☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הרב הערשל שעכטער׳ס בליק אויף מסירה אין מאלעסטעישאן קעיסעס

הרב הערשל שעכטער׳ס בליק אויף מסירה אין מאלעסטעישאן קעיסעס

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3265
בלאט: 1 2

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 2:14 am

· #98782
הרב הערשל שעכטער׳ס בליק אויף מסירה אין מאלעסטעישאן קעיסעס
הרב הערשל שעכטער, איז א אנערקענטער גדול אין די אמעריקאנער - אידישע וועלט, ראש ישיבה פון ישיבה אוניווערזיטעט, און פון די פראמינענטע פוסקים פון די או יו, און אויב בין איך זיך נישט טועה, איז ער אויך פירנדער מיטגליד פון די RCA.

אין די לעצטע טעג איז אנטשטאנען א שטורעם אין א גלעזל וואסער נאך דעם וואס דער באקאנטער אוהב ישראל וידיד נפש כל חי שמריה ראזנבערג האט ארויף געלייגט אויף זיין בלאג א רעקארדירונג פון א טעלעפאנישע קאנפערענץ שמועס וואס ער האט געהאט מיט רבנים פון די שטאט לאנדאן, איבער די פארווייטאגטע און גאר קאמפליצירטע נושא, נעמליך ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט אנגעבליכע און / אדער זיכערע מאלעסטארס. הרב שעכטער ברענגט ארויס דארט אז אריין לייגן א איד אין תפיסה ווי ער קען ענד אפ׳ן אין איין צעל מיט א שווארצן אדער מוסולמענער, איז א ערנסטע שאלה פון פיקוח נפש.

אין די היינטיגע פאליטיקלי קארעקט משוגענע וועלט איז געווארן א מהומה און איבערקערעניש איבער נוצן דעם טערמין שווארצער. לויט ווי איך פארשטיי אויב וואלט ער ווען געזאגט ״קאלירטער״ אדער ״אפרא אמעריקאנער״ וואלט אלעס געווען בסדר.

אבער אין ברען פון דעם שטורעם האט מען אין גאנצן פאר זען דעם עיקר אויפרייס שטאף אין זיינע ווערטער: א גאר פראמינענטער לידינג פוסק פון די מאדערנע וועלט, וואס לכאורה זיינע פסקים דארפן זיין נא לרגלם, האלט פריוואט אז מען מעג נישט מסר׳ן קיין מאלעסטארס פאר די אינסטאנצן. חד וחלק. דו הערסט שרה פריעד? איך ווייס נישט צי דער רב האט גוסטע עס צו זאגן ברבים, אבער עס איז גאנץ מעגליך אז דו - אדער דיין רב וועם דו האסט געפרעגט - האסט דיך מתיר געווען מסירה אויפן חשבון אז די גדולים פון אייער חדר האלטן אזוי, זאלסטו וויסן אז אמווייניגסטנס איינער פון זיי, הרב שעכטער האלט נישט אזוי.

עס איז באמת נישט קיין נייעס, עס איז באוויסט אז אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט איז די אפיציעלע שטעלונג פון די RCA געווען פונקט ווי די אגודה׳ס בנוגע די ענינים. אבער אין די לעצטערע יארן, אויס רעזולטאט פון פרעשור פון די גאס האט זי געטוישט איר אפיציעלע שטעלונג. אבער להוי ידוע אז פונקט ווי די התאחדות הרבנים, פארטרעט די ארג. אויך נאר די מיינונג פון די בעלי בתים, אבער דעת בעל הבית היפך דעת תורה און די רבנים וועמען׳ס מיינונג די ארג. דארף לכאורה רעפרעזענטירן, האלטן בכלל נישט אזוי.

בדחן » מיטוואך מערץ 20, 2013 2:29 am

· #98785
דעת תורה
הרב שעכטער ברענגט ארויס דארט אז אריין לייגן א איד אין תפיסה ווי ער קען ענד אפ׳ן אין איין צעל מיט א שווארצן אדער מוסולמענער, איז א ערנסטע שאלה פון פיקוח נפש.

אבער אין ברען פון דעם שטורעם האט מען אין גאנצן פאר זען דעם עיקר אויפרייס שטאף אין זיינע ווערטער: א גאר פראמינענטער לידינג פוסק פון די מאדערנע וועלט, וואס לכאורה זיינע פסקים דארפן זיין נא לרגלם, האלט פריוואט אז מען מעג נישט מסר׳ן קיין מאלעסטארס פאר די אינסטאנצן. חד וחלק. דו הערסט....


לעולם האלט ער אז איבערגעבן מאלעסטערס איז מותר, נאר צוליב פיקוח נפש איז מען מקיל און מען דארף נישט מסר׳ן,
אבער בי א פלאטץ ווי עס איז נישט שייך פיקוח נפש...? וועט מען לכאורה....?

