן. לאז דעם דמיון קומען אליינס. פונקט ווי שלאפען. מען קען זיך נישט פארסירען איינצושלאפען. מען קען מכשיר זיין אלעס כדי צו ערלויבען דעם שלאף ארויפצוקומען אויף זיך. שלאף איז אן altered state of consciousness. מצב א' [state a] קען נישט ברענגען צו מצב ב'. א' איז א' נישט ב'. עס קען זיך נאר אוועקשטעלן אויף א לייכטע אופן צו ווערען איבערגענומען און לאזען מצב ב' גובר זיין יעצט.

יאיר » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 6:00 pm

· #99252
נשמה יתירה, זייער גוט מסביר געווען. זאל מען טאקע וויסן ווי אזוי צו דמיונ'ען אויפ'ן ריכטיגן אופן און נישט דמיונ'ן אז מען דמיונ'ט אמת'דיגע דמיונות, בעת פאקטיש איז דאס בלויז גע'דמיונ'טע דמיונות 🙂.
אגב, דער אידישער ווארט פאר forcing yourself איז 'ארויפצווינגען אויף זיך'.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 6:04 pm

· #99255
ענליך צו דעם אלעם, האב איך אמאל געהערט פון א חשוב'ן יונגערמאן, א אופן ווי אזוי ער פלעגט זיך מחזק זיין מיט שווערע נסיונות, אויך דורכן כח הדמיון. ער האט געזעהן אין ספרים פארשידענע ענינים, און דאס גענומען צום נעקסטן שטאפל, ווי פאלגענד:

דער באשעפער מיט די גאנצע פמליא של מעלה אין הימל שטייען און קוקן מיט נייגער און אנגסט, צי וועט ער ביישטיין דעם נסיון? אלע שטייען אנגעשפיצט, האלטן דעם אטעם, צו זעהן ווי אזוי די זאך גייט זיך ענדיגן. טאמער איז ער בייגעשטאנען, טוט זיך א קלאטשעריי אין די עולמות העליונים, אלע שאלן פון שמחה און פרייד, עס ווערן באשאפן נייע וועלטן, נייע מלאכים, מליצי יושר.. יעדער שמועסט דארטן דערפון און איינער גיט א זאג, WOW, קוק אן דעם איד, אזעלכע כוחות, דער באשעפער שעפט נחת... טאמער ח"ו פאלט ער אדורך, פארברעכן אלע מלאכים מיט די הענט, און הייבן אן קלאגן, א שאד, שאד... ער האט געהאט א געלעגנהייט צו נתקרב ווערן צום בורא און אראפשיקן אויפן עולם התחתון אסאך השפעות טובות, ועתה אהה, יעצט האט ער אלעס אנגעוואוירן, אזא שאד... אנשטאט וועט ער מוזן אדורכגיין פארשידענע שוועריגקייטן צו מתקן זיין...

נאך אזא דמיון, בלייבט נאך א נסיון?

פייפער » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 6:11 pm

· #99256
דברים גדולים ונשגבים נשנו כאן דורך די אריות שבחבורה. אבער please don't crash my party. איך רעד דא פון גשמיותדיגע געשמאקע הנאות, וואס מען קען האבען מיט כח המדמה. איך בין נישט אין די הויכע ספערן. אויב ווילסטו טענה'ן אז מען טאר נישט האבען הנאה דעמאלט be my guest וועל איך דיך אויסהערען, און פרובירען אפווענדען עד אפס כוחי. אבער אויב ביזטו מסכים אז מען מעג הנאה האבען פונעם אייבערשטענס וועלטעל, דאן לאזט ביטע דא דעם אשכול אויף דעם פראקטישען למעשה.
נישט אז איר זאלט נישט מגיב זיין. פונקט פארקערט עס איז פאר מיר, און ווארשיינלעך פאר יעדעם, זייער אינטערסאנט ענקערע תגובות. וועל איך טאקע בעטן צו הערען וואס איר זאגט אויף דעם פראקטישען פראנט. א דאנק.

נשמה יתירה » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 6:30 pm

· #99263
יאיר
נשמה יתירה, זייער גוט מסביר געווען. זאל מען טאקע וויסן ווי אזוי צו דמיונ'ען אויפ'ן ריכטיגן אופן און נישט דמיונ'ן אז מען דמיונ'ט אמת'דיגע דמיונות, בעת פאקטיש איז דאס בלויז גע'דמיונ'טע דמיונות 🙂.
אגב, דער אידישער ווארט פאר forcing yourself איז 'ארויפצווינגען אויף זיך'.
ראשית כל האלט איך נישט פון פארסירען יענעם וויאזוי צו רעדען. נישט פארסירען, נישט ארויפצווינגען, און אפי' נישט זיך לאזען ווערען איבערגענומען. 😛
א דמיון וואס קומט ארויס פון מיין עכטע מציאות אהן די אלע שכלים וואס מען האט אונז פראגראמירט [וויאזוי זאגט מען פראגראמירט אין אידיש?] קען נישט קומען מצד די שכלים זעלבסט.