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 2:49 am

· #98788
קודם ווער געוואויר פארוואס מסירה איז אסור, עטליעסט פארוואס עס איז אזוי הארב אז מען דארף הארגענען א מסור. (הינט: עס האט עפעס צו טון מיט פיקוח נפש).

לאליפאפ » מיטוואך מערץ 20, 2013 5:48 am

· #98801
איך פארשטיי נישט שעכטער׳ס טעם?! ווייל ער וועט זיצן מיט א רוצח?? ער איז א רוצח, און ער זיצט אין איין רום מיט מיין זון!! זאל ער גיין צוזאמען מיט אנדערע רוצחים זיצן! אויף לוי ארון האט שעכטער אויך רחמנות?

איחוד פעלד » מיטוואך מערץ 20, 2013 7:03 am

· #98803
אפילו ער זאל זיין גערעכט, רעדט ער נאר צו דער מוסד זאל מסר'ן אדער נישט, כלומר, איך וואס אעך הער נאר א מעשה פין איינער אז יענער האט מאלעסטעט, טאר אפשר נישט איבערגעבען למלכות, ווייל מיין ספק איז נישט גענוג מכריע צו זיין יענעמס פיקוח נפש. אבער, ווען עס האנדעלט זיך צו דער נפגע קרבן פגום שייגעץ מדמיין וואס ווייסט זיכער אז יענער האט אים מאלעסטעט, אויף דעם קען קיין שום כח אין דער וועלט זאגען אז ער טאר נישט מסר'ן, ווייל איינער וואס איז א מזיק את הרבים איז א מצוה למוסרו למלכות כמבואר בשלחן ערוך.

בדחן » מיטוואך מערץ 20, 2013 8:21 am

· #98804
דעת תורה
קודם ווער געוואויר פארוואס מסירה איז אסור, עטליעסט פארוואס עס איז אזוי הארב אז מען דארף הארגענען א מסור. (הינט: עס האט עפעס צו טון מיט פיקוח נפש).


ניין, האסט נישט צוגעטראפן די טעם, און האסט נישט פארשטאנענן הערשל שעכטער.

לעמאן דזשוס » מיטוואך מערץ 20, 2013 3:41 pm

· #98905
[ציטאט אראפגענומען]


און דאס דארף טאקע א ביאור, אויב האלט ער טאקע אזוי, דאן פרעגט זיך דאך די קושיא, וואס זאל דערפאר זיין די הנהגה, יא מסרן' אדער ניין?? וועגן די שווארצע מוסלימ'ס זאל מען טאקע נישט מסר'ן אדער על אף די שווארצע זאל מען יא?

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 3:47 pm

· #98908
מען קען נישט דן זיין אויף קיין האלבע זאצן, מ'דארף וויסן דעם גאנצן תוכן פונ'ם שמועס. עס איז מעגליך אז רב שעכטער האלט אז אריינלייגן א איד אין תפיסה איז א ספק פון פיקוח נפש, עס איז אויך מעגליך אז ער האלט אז לאזן א מאלעסטער אויף דער פריי איז א ודאי פיקוח נפש.

יואליש » מיטוואך מערץ 20, 2013 6:16 pm

· #98955
דעת תורה
לויט ווי איך פארשטיי אויב וואלט ער ווען געזאגט ״קאלירטער״ אדער ״אפרא אמעריקאנער״ וואלט אלעס געווען בסדר.


לויט וויאזוי איך פארשטיי איז א חידוש אז די כאפסט נישט ווי די ראסיזים שטעקט דא.

אויב איז די באריכט ריכטיג, האט הרב שעכטער געטוהן אנדייטן אז קרימינאלן זענען סינאנאמיס מיט שווארץ און איסלאם. אדער ערגער, אז ער - שעכטער - האט נישט קיין פראבלעם אויב א איד זיצט אין א תפיסה צעל מיט א ווייסע פראטאסטאנט אדער קאטאליק, די שרעק הייבט זיך אן אויב וועט ער זיצן מיט א שווארצן תפיסה-געווארענער-מוסלים.

אויב פארשטייסטו נאכאלס נישט, שטעל זיך פאר ווען א גלח זאגט פאר זיינע קאלעגעס אז מ'טאר נישט באריכטן היימישע קריסטליכע פינאנציעלע באנק שווינדל ווייל די אנגעקלאגטע וועלען אנקומען אין איין צעל מיטן אידישן מעידאף אדער אנדערע וואל סטריט אידישע קרוקס. דו זעסט אין דעם א פראבלעם מטעם "פאליטיקעל קארעקטנעס" אדער בולטע אנטיסעמיטיזם פארפוילט ביזן ביין?

לגבי וואס שעכטער האט צו זאגן להלכה, מיז איך קודם געוואר ווערן, פלעגט שעכטער געבן א קוויטל פארן רעבין אין די געזינטע יארן?

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 6:42 pm

· #98960
יואליש, קודם כל, ער האט עס נישט געזאגט ברבים, נאר ביי א פריוואטן שמועס מיט רבנים וואס איין צדיק האט ארויסגעליעקט. און אוודאי, ער קען דיר זאגן בפה מלא, אז עס איז מער שרעקעדיג, און מען איז מער עלול ניזק צו ווערן אין איין צעל מיט א שווארצן אדער מוסולמענער, ווי מיט א ווייסן פראטעסטאנט. בינינו, דוכט זיך אז דו וואלסט אויך ענדערש געוואלט א ווייסן פראטעסטאנט ווי א שווארצער אדער מוסולמענער.

יואליש » מיטוואך מערץ 20, 2013 6:46 pm

· #98961
דעת תורה היפך דעת בעל הבית.

וואלסט טאקע פארטיידיגט אויב לואיס פאראקאן זאגט די אויבענדערמאנטע מעידאף סטעיטמענט "פריוואט" אין א שמועס מיט אנדערע גלחים? אדער וואלסט געזאגט אז וואס מ'שמועסט פריוואט צייגט וואס מ'האלט באמת און באמת איז ער אן אנטיסעמיט?

ווי קומט אריין דער ליעקער? איז ער פאראנטווארטליך פאר שעכטער'ס ראסיזם?

דאס איבעריגע פון דיין סטעיטמענט וועל איך לאזן רעדן פאר זיך.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 7:03 pm

· #98963
מיין סטעיטמענט רעדט פאר זיך, איך הער אבער נישט דערין וואס דו הערסט.

שעכטער איז א פראקטישער מענטש, און ער איז מיט יואל'יש בדעה אחת אז א שווארצער מוסולמענער איז מער מסוכן ווי א ווייסער פראטעסטאנט, און דאס האט ער ארויסגעברענגט.

דער נמשל איז נישט דומה צום משל, ווייל די תפיסה איז נישט ערגער אדער מער מסוכן אין די געזעלשאפט פון א אידישן וואל סטריט שווינדלער, ווי סיי וועלכער אנדערע קרימינאל.

יואליש » מיטוואך מערץ 20, 2013 7:23 pm

· #98967
דעת תורה
מיין סטעיטמענט רעדט פאר זיך, איך הער אבער נישט דערין וואס דו הערסט.

שעכטער איז א פראקטישער מענטש, און ער איז מיט יואל'יש בדעה אחת אז א שווארצער מוסולמענער איז מער מסוכן ווי א ווייסער פראטעסטאנט, און דאס האט ער ארויסגעברענגט.

דער נמשל איז נישט דומה צום משל, ווייל די תפיסה איז נישט ערגער אדער מער מסוכן אין די געזעלשאפט פון א אידישן וואל סטריט שווינדלער, ווי סיי וועלכער אנדערע קרימינאל.


דו פאבריצירסט בשם שעכטער אויך, אדער נאר בשמי? איז דיין ראסיזים אזוי פאקט-באזירט ווי דיין ציטאטן פון מיר?

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 8:00 pm

· #98980
איך האב אזוי אנגענומען פאר א הנחה פשוטה, וואס כל הולך על שתים איז צו דעם מסכים. אבער אויב זאגסטו אז דו וואלסט נישט געמיינדט א שווארצן מוסולמענער שונא ישראל, מער ווי א ווייסן ווייט קאלער שווינדלער, איז די זאך גאר אנדערש.

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 8:01 pm

· #98981
דעת תורה,
ראסיזם איז פראבלעמאטיש אפילו אויב ס'האט א קערנדל פון אמת.

יואליש » מיטוואך מערץ 20, 2013 8:19 pm

· #98982
דעת תורה
איך האב אזוי אנגענומען פאר א הנחה פשוטה, וואס כל הולך על שתים איז צו דעם מסכים.


קןדם אטעם איך אפ אז דאס איז בלויז געווען א שפעקולאציע פון דיין זייט, הגם האסט עס באריכטעט מיט א גראדן פנים אלס פאקט. סך הכל וועל איך בלויז ברויכן מאכן א מענטאל נאטיץ אז דיינע פאקט-אויסזעהענדע תגובות ברויכן באזינדערע פעקט-טשעקינג.

יעצט איז די שאלה אויב דאס אז "כל הולך על שתים איז צו דעם מסכים" איז אויך בלויז אן "הנחה" דיינער, אדער איז דאס א ידיעה ברורה באזירט אין פאקט.

דעת תורה
אבער אויב זאגסטו אז דו וואלסט נישט געמיינדט א שווארצן מוסולמענער שונא ישראל, מער ווי א ווייסן ווייט קאלער שווינדלער, איז די זאך גאר אנדערש.