נשמה יתירה » פרייטאג מערץ 22, 2013 11:47 am

· #99473
פייפער
דברים גדולים ונשגבים נשנו כאן דורך די אריות שבחבורה. אבער please don't crash my party. איך רעד דא פון גשמיותדיגע געשמאקע הנאות, וואס מען קען האבען מיט כח המדמה. איך בין נישט אין די הויכע ספערן. אויב ווילסטו טענה'ן אז מען טאר נישט האבען הנאה דעמאלט be my guest וועל איך דיך אויסהערען, און פרובירען אפווענדען עד אפס כוחי. אבער אויב ביזטו מסכים אז מען מעג הנאה האבען פונעם אייבערשטענס וועלטעל, דאן לאזט ביטע דא דעם אשכול אויף דעם פראקטישען למעשה.
נישט אז איר זאלט נישט מגיב זיין. פונקט פארקערט עס איז פאר מיר, און ווארשיינלעך פאר יעדעם, זייער אינטערסאנט ענקערע תגובות. וועל איך טאקע בעטן צו הערען וואס איר זאגט אויף דעם פראקטישען פראנט. א דאנק.
וואס ביסטו נישט צופרידן מיט מיינע תגובות?
איך ברענג דיר צו א נועם אלימלך וואס זאגט אז די גרעסטע אינדיווידואלע אקט פון עבודות ה' אין אידישקייט, נעמליך די עקידה, איז געווען כולו אין דמיון. דהיינו אברהם און יצחק האבען זיך געדארפט מדמה זיין אז זיי גייען דא שחט'ן/געשחט'ן ווערן. די גאנצע עבודה של מסירות נפש פון די מעשה עקידה איז געווען גענצליך מיטן כח המדמה. דאס דארף דאך געבן א שטארקע הוכחה אז די כח המדמה פון א מענטש איז נישט אוועקצומאכען. אויב קען מען מקיים זיין די גרעסטע מצוה וואס כלל ישראל פארמאגט, סטריקטלי דורך דמיונ'ן אז מען איז עס מקיים. אויב מען קען בפועל וויסען אז מען גייט אין רעאליטי זיך נישט שחט'ן פארן אייבערשטען, נאר מען לאזט זיך דמיונ'ן אז מען גייט דאס טון. אויב דער דמיון איז גענוג אז עס זאל אריינגיין אין די היסטאריע פון כלל ישראל אלס די גרעסטע אקט פון מסירות נפש וואס כלל ישראל פארמאגט, אויב דערמאנען מיר די זכות פון דעם געדמיונ'טער אקט מדי יום ביומו, מיז דאך זיין אז דמיון איז פונקט אזוי גוט ווי רעאליטי, אדער לכה"פ נישט צו ווייט דערפון. איז דאס נישט די טעמע דא אין דעם אשכול?

אויך האב איך געוויזען אז חאטשיק עס איז געווען א דמיון האבען זיי דאך געשפילט די מעשה מיט אלא איינצעלהייטען, ביז צו די לעצטע דעטאל פון צובינדען יצחק און נעמען די מעסער און די הענט אריין. דאס איז ווייטער מאמת וואס דו שרייבסט אז ביים דמיונ'ן העלפט אז מען זאל צושטעלען דעם למעשה עד שידו מגעת. אין דיין ציור פון גשמיותדיגע הנאות מיינט דאס אז מען זאל טאקע אויסהערען א שיינע ניגון אויב וויל מען דמיונ'ן אז 150 מזמרים זינגען פאר דיר. דאס איז דאך זייער פראקטיש אויף למעשה.

יאיר האט צוגעברענגט דעם פאיעסעצנער וואס געבט געוויסע הדרכות וויאזוי צו דמיונ'ן. אמת דארט רעדט ער וויאזוי צו האבען טיפע דמיונות, אזעלכע וואס קומען מעומק הנפש והנשמה, אבער פארט איז דאס הדרכה און התאמתת אויף די כח המדמה. אפשר קען מען ניצען זיינע הדרכות פאר יעדען פאל וואס מען וויל ניצען די כח המדמה. עס איז דאך נישט דא אזויפיל חומר פאר דיין אינטערסאנטע רעיון. אפשר איז כדאי צו זעהן יעדע מאמר אדער עצה אויף די נושא און דערנאך צאמשטעלען דעם גאנצען בילד און זעהן צו איז יש דברים בגו אין דעם גאנצען דמיון דיינער.