פלוצלינג וואקסן ארויס אפאר נייע ווערטער ווי "שונא ישראל," און "ווייט קאלער שווינלער." חוץ אויב די האסט קראנטע אינפארמאציע אז שעכטער האט גערעדט פון אזא אומבאלאנצירטע צושטעל, פארשטייט יעדער בר דעת אז ביז יעצט האמיר גערעדט ווען אלע דעטאלן זענען אייניג און בלויז די קאליר און רעליגיע טיילט אפ: דהיינו, ווילסטו ענדערש זיצן מיט א שווארצע אדער ווייסע רעיפיסט, שווארצע אדער ווייסע סיריעל קילער, שווארצע אדער ווייסע ווייט-קאלער שווינדלער וכדו'

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 8:23 pm

· #98983
יואליש, דו וואלסט נישט ענדערש געוואלט זיצן אין איין צעל מיט א קריסטליכער עוואנגעליסט ווי מיט א מוסלעמענער דזשיהאדיסט, אפילו אויב דו האסט נישט קיין שום אינפארמאציע איבער זייער פערזענליכע מיינונג אויף אידן?

יואליש » מיטוואך מערץ 20, 2013 8:47 pm

· #98985
צולייגן דאס ווארט זשיהאדיסט מאכט א חילוק. און דאס איז שליסעל, נישט די דאגמע וואס טרייבט אים. אלענפאלס, קאליר פאר זיך מאכט נישט קיין חילוק.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 8:57 pm

· #98988
יואליש, דו ביסט אביסל זייער בייסיג. דאס איז איינע פון די זאכן וואס זענען מעכב א נארמאלן וויכוח.

לענין, הרב שעכטער האט נישט געמאכט קיין שום קאמפעריסאנס, ער האט פשוט ארויסגעברענגט א ווארסט קעיס סינעריאו. וואס קאממאן סענס איז מסכים אז דאס איז ווארסט קעיס. לאו דוקא וועגן ראסיזם, נאר ווייל ביי דיפאולט איז א שווארצער מחמת זיין נאטור, קולטור און ערציאונג, מער עלול צו שעדיגן א צווייטן. און א מוסולמענער איז מער עלול פיינט צו האבן א איד. איטס דעט סימפל.

משה געציל » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:01 pm

· #98989
יואליש האט דערווייל גענטפערט זייער צום זאך, קורץ, און צום פינטל.
נאר איך וועל פארלייגען די קשיא אנדערשט, וואלט איר ענדערשט געקליבן צו זיצן מיט א שווארצן אין תפיסה צו מיט א ווייסער? מיט א מיטל מזרחדיגע איינוואוינער צו מיט א אמאריקאנער?

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:08 pm

· #98992
יואליש
צולייגן דאס ווארט זשיהאדיסט מאכט א חילוק. און דאס איז שליסעל, נישט די דאגמע וואס טרייבט אים. אלענפאלס, קאליר פאר זיך מאכט נישט קיין חילוק.


די רודערער האבן גערודערט גראדע וועגן דעם מוסולמענער חלק אויך.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:09 pm

· #98994
משה געציל
יואליש האט דערווייל גענטפערט זייער צום זאך, קורץ, און צום פינטל.
נאר איך וועל פארלייגען די קשיא אנדערשט, וואלט איר ענדערשט געקליבן צו זיצן מיט א שווארצן אין תפיסה צו מיט א ווייסער? מיט א מיטל מזרחדיגע איינוואוינער צו מיט א אמאריקאנער?


א ווייסער. אמעריקאנער. און נישט נאר איך, דו אויך. נאר יואליש נישט.

יואליש » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:09 pm

· #98995
דעת תורה, כ'בעט דיך איבער. אבער א נארמאלע וויכוח ערווארט אז מ'זאל נישט רעדן אין א צווייטען'ס נאמען וואס יענער האט נישט געזאגט. שרייב צו דאס בייסיקייט צו מיין אנטריסטונג (בכלל נישט צו מיין נאטור, קולטור, אדער ערציאונג).

יואליש » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:16 pm

· #98997
דעת תורה
משה געציל
יואליש האט דערווייל גענטפערט זייער צום זאך, קורץ, און צום פינטל.
נאר איך וועל פארלייגען די קשיא אנדערשט, וואלט איר ענדערשט געקליבן צו זיצן מיט א שווארצן אין תפיסה צו מיט א ווייסער? מיט א מיטל מזרחדיגע איינוואוינער צו מיט א אמאריקאנער?


א ווייסער. אמעריקאנער. און נישט נאר איך, דו אויך. נאר יואליש נישט.


ווייטער רעדט ער אין אנדערע מענטשן'ס נאמען. די סטיל איז בכלל נישט בייהילפיג צו א וויכח. לאז משה געציל און יעדער אנדערש רעדן פאר זיך.

כ'וואלט נישט געוואלט זיצן מיט קיין איין מערדער אדער סייקאפעד, אפי' ער איז ווייס און אמעריקען ווי לוי אראן. אויב חלילה כ'מיז אמאל מאכן אזא באשלוס, וואלט איך געקוקט אויף דעם ארעסטאנט'ס טעמפערמענט אין ספעציפישע היסטארי, ווי איידער אויף זיין קאליר, רעליגיע, ראסע, אדער נעשאנעליטי.