נשמה יתירה » פרייטאג מערץ 22, 2013 12:21 pm

· #99485
א דאנק יאיר קוק איך יעצט אריין און ספר בני מחשבה טובה פינעם פיאסעצנער.
אין 'סדר אמצעי ויסוד החברה' אות יב', שרייבט ער בענין די אומזיכערקייט פון "רעאליטי".
ער שרייבט אז מען קען דאך האבען א טענה אז
הלא עולם גופני אני רואה בעליל, ומי יכול להכחיש את הודאות של ראית ושמיעת חושי? אבל מאין אתה בטוח כל כך בראית חושיך שאמתיות הן? הגם שאין אנו רוצים להעמיק בפלפולים כאלו, אבל כדי להזיז את דעתך מן ודאות ובטיחות חושיך שבהם אתה בוטח ודוחה את כל יכולת ראיה עילאה להביט בראיה בלתי חושית על דברים מוחשים, לכן הנני שואלך שאלה פשוטה זו.
מה זה מים?
כלומר בטוח אתה שמשעה שאתה מביט וממשמש במים בעצם המים אתה רואה וממשמשמ, לא איזה צורה מהם בלבד. ואם כן למה המים הללו בעמצם מתהפכים לשלג, לכפור, לאד, ושוב למים? את הקש למשל, גובלים ונעשה זבל, ונותנים אות בשדה ומשבחת היא את התבואה, זאת אומרת שנתוספה על התבואה, והזבל נתהפך לתבואה והאדם אוכלה ומתהפכת לבשר ודם האדם, בצלמו ובדמותו. היינו שהקש נתהפך לזבל, לתבואה, ולבשר האדם. ומה המה עצמם? עצם מים, ועצם קש, עצם תבואה, ועצם בשר" איך עצם אחד מתהפך לשני ולשלישי, ושוב חוזר לעצמו? או האם אפשר שהרבה עצמיים נמצאים בעצם אחד? לא זה אפשר, ולא זה אמת. הנך רואה איפה שכל אחד מהם הוא דבר בלתי נראה לך, ורק גוונים וצורות מתחלפות אתה רואה בכל דבר. בשקר יפתוך חושיך לאמור את העלם אנו רואים וממשמשים. עצם כל דבר עומד בעינו, חושיך לא יגיעו אליו, ורק כעור הם ממשמשים בגווני הדברים שמתראים על עצם הדברים.... ובמה כוחך גדול לדחות בחושיך.... ולהקשות הלא עולם גופני אני רואה, אם באמת אין מים ואין קש, אין עולם ואין עצם לפניך.

איך מיין נישט צו זאגען אז ווייל ער האט אזוי געזאגט מיז עס שוין זיין אזוי. איך ווייז דיר נאר אז אינעם חסידישען פיאסעצנער חדר זאגט זיך עפעס אזוי.

קינות גירושין » פרייטאג מערץ 22, 2013 12:41 pm

· #99498
אין ענגליש רופט זיך דאס crective visualization

מאטי » פרייטאג מערץ 22, 2013 2:15 pm

· #99515
איך זאג פאר מיינע קינדער צו אנקוקען און דמיונען ווי משפילט געים בוי און דער יצר איז דער שרעקעדיגער מאונסטער יעדעס מאהל זיי פירן אויס טראכט כאילו מהאט געמאכט א מעיזשאר מאוו אין די אכטע לעוועל און די ארומיגע חברים וואס קוקען שרייען wow!!!!!!!!!!און ווען פארקערט זאל מען זיך פארשטעלן ווי ער קוילערט זיך פאר געלעכטער, מרעגט זיך !!! און איך לייג אריין אין זיי די עמוישען וואס קינדער האבן בעתן שפילן געים בוי אז קומענדיגע מאהל וועל איך שוין ווייזן וואס איך קען.....

פייפער » פרייטאג מערץ 22, 2013 3:36 pm

· #99526
נשמה, איך הער דיין פוינט.
קינות, creative visualization איז די חידוש אז מיט'ן טראכטען און דמיונ'ן אויף עפעס, וועט דאס טאקע אזוי געשעהן. אויבענאויף קוקט דאס אויס ווי דמיון 😃 . איך רעד פשוט דמיונ'ן כדי הנאה צו האבן.

מיין רעיון איז אז אלע הנאות זענען פילינגס און עקספעריענסעס אין מיין נפש, שכל, לב, אדער וואטעווער. מיין שאלה איז צו מען קען אויפבועין דעם כח המדמה, אז מען זאל געהעריג באלעבען דעם דמיון אזאש אז מען זאל עס ממש שפירען אינעם נפש, שכל, לב, פונקט ווי ווען עס געשעהט בפועל, אדער עכ"פ למחצה שליש ורביע. אויב יא האבען מיר דאך א געוואלדיגע מקור פאר הנאות ותענוגי החיים. עס איז זייער א סימפעל שאלה.

איך רעד נישט וויאזוי צו קענען עס ניצען כדי זיך מתגבר זיין אויף דעם יצה"ר. אוודאי געוויס איז דאס וויכטיג, אבער נישט דאס איז מיין שאלה.

אין דער אמת'ן גערעדט וואלט געווען כדאי אז א פאר מענטשען דא זאלען עס אויספרובירען. די פראבלעם איז אז איך גלייב מען דארף אביסל practice דערפאר. עס איז מסתבר אז די כח איז נישט אויסגעארבעט פון זיך אליין. מען דארף מסתם האבן מהלכים און techniques דערפאר.

נו מען האלט דאך שוין קרוב צום זמן פון בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו.... יעדער דור דארף א מענטש זיך קענען מאכען כאילו.. בקיצור, מען דארף קענען דמיונ'ן. נאכדערצו אויב מען וועט צולייגען צו דעם נוסח די ווערטער וואס דער בעל התניא אין פרק מז' האט אליינס צו געלייגט. והנה בכל דור ודור, ובכל יום ויום, חייב אדם לראות עצמו כאילו הוא יצא היום ממצרים. דארפען מיר דאך קענען דמיונ'ן יעדען טאג. איז דאך היום לעשותם. איך ווייס טאקע נישט פון ווי דער בעל התניא נעמט די הוספה? למעשה זאגט שוין די של"ה מסכת פסחים מצה עשירה - דרוש ראשון - "על כן בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא. וזהו ענין הזכרת יציאת מצרים בכל יום כאילו היום הזה יצאנו"

באמת אויב דמיונ'ט מען טאקע יציאת מצרים איז דאך דאס א טעכניק אויף צו האבן הנאה. דהיינו אויב קען איך טאקע שפירן און מיטלעבן א אייגענע פדיי' פון עבדות לחירות, איז דאס דאך א געוואלדיגע געשמאקע הנאה. פשיהאא.. האט מען נאך א מצוה אויך. איך מיין כדי עס צו מאכן רעאליסטיש מעג מען דאך טראכטען אויך פון די כלי כסף וכלי זהב וואס מען נעמט מיט, צוזאמען מיט נאך גוטע זאכן. דער מיעוט דרך ארץ איז דאך אויך בטל געווארן (קוק ווי מיין קאפ ליגט המממ..).

איך בין א געהעריגע בעל דמיון האלט עטץ. די פראבלעם איז אז איך רעד נאר פון דמיונ'ען, איך טוה עס נישט למעשה. 😕

יאיר » פרייטאג מערץ 22, 2013 3:49 pm

· #99529
פייפער, דו שרייבסט אז דו דמיונ'סט נאר פון דמיונ'ען, אבער דו דמיונ'סט נישט עכט.
איך מיין אז ס'איז זייער שווער צו דמיונ'ען ריינע דמיונות, א שטייגער ווי חלומ'ען בשעת מען איז אויף. אפילו דער חייב אדם לראות את עצמו וכו' איז אויך באזירט אויף א שטארקער אמת, ווי מען זאגט ואילו לא הוציא וכו' הרי אנו ובנינו משועבדים היינו לפרעה במצרים. ווען נישט דעם וואלט דאס טאקע געווען א הוילע דמיון, און איך גלייב נישט אז מען וואלט מחייב געווען אידן צו דמיונ'ען הוילע דמיונות, אויסער ביי גאר אויסגארבעטע בעלי דמיונות ווי ביי דער פיאסצנ'ער, אדער א solipsist, אדער חלילה איינער וואס ליידט פון סקיצאפרעניע. למעשה, רוב מענטשן ענדזשויען מער דעם ביטערן אמת ווי דער זיסטער שקר. כ'מיין אז רוב מענטשן וואלט נישט געוואלט כאפן א חוני המעגל שלאף און חלומ'ען די זיסטע חלומות און זיך אויפוועקן נאך זיבעציג יאר. ס'איז ענדערש זיך צו פלאגן א גאנץ לעבן כל זמן מ'ווייסט אז דער פלאגן איז עכט, און די הנאות וואס מען האט זענען עכט.

פייפער » פרייטאג מערץ 22, 2013 3:57 pm

· #99531
פלאגן איז עכט? מען פלאגט זיך ווייל מען מיינט אז דער שכן, טאטע, ברידער...
הנאות איז עכט? מען האט הנאה אז דער שכן, טאטע, ברידער, מיינט אז...
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז 95% פון אונזערע הנאות און צער זענען געבעיסט אויף דמיון. אויב אזוי לאז מיך ביטע שוין זיין בעל הבית דערויף. לאז מיך מיר אויפבויען מיין אייגענע דמיון.
בכלל, וויפיל מענטשען ליינען novels, אדער וואטשען פילמס? דאס איז דאך אלעס א הנאה פון א דמיון.
אויב ביסטו גערעכט אז מענטשען האבען נישט ליב הנאות פון דמיון, ווער זענען דאס די 125 מיליאן מענטשען וואס האבען געקויפט Grand theft auto? אדער די 100 מיליאן מענטשען וואס האבען געקויפט Call of Duty.