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:40 pm

· #99004
יואליש
צולייגן דאס ווארט זשיהאדיסט מאכט א חילוק. און דאס איז שליסעל, נישט די דאגמע וואס טרייבט אים. אלענפאלס, קאליר פאר זיך מאכט נישט קיין חילוק.

פיין, אן דזשיהאדיסט. אן עקסטרעמער מוסלעמענער און א פאנאטישער קריסט, וועמען ווילסטו? איך רעד אין א פאל וואס דו קענסט נישט מאכן קיין שום ווייטערדיגע פארשונגען.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:42 pm

· #99005
@יואליש: אקעי איך הייב שוין אן צו פארשטיין וואס דיר קוועטשט. הרב שעכטער וואלט ווען געדארפט זאגן אז סאיז א סכנה ווייל ער קען אנקומען אין א צעל מיט א ווילדן מטורף און שונא ישראל מובהק, ווי איידער ארויסברענגען זיינע ווערטער מלובש אינעם ווייטאגליכן מציאות אז א מוסולמענער איז א שונא ישראל און רוצח און א שווארצער איז מער אימפולסיוו און לאו קלעס ווי א ווייסער. אבער לכל היותר איז דאס פאליטיקלי קארעקטנעס אישו, נישט ראסיזם.

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:48 pm

· #99008
זיך באנוצן מיט א גאנצע פאלק אלס א דוגמא פון שלעכטקייט איז ראסיזם מדאורייתא, נישט פאליטיקעל קארעקטנעס.

בדחן » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:51 pm

· #99011
איך פארשטיי נישט רב שעכטער,

די אלגעמיינע היתר אויף מסר׳ן מאלעסטערעס איז דאך געבויעט ווייל מאלעסטערס האבן א דין רודף,
משום ספק ספיקה אז אפשר וועט ער אנקימען צו איין צעל מיט איינעם וואס מעגליך א סכנה לאזט מען א רודף זיך דרייען און די גאסן??

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:52 pm

· #99012
@ יאיר, קען זיין ביסט גערעכט.

הרב שעכטער האט מיט דעם שריט פארלוירן יעדעס ביסל רעספעקט וואס ער האט געהאט ביי מיר 😂

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:55 pm

· #99015
אלזא, דאס מיינט אז דו גייסט שוין מער נישט האלטן אז מען מעג נישט מסר'ן מאלעסטערס? 🙂

בדחן » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:02 pm

· #99016
משה געציל
יואליש האט דערווייל גענטפערט זייער צום זאך, קורץ, און צום פינטל.
נאר איך וועל פארלייגען די קשיא אנדערשט, וואלט איר ענדערשט געקליבן צו זיצן מיט א שווארצן אין תפיסה צו מיט א ווייסער? מיט א מיטל מזרחדיגע איינוואוינער צו מיט א אמאריקאנער?


גערעכט, עס איז פאליטיקעל קארעקט נישט אנצורופן דאס קינד ביים נאמען, אבער די מציאות איז שטערקער פון אלעם.

א תפיסה איז א שעדליכע פלאץ, מוסלעמענער און טונקעלע פארברעכער מאכן עס נאך מער שעדליך, זיי ווערן אין תפיסה דזשיהאדיסט'ניקעס, גענג מעמבערס, זיי זענען דארט די מערהייט פאר די איין סיבה, ווייל ווען זיי זענען פריי האבן זיי אויך א גרעסערע פראצענט פארברעכער (פראצענטואל), די תפיסה מענטשלט זיי נישט אויס.

בדחן » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:04 pm

· #99018
יאיר
אלזא, דאס מיינט אז דו גייסט שוין מער נישט האלטן אז מען מעג נישט מסר'ן מאלעסטערס? 🙂


1) מיין מיינוג איז דא אירעליווענט, די אשכול איז איבער די מיינוג פון הרב שעכטער,
2) איך האב קיינמאל נישט געשריבען אז מען מעג נישט מסר׳ן קיין מאלעסטערס ,
3) איך האב נישט קיין מיינוג און די נושא, איך פאלג וואס רבנים הייסען.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:05 pm

· #99019
בדחן
איך פארשטיי נישט רב שעכטער,

די אלגעמיינע היתר אויף מסר׳ן מאלעסטערעס איז דאך געבויעט ווייל מאלעסטערס האבן א דין רודף,
משום ספק ספיקה אז אפשר וועט ער אנקימען צו איין צעל מיט איינעם וואס מעגליך א סכנה לאזט מען א רודף זיך דרייען און די גאסן??


א רעגולער מאלעסטאר וואס מען רעדט האט נישט קין דין רודף. א רעיפיסט איז לית מאן דפליג אז מען דארף טון כל טצדקי בעולם אראפצורוימען פון די גאסן.

בדחן » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:08 pm

· #99021
דעת תורה
א רעגולער מאלעסטאר וואס מען רעדט האט נישט קין דין רודף. א רעיפיסט איז לית מאן דפליג אז מען דארף טון כל טצדקי בעולם אראפצורוימען פון די גאסן.