פייפער » זונטאג מערץ 24, 2013 1:25 am

· #99636
פייפער
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז 95% פון אונזערע הנאות און צער זענען געבעיסט אויף דמיון. אויב אזוי לאז מיך ביטע שוין זיין בעל הבית דערויף. לאז מיך מיר אויפבויען מיין אייגענע דמיון.
ברוך שכוונתי לדעת גדולים קוק דא סוף ארטיקל, ווי neuroscientist Beau Lotto זאגט אז
"Either there are no illusions or everything is an illusion," said Lotto at the conclusion of his remarks at the recent Being Human 2012 conference. "And given that we are pretty much all delusional, you might as well choose your delusion."

קוק דא פאר אן איטערסאנטע clip.

פייפער » זונטאג מערץ 24, 2013 2:37 pm

· #99813
דא איז א קיצור הדברים פון א לאנגע ארטיקל. עס שטייט דאס פאלגענדע.
Research on emotional perception and learning indicates appetitive cues engage nucleus accumbens (NAc) and medial prefrontal cortex (mPFC), whereas amygdala activity is modulated by the emotional intensity of appetitive and aversive cues. This study sought to determine patterns of functional activation and connectivity among these regions during narrative emotional imagery. Using event-related fMRI, we investigate activation of these structures when participants vividly imagine pleasant, neutral, and unpleasant scenes. Results indicate that pleasant imagery selectively activates NAc and mPFC, whereas amygdala activation was enhanced during both pleasant and unpleasant imagery. NAc and mPFC activity were each correlated with the rated pleasure of the imagined scenes, while amygdala activity was correlated with rated emotional arousal. Functional connectivity of NAc and mPFC was evident throughout imagery, regardless of hedonic content, while correlated activation of the amygdala with NAc and mPFC was specific to imagining pleasant scenes. These findings provide strong evidence that pleasurable text-driven imagery engages a core appetitive circuit, including NAc, mPFC, and the amygdala.

איך ווייס נישט וויאזוי איך קען באקומען דעם גאנצן ארטיקל. אבער פון די ראשי פרקים איז משמע
א- עס איז ידוע אז NAc און mPFC זענען די חלקים אין מוח וואס זענען אקטיוו ווען מען שפריט הנאה ותענוג. די סיבה וויאזוי מען ווייסט דאס, איז ווייל מען זעהט אז יעדעס מאל א מענטש האט א תאוה ורצון פאר הנאה, ווערן די חלקים אקטיוויזירט. פון דעם נעמט מען אהן אז די חלקים זענען דאס וואס ארבעט בשעת א מענטש האט הנאה. (קוק מיין הערה אויף די נקודה באלד).
ב- ווען מענטשען האבען זיך מצייר געווען מיטן כח הדמיון געוויסע הנאות, האט דאס גורם געווען אז אט די חלקים זאלען אקטיווזירט ווערן.
ג- לויט די שטארקייט פון הנאה וואס דער מענטש האט אונז געזאגט אז ער האט, אזוי פיל האבען מיר געקענט זעהן אז אט די חלקים זענען שטערקער אקטיוויזרט געווארען.
אויב אזוי זעהט מען אז מיט דמיון פון הנאה ווערן אקטיוויזירט די חלקים אין מח אזוי ווי ווען מען האט בפועל הנאה.

הערה -
לכשעצמי וואלט איך נאר געזעהן פון דעם אז די חלקים זענען מעורר רצון ותאוה נישט אז זיי ארבעטן בשעת די רצון ווערט נתמלא. אבער זיי שרייבען דאך

NAc and mPFC activity were each correlated with the rated pleasure of the imagined scenes.
לויט די לעוועל פון הנאה אזוי איז געווען די לעוול פין אקטיוואציע פון די חלקים. קען זיין אפשר אז די עיקר הנאה פון א מענטש איז די רצונות און געגועים דערצו. ווי די טייטש חומש זאגט אויף איני יודע - איך ווייס נישט.
בקיצור, נאך די אלע מראה מקומת, וואס בלייבט?
די פשוטע עצה איז דאס אליין פרובירען און זעהן. אויב איז עס אמת אז מען קען האבען די וועלטס הנאות (איך רעד אויסגעהאלטענע) פשוט דורך מחשבה ודמיון, איז דאך געוואלדיג. ווען די ווייב שרייט אהן יעצט אין די טעג, גייט מען אריין אין קאר און מען איז זיך מצייר בפועל ווי די ווייב רעד שיין און געטריי. מען האט אן עקספעריענס פון הערן ווערטער פון געטריישאפט פון איר. איי ווען איך גיי ארויס פון קאר און צוריק אין הויז וועט זי שרייען, איז וואס? דאס זעלבע קענסטו דאך זאגען בשעת זי איז באמת גיט צו דיר. מארגען וועט זיך דאך שרייען. אלא מאי חיי שעה איז שוין איינמאל געלעבט. איז דאך דאס זעלבע דא אויך.
איך ווייס אז עס קוקט אויס ווי איך בין אריינגעכפאט אין דעם נעץ פון דעם דמיון און איך קען מיך נישט דערזעהן אינדרויסען. אבער געוואלד און געשריגען, אויב איז אמת וואס איך זאג, האבען מיר דאך א כרכא דכולא ביה, אן אוצר בלום פון אלע הנאות אויף די וועלט. עס איז מער ווי געוואונען די 300 מיליאן דולר לאטטערי טיקעט. החרש לא אוכל. 🙂

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 24, 2013 2:40 pm

· #99816
איך קען טאקע איינער וואס האט זיך מדמה געוועהן אז ער האט געווינען די לאטערי, און האט באשטעלט אן עראפלאן, און צוגעזאגט אומגעהוירע סכומים פאר צדקה. אלעס האט זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם......

פייפער » זונטאג מערץ 24, 2013 2:47 pm

· #99826
איך זאג בכלל נישט אז ער זאל זיך איינרעדען אז דאס זענען די פאקטן. איך זאג אז ער קען ליינען א שיינע מעשה אין זיין מח. די מעשה איז פערצופאל מיט אים אליין.
עס איז זייער גרינג אוועקצומאכן דאס וואס איך זאג. נאך אלעם רעד איך דאך פון דמיון, ולשון נופל על לשון. אבער איך עקספעקט אז די חכמים דא וואס האבען נישט מורא צו טראכטן אביסל ארויס פון די באקס, זאלן זיך אביסל מתבונן זיין דערין. אפשר וועלן זיי דאס קענען בעסער מסביר זיין און ווייזען וויאזוי מען קען דאס טון.

מוח שליט » מאנטאג מערץ 25, 2013 3:39 am

· #100046
פייפער
אויב איז עס אמת אז מען קען האבען די וועלטס הנאות (איך רעד אויסגעהאלטענע) פשוט דורך מחשבה ודמיון, איז דאך געוואלדיג. ווען די ווייב שרייט אהן יעצט אין די טעג, גייט מען אריין אין קאר און מען איז זיך מצייר בפועל ווי די ווייב רעד שיין און געטריי. מען האט אן עקספעריענס פון הערן ווערטער פון געטריישאפט פון איר. איי ווען איך גיי ארויס פון קאר און צוריק אין הויז וועט זי שרייען, איז וואס? דאס זעלבע קענסטו דאך זאגען בשעת זי איז באמת גיט צו דיר. מארגען וועט זיך דאך שרייען. אלא מאי חיי שעה איז שוין איינמאל געלעבט. איז דאך דאס זעלבע דא אויך.
איך ווייס אז עס קוקט אויס ווי איך בין אריינגעכפאט אין דעם נעץ פון דעם דמיון און איך קען מיך נישט דערזעהן אינדרויסען. אבער געוואלד און געשריגען, אויב איז אמת וואס איך זאג, האבען מיר דאך א כרכא דכולא ביה, אן אוצר בלום פון אלע הנאות אויף די וועלט. עס איז מער ווי געוואונען די 300 מיליאן דולר לאטטערי טיקעט. החרש לא אוכל. 🙂