ווען הייסט מען א רעיפעיסט? נאך דריי מאל זיין א רעגולער מאלעסטער?
אדער נאר נאך דעם וואס די גאס ווייסט שוין פון די דריי פעלער? אפילו אז ער פאר זיך האלט אסאך מער ווי דאס?

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:25 pm

· #99025
בדחן
יאיר
אלזא, דאס מיינט אז דו גייסט שוין מער נישט האלטן אז מען מעג נישט מסר'ן מאלעסטערס? 🙂


1) מיין מיינוג איז דא אירעליווענט, די אשכול איז איבער די מיינוג פון הרב שעכטער,
2) איך האב קיינמאל נישט געשריבען אז מען מעג נישט מסר׳ן קיין מאלעסטערס ,
3) איך האב נישט קיין מיינוג און די נושא, איך פאלג וואס רבנים הייסען.


הממ. מיין תגובה איז געווען געווענדעט צו דעת תורה. א בדחן דארף טאקע נאר פאלגן וואס דעת תורה הייסט. 🙂

לעמאן דזשוס » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:33 pm

· #99027
@יואליש׳ל, איך בין נישט פונקט קלאר וואס דו באצייכענסט און נעמסט אריין אין ריין ראסיזם. איך וויל פרובירן צו פרעגן קורץ.

איז באצייכענען שווווארצע אדער מוסלמענער אלס מענטשן וואס מען דארף זיך פארכטן מער ווי פון אנדערע מחמת זייער טרעקרעקארד ראסיזם?

איז זיך פארכטן צו טון געשעפטן מיט א אידישע באנקיר/ אינוועסטירער מחמת יידן האבן אויף זייער רעקארד אזוינע פירונגען, ראסיזם?

איך האב מעולם געוואוסט אז אנצונעמען אז א שווארצער ׳קען׳ נישט זיין ציוויל און אנגענומען אין סאסייעטי אלס נארמאל און אים דערפאר געטרויען מיט העכערע פאזיציעס אין לעבן לדוגמא צו זיין פרעזידענט ׳בלויז׳ מחמת זיין הויט קאליר איז ראסיזם...אבער צו האבן שוואכע צוטרוי צו געוויסע סעקטעס און גרופעס מיט אייניגע אנשויאונגען איז בסך הכל אפשר ׳פרעדזשעדעס׳ און ׳סטעריאטייפן׳ אבער פון דארט ביז ראסיזם איז גאנץ א שטיקל שטרעקע...

העסטו מיר טאקע זאגן אז אויב גיי איך אין גאס און איך זעה א שוווארצן וואס שפאצירט האסטיג אין גאס ביינאכט און איך כאפ א שטיקל ציטער פון א באך....בין איך באלד דערמיט עובר אויף ראסיזם??

יואליש » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:08 am

· #99065
דעת תורה
א שווארצער איז מער אימפולסיוו און לאו קלעס ווי א ווייסער.


לעמאן זשוס, דאס פארשטייסטו איז ראסיזים?

פוןדעסטוועגןדאך » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:15 am

· #99069
יואליש
דעת תורה
א שווארצער איז מער אימפולסיוו און לאו קלעס ווי א ווייסער.


לעמאן זשוס, דאס פארשטייסטו איז ראסיזים?

יואליש, נניח אז עס איז אמת אז דאס רוב פון א געוויסע ראסע האט געוויסע נעגאטיווע שטריכען, איז עס ראסיזם דאס צו זאגען? מעג איך נישט וויסען מיך צו היטען פון זיי?

דעת תורה » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:19 am

· #99070
אימפולסיוו, קען נישט אריין גיין אין ראסיזם. פונקט אזוי ווי זאגן אז ספרדישע האבן נישט אזא הויכע איי קיו ווי אשכנזישע גייט נישט אריין אין ראסיזם. סאיז א סיפור דברים בעלמא.

לאו קלעס, דאס איז שוין א זאך וואס ווענדט זיך אין די סביבה און ערציאונג, און טעעראטיש קען א שווארצער זיין היי קלעס. באראק אבאמא יוכיח.

אבער במציאות לויט די אומשטענדן - דייקא נישט צוליב די קאליר - שטייט די שווארצע באפעלקערונג היפש אפ פון די ווייסע. מעגליך אז מיט די צייט וועט זיך עס טוישן און דעמאלטס וועט הרב שעכטער אפשר אפילו זיך אויסדריקן וואסערע סכנה תפיסה איז אז מען קען זיין אין איין צעל מיט א ווייסן גוי.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:26 am

· #99073
יואליש
דעת תורה
א שווארצער איז מער אימפולסיוו און לאו קלעס ווי א ווייסער.


לעמאן זשוס, דאס פארשטייסטו איז ראסיזים?