אויב מעג איך, העט איך ווען געזאגט א הגדרה אויף דיינע ווערטער בערך אזוי.
דו פארלאנגסט אז מען זאל אנערקענען אז דמיון איז א פאקטישע עקספעריענס, בערך ווי אן 'עכטע' עקספעריענס. איינמאל איך וועל דאס אריינעמען אין קאפ וועל איך הנאה האבען פינעם דמיון בערך אזויווי א 'עכטע' עקספעריענס.
די סיבה פארוואס מיר האבען נישט קיין הנאה איז ווייל מיר געבן נישט קיין חשיבות פאר די עקספעריענס. מיר מאכען דאס אוועק גלייך, זאגענדיג אז עס איז נאר א דמיון. אט די מחשבה גופא איז וואס נעמט אוועק די הנאה. די מחשבה/בחירה אז דעי עקספעריענס איז גארנישט ווערט, דאס גופא איז וואס מאכט דאס טאקע גארנישט ווערט אין מיין קאפ. ווייל אלעס ווענדט זיך דאך אין מיין קאפ, ברצותי מזלזל, וברצותי מחשב. קומט אויס אז דמיון איז hoist with its own petard, ער ווערט צומזיקט פון זיך זעלבסט, פון זיין אייגענעם כוח.
דהיינו דו זאגסט אז דמיון/מחשבה איז באמת דער קובע אויף יעדע עקספעריענס, ווייל יעדע עקספעריענס איז באמת נישט מער ווי א סצענע [דמיון] וואס שפילט אין מיין קאפ ולא יותר. עס איז לפי"ז, בכלל נישט נוגע וואס איז די 'עכטע' אביעקטיווע מציאות, אדער צו עס איז בכלל אפי' דא אן אביעקטיווער רעאליטי. דערפאר דארף 'דמיון' זיין פונקט אזוי שטארק ווי יעדע 'עכטע' עקספעריענס. איז טאקע אט דער כוח וואס דו טיילסט צו צום מחשבה איז איר דורכפאל. ווייל וויבאלד מיר זענען בוחר צו טראכטען במחשבותינו אז דמיון איז גארנישט ווערט, האט דאך דער כוח המחשבה אפגעוואנדען און אוועקגעמאכט איר אייגענעם כוח, און מיט דעם אוועקגענומען פון שפירען מחשבה/דמיון אלס אן עכטע לעגיטימע עקספעריענס. נמצא אז די מחשבה פון אוועקמאכען דמיון טוט טאקע אויף באמת, און דער דמיון פארלירט איר ווערט.
מיר דאכט זיך אז איינמאל מיר וועלן באמערקען אז אלע אונזער עקספעריענסעס, 'עכטע' און נישט עכטע, זענען אין קאפ, וועלן מיר גאנץ גוט מחשיב זיין יעדע קאפ עקספעריענס, דהיינו יעדע ציור אין מוח, יעדע דמיון. ווי מער מיר וועלן עס מחשיב זיין און אנערקענען איר לעגיטימאציע, וועט די עקספעריענס ווערן אלץ שטערקער און שטערקער. און די הנאה וועט לכבוד דעם זיין בעסער און בעסער.
מקורות.
דיינע מקורות זענען געוואלדיג, איך ברענג נאר כיהודה ועוד לקרא.
עס איז דאך ידוע פון גאונים און ראשונים אז די ארבעה נכנסו לפרדס מיינט מען אין דמיון. די רמב"ם זאגט דאך אז נבואה איז אן ענין פון כח המדמה כעין חלום. דער בעש"ט זאגט אז גן עדן, און משיח, איז אין עולם המחשבה. דער בעש"ט איז דאך דער וואס זאגט אז יעדע מחשבה איז א קומה שלימה, דהיינו א מציאות פונקט ווי אן 'עכטע' מציאות.
דא זעהט מען אז מצד די מוח פינעם מענטש איז imagination זייער ענליך צו 'עכטע' מציאות. דא ווערט באשריבען די Perky experiment וואס דארף צו ווייזען אז עס איז נישטא קיין חילוק פון זעהן זאכען אין דמיון, צו זעהן זאכען עכט. היינט האלט מען אז די עקספערימענט איז נישט קיין ראי', עיי"ש. קוק אויך דא און דא פאר אסאך חומר איבער די נושא פון mental imagery.
עס איז גראדע אינטערסאנט אז בליקענדיק שנעל האב איך נישט געזעהן מען זאל רעדן פון דיין פשוטע רעיון. נעמליך, אז מען זאל דמיונ'ן [imagine] געשמאקע דמיונות כדי מען זאל האבען א זיס לעבן. אבער איידער מען רעדט איבער א נושא דארף מען דאך דורכטון די 'רייד' וואס איז שוין געזאגט געווארען דערויף, און פון דארט גיין ווייטער. נו שוין, וועלן מיר שוין האבען וואס צו ליינען דעם יו"ט.

הקטן » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:33 pm

· #108078
פארוואס נאר ניצען די כח המדמה אויף מוסף זיין הנאה - עשה טוב, פארוואס נישט ניצען די כח פאר סור מרע פטור צי ווערן פין פראבלעמן קלענערע אין גרעסערע.
פין היינט אין ווייטער זיץ איך מער נישט אין טרעפיק איך בין זיך מדמה ווי איך טרייב די פערד מיט א גאלאפ ציזאמען מיט די איד וואס דימון איז זיין גן עדן.

מיט די IRS איז פשוט א מחי צי דילען

@מח שליט conscious critical faculty איז וואס שטייט אינז אינוועג

מאטי » פרייטאג אפריל 26, 2013 3:44 pm

· #109080
הקטן סאיז זייער אמת וואס דו זאגסט עמפעסייזן אין מחשבה שאפט א מצב פון א פראבלעם ווי למשל טראכטן פון שלינגען סטומיולירט א ווילן צו שלינגען אדער אויב דו טראכסט פון קראצן זיך פאנגט טאקע אן צו קראצן.
כ׳מיין אז Syndey banks דער מחבר פון The three principles
זאגט בפירוש אז מחשבה שאפט דו מצב און נישט פארקערט מצב שאפט מחשבה.

הקטן » זונטאג אפריל 28, 2013 6:29 pm

· #109513
לאמער עס אביסל צי לייגען: צי די וועלט איז א דימין צי א מציאות איז שנו במחלקות ווי למשל ברעסלב אין חב"ד אין לעקוואד אין מח שליט אין נאך
the 3 principles, אדער POM ווי אנדערע ריפן דאס, נעמט נישט קיין שטעלונג אויב די car in front of me איז נאר א מציאוית ווייל איך בין קאנשעס דערוועגן אדער ס'איז א מציאוית regardless.