ר׳ יואל, אויב די זאץ ווערט געזאגט מחמת זיין ׳שווארצע הויט׳ דאן איז עס ראסיזם אליין! אויב אבער איז עס מחמת זיין שווארצע ערציאונג און שווארצע סביבה און געבויט אויף לעצטערע סטאטיסטיקס וואס צייגן אויף די שטריכן דאן איז עס בלויז פרי-דזשאדשן! אין לשון הקדש רופט זיך עס דן לכף חוב.

והיינו טעמא דאתה בחרתנו דאינו בגדר גזענות..

דעת תורה » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:30 am

· #99075
פוןדעסטוועגןדאך
יואליש
דעת תורה
א שווארצער איז מער אימפולסיוו און לאו קלעס ווי א ווייסער.


לעמאן זשוס, דאס פארשטייסטו איז ראסיזים?

יואליש, נניח אז עס איז אמת אז דאס רוב פון א געוויסע ראסע האט געוויסע נעגאטיווע שטריכען, איז עס ראסיזם דאס צו זאגען? מעג איך נישט וויסען מיך צו היטען פון זיי?


נעם ארויס דעם שולחן ערוך הלכות ראסיזם און קוק נאך. בעסער פרעג א דיין. דאס איז זייער א הארבע שאלה, מיט קיין ראסיזם שאלה שפילט מען זיך נישט. אפילו אויב אנדערע זאכן ביסטו דיך גאנץ פיין מקיל, אבער ביי ראסיזם הלך אחר המחמיר.

סאיז קאמיש צו זען ווי טייל ניקס האבן ממש אדאפטירט דעם ערך עליון פון ראסיזם פאר א וויכטיגער באשטאנדטייל פון זייער מאראלישער וועלט.

יואליש » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:51 am

· #99078
ראסיזים איז ווען מ'טוט זשענערעלייזן באזירט אויף ראסע. שווארצע זענען... וויייסע זענען... אשכנזים זענען.... ספרדים זענען... אידן זענען... וכו' נישט קיין חילוק צו מ'טיט זשענערעלייזן איבער טעמפערמענט, איי קיו, ריינקייט, ביזנעס עטיק.

ווען איינער זאגט "שווארצע" זענען אימפאלסיוו. האט ער נישט געמאכט א סאסי-עקענאמיק סטעיטמענט. ער האט געמאכט א זשענערעל סטעיטמענט איבער א ראסע.

און כ'מיין מיט דעם קען מען ענטפערן דיין פריערדיגע פראגע, לעמאן. הגם כ'בין מודה אז ס'איז א דעליקאטע חקירה.

ווען מיר כאפט א ציטער פון א שווארצער אין א טונקעלע "עלי" איז עס נישט צוליב זיין שווארצקייט. והא ראיה, אויב זעהסטו א שווארצע מאן אין א ביזנעס סוט און א טאשקע, א עלעגאנטע ראק און א שיינע רויטע שאל, אין די היינט האלט ער א ביזנעס בלעקבערי, וועל איך זיכער נישט מורא האבן. והיה הדין אויב זעה איך א נישט אזוי ראזירטע ווייסע מאן און אנגעטוהן לאו קלאס, וועט מיר פונקט אזוי דאס קדחת כאפן. איז מוכרח אז די "לאו קלעס" טוט אפשרעקן, נישט די קאליר. און איינמאל איך באקום דעם סיגנעל, צו פון קליידונג אדער געגענט, אז מ'רעדט דא פון א מענטש צווישן מענטשן, פארלאנגזאמט זיך דאס הארץ קלאפ. און אזוי ווענד זיך אלעס אין די געגענט און די קאנטעקסט. ס'זענען דא שטעט און געגענטער ווי שווארצע וואוינען און ס'האט נישט די "אורבען" שמעק. ווי אויך זענען דא געניג ווייסע גענגסטערס. גאנצע שטעט פון אזויגעריפענע "ווייט טרעש." דאס אלעס זענען מארקערס פון סאסי-עקאנאמיקס, נישט קאליר.

אסך פון די אויבענדערמאנטע ראסיסטישע סטעיטמענטס זענען געמאכט געווארן פון א פארמאכטע בליק, פון ידיעות איבער אורבען געזעלשאפט געמישט מיט א היבש ביסעל ראסיזים-טאלערירענדע ערציאונג.

אבער הרב שעכטער'ס סטעיטמענט איז בכלל נישט אזוי דעליקאט ווי דאס הארץ גאלאפ אין א טונקעלע געסל. זיינע ווערטער באציען זאז זיצן מיט א שווארצע פארברעכער איז ערגער פון זיצן מיט א ווייסע פארבעכער. דאס איז לעכערליך און קלאר ראסיזים. א פארברעכער איז א פארברעכער. אבער מיין האנטש איז אז ער האט פשוט אויסגעקליבן דאס ווארט שווארצע, ווייל ביי אונז גייט דאס סינאנאמים מיט פארברעכער. ווען מ'טראכט פון פארברעכער טראכט מען פון שווארצע, און ווען מ'טראכט פון שווארצע טראכט מען פון פארברעכער. און דאס איז ווייטער, ווייטאגליך, ראסיזים.