וואס די פרינסעבולס זאגט איז, אז מיין זיין אונגעצויגען וועגן די car אין מיין emotions וועגן די car & trafic איז עפעס וואס איך באשאף א יעדע איינציגע מעניט פין פריש, דארך נעמען (mind) שכל פשוט וואס איז נאך נישט געפארעמנט (חומר) אין מיט מיין מח (Thought) דאס אויפארמען (צורה) אין מיט Consciousness זיין aware דערפין. אין איך האב בחירה דאס צי טין אדער נישט

בדרך אגב Sydney banks איז נישט קיין ראשון

פייפער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:14 pm

· #117468
א טיפ פאר הנאה האבן פון דמיון איז אז וויפל מען קען צושטעלן דעם בפועל איז אלס בעסער.
למשל איך וויל דמיונ'ן אז מיין ווייב שפילט יעצט א הערליכע שטיקל קלאסישע מוזיק אויפן פיאנא, איז כדאי אז איך זאל הערן א שיין שטיקל קלאיסקעל מוזיק, און צודמיונען און עקספעריענסען כאילו מיין ווייב שפילט דאס.
עס מאכט נישט קיין סענס הא? טריי אביסל און איי פראמיס אז דו וועסט עס זייער ענדזויען. א'נישט קענסטו מיך רופן צום סאנע טוקף.
בקיצור דיין קליין קינד קען זיך געשמאק דמיונן ווי ער איז מושל בכיפה, אבער דו קענסט נישט. ווייסטו וואס, גיי ווייטער מיט דיין באארינג לייף.
ווארט, עס איז נישט געשמאק פאר מיר אז דו האסט אזא באארינג לייף. וועל איך פשוט דמיונ'ן אז דו דמיונ'סט יא. וואס זאגסטו צו דעם הא? _______________________

יישר כוחכם... גענוג.. א.ק. גענוג. איך פארשטיי אז דו ביסט מכיר טוב, אבער דאס האט שוין נישט אויסגעפעלט.

זר זהב » זונטאג מאי 26, 2013 5:42 am

· #117871
איך האב די וואך ביים סעודה פרייטיג צונאכטס געדמיונט עפעס בכלל נישט מיין טייפ. אינמיטן שלום עליכם איז מיר דער רוח אריין אין קאפ אז איך גיי שפילן ׳אדמו"ר׳... צום ערשטן מאל אין מיין לעבן ביניך נישט געגאנגען אין קיך זיך צו וואשן! כזאג פארן מי ימצא זי זאל ברענגען א שיסל מיט וואסער און א האנטוך. זי קוקט מיר אן ווי פון לבנה , אקעי זאגט זי, איך וועל זיין די רביצין. רבותי! ספיהלט גוט צו שטיין ביים פלאץ און ווערן סערווירט מיט א שיסל און א האנטוך. (טראכט פון רחצה אין א גרינעם שבת)

כאמיר אראפגעזעצט און אויסגעשפרייט דאס האנטוך אזוי אויף די פיס גינוי ווי די רבי׳ס. און דא האט דער דמיון אנגענומען אן אומרעאליסטישן טוירן... כאב אנגעהויבן ארומקוקן אויף די פארענטשעס!!! כשאקל מיר, און כברענג דאס עסן צו מיר, איך בייג זיך נישט צו צום טעלער.

אזוי האביך איין זאך אויפגעטון איך וועל מער נישט לאכן פון קליינע טראטשיקע אדמורימליך, זיי האבן א פוינט! פרובירט דאס אויס.

הקטן » זונטאג מאי 26, 2013 5:06 pm

· #118094
זר, יא אר מיסינג די פוינט.
די קונץ איז צו גיין צו די סינק און זיך וואשען ווי געווענליך, just in your minds eye זאלסטו דמיונ'ען ווי זי ברענגט אריין די וואסער וכו'

פוןדעסטוועגןדאך » זונטאג פעברואר 23, 2014 3:55 pm

· #185704
NYTimes: Olympians Use Imagery as Mental Training - NYTimes: Olympians Use Imagery as Mental Training
<a class="postlink" href="http://nyti.ms/1dg6Sxa">http://nyti.ms/1dg6Sxa</a>

אי איתמר » זונטאג פעברואר 23, 2014 9:53 pm

· #185801
א פחד פון אן אשכול. מ'ברויך א דאקטאר דא,
כמדומה לי.. אז רוב חולי הנפש קומט פון אזא שטיקעל
מוחלפת השיטה צווישען דומיון אין מציאות,

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:21 pm

· #186047
מען ברויך אפירזיכען @ברסלבר זאל אביסעל איבערגעבן מספרי הרה''ק מ'ברסלב ותלמידיו איבער'ן כח המדמה וואסי מלא וגדוש הערליכע ענינים בהנושא.