די איראניע איז אז מיר זיצן און זענען דן אויף האר-שפליטערדיגע חילוקים, אבער ווען ס'קומט צו אנטיסעמיטיזם לערענט מען נישט חילוק.

יואליש » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:54 am

· #99079
דעת תורה


סאיז קאמיש צו זען ווי טייל ניקס האבן ממש אדאפטירט דעם ערך עליון פון ראסיזם פאר א וויכטיגער באשטאנדטייל פון זייער מאראלישער וועלט.


ס'איז טראגיש אז מענטשן וועמענס פעטערס און מומעס זענען פארברענט געווארן אין קאלעך אויווענעס אלס א רעזולטאט פון ראסיזים, זאלן זיך באפרידיגן אז ראסיזם איז "יענעם'ס" פראבלעם און בלויז א פיליזאפישע לוקסוס.

יואליש » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:57 am

· #99080
לעמאן דזשוס
אבער צו האבן שוואכע צוטרוי צו געוויסע סעקטעס און גרופעס מיט אייניגע אנשויאונגען איז בסך הכל אפשר ׳פרעדזשעדעס׳ און ׳סטעריאטייפן׳ אבער פון דארט ביז ראסיזם איז גאנץ א שטיקל שטרעקע...


פרעזשידעס און סטעריאוטייפ באזירט אויף ראסע איז ראסיזים.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:04 am

· #99081
יואליש
לעמאן דזשוס
אבער צו האבן שוואכע צוטרוי צו געוויסע סעקטעס און גרופעס מיט אייניגע אנשויאונגען איז בסך הכל אפשר ׳פרעדזשעדעס׳ און ׳סטעריאטייפן׳ אבער פון דארט ביז ראסיזם איז גאנץ א שטיקל שטרעקע...


פרעזשידעס און סטעריאוטייפ באזירט אויף ראסע איז ראסיזים.


ריכטיג!!

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:17 am

· #99082
און לכבוד דעם טוט מען אויס ווייסע עלטערע פרויען אין ווילטשעירס אין די עירפארט נישט חלילה צו אפפפפעעעעעעענדדעעעען די מאאאאאאזלימס און ווערן פארשריגן אלס ראאאאאאאאסססססססססיסססססססססססטטטטןןןןןן ביי די אויפגעקלערטע סענסיטיווע ליבעראלע.

יואליש » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:18 am

· #99083
בדחן
זיי זענען דארט די מערהייט פאר די איין סיבה, ווייל ווען זיי זענען פריי האבן זיי אויך א גרעסערע פראצענט פארברעכער (פראצענטואל)


אייגענטליך, ניין. די גרעסטע סיבה איז וואנזיניגע געזעצן און סענטענסינג פאר "קרעק" פון וואס שווארצע ליידן זיך אן. לויט איין שטודיע נוצן 12% שווארצע קרעק אבער זיי זענען 50% און טייל מאל 80% פון ארעסטירטע פאר די דראג. קרעק, וואס איז באניצט אין אורבן געגענטער, האט ספעציעלע הארבע סענטענסינגס און ס'איז לאו דוקא שעדליכער פון אנדערע קאקעין (אלע קאקעין זענען זייער שעדליך). א שווארצער וועט דורכשניטליך באקומען כמעט די זעלבע סענטענסינג פאר א דראג פארברעכן ווי א ווייסע פאר א וויילענט פארברעכן.

ס'איז נישט אזוי פשוט. די דעוויל איז אין די דיטעילס. און ס'איז א ווישעס סייקל. א געמיינדע ווי א גרויסע חלק טאטעס שמאכטן אין תפיסה קען זיך נישט ארויסצוען פון די בלאטע.

כ'זאג נישט ס'איז אזוי פשוט ווי איך מאך עס, אבער ס'איז אויך נישט אזוי פשוט ווי דו מאכסט עס.

יואליש » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:20 am

· #99085
זר זהב
און לכבוד דעם טוט מען אויס ווייסע עלטערע פרויען אין ווילטשעירס אין די עירפארט נישט חלילה צו אפפפפעעעעעעענדדעעעען די מאאאאאאזלימס און ווערן פארשריגן אלס ראאאאאאאאסססססססססיסססססססססססטטטטןןןןןן ביי די אויפגעקלערטע סענסיטיווע ליבעראלע.


אדער פלי מער, אדער ליין דראדזש ווייניגער. 🙂

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:21 am

· #99086
דראדזש? ס'אלל אווער , יעדן טאג א צווייטע סטארי

יואליש » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:30 am

· #99087
בין איך נישט אזוי אינפארמירט. אבער ס'איז דא כמעט א ביליאן לופט פאסאנזשירן אין אמעריקע יעדעס יאר. אפי' אויב ס'מאכט זיך 365 אינצידענטן, איינס פאר יעדן טאג אין די נייעס, איז עס נאכאלס א שפיי און איבערגעטריבן.
בלאט: 1 2