☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ליווינג עי יער ביבליקלי

ליווינג עי יער ביבליקלי

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3264

נולד מאוחר » מיטוואך מערץ 20, 2013 1:23 am

· #98770
ליווינג עי יער ביבליקלי
כהאב לעצטענס געליינט די בוך, סאיז גאנץ אינטערסאנט.
איינער האט אפגעמאכט צי לעבן א יאר לויט די תורה מיטן גאנצען פשטות.
ער מיטשעט זיך אסאך מיט פשט, ווי אזוי אפצילערנען אסאך מצות. סאיז געשריבן אויף א הומעריסטישן אופן.
עניוועס כ'קען נישט שרייבן ווער סהאט געליינט די בוך זאל עס בעסער מסביר.


www.amazon.com/gp/aw/d/0743291484/ref=mp_s_a_1?qid=1363757070&sr=8-1&pi=SL75

יואליש » מיטוואך מערץ 20, 2013 1:34 am

· #98773
כ'האב אים אמאל געהערט אינטערוויאד אבער נישט געליינט דאס בוך.

מסתם האט ער נישט געהאט קיין הייסע טשולענט שבת נאכמיטאג צוליב לא תבערו אש, און געציילט ספירה ממחרת השבת, און געגעבן מלקות גאנצע ארבעים און נישט חסר אחת. בשר וחלב האט ער געגעסן מיט א שמוץ אריבער, כל זמן ס'איז נישט געקאכט גדי בחלב אמו. ר'ה איז נישט געווען א ראשית השנה מיטן ה' הידועה כבקרת רועה עדרו, נאר אבי א יום תרועה ווי א קאלטע דייטשע איד. שמיטה איז געווען שמיטה ווי אין די גיטע צייטן, קיין פרוזבול מאנקי ביזנעס.

נולד מאוחר » מיטוואך מערץ 20, 2013 1:39 am

· #98776
גראדע האט ער גאנץ קראנטע אינפוי איבער אונדז מהלך המחשבה . אינעם בוך שרייבט ער איבער זיין ארטעדאקסישע רב וועם ער פרעגט שאלות.

ונבנתה העיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 4:44 am

· #98797
א זיסער אינגערמאן...

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:36 am

· #98810
6:30 אחר פעולות נמשכות הלבבות

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:26 am

· #98845
טאקע א אינטרעסאנטע און הומאריסטישע ביך.
ווי ער ברענגט אליין ארויס, ווייזט דער פראוו זיינע די אוממעגליכקייט פון באמת מקיים זיין די תורה ליטערעלי און אויף א פונדאמענטעליסטישע שטייגער. יעדער איינער וועלט זיך פשוט אויס אנדערע חלקים מקיים זיין און אנדערע וועגן וויאזוי מסביר צו זיין פארשידענע זאכען. זעה נאר ווי ער מוטשעט זיך מקיים זיין דער מצווה פון סוקל זיין נואפים, אדער פון נישט אנטובן שעטנז.
למעשה וועגן דעם האבען מיר א תורה שבעל פה. נאר פארשטייט זיך אז היינט וואס עס איז שוין געשריבען העלפט עס אונז שוין גארנישט און למעשה קען איינער פונקט אזוי שרייבען א בוך צו ווייזען אז עס איז נישט מעגליך מקיים צו זיין דברי חז"ל ככתבם וכלשונם, ווי איינער וואס עפנט פשוט אויף דער גמרא, אדער אפילו שדער שולחן ערוך, און וועט דאס פראבירען מקיים זיין, ווועט דער תוצאה זיין בערך אזוי לאכעדיג און נישט דומה צו דער יידושקייט וואס מיר קענען אזויווי דער ביכל.

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:29 am

· #98846
שטארק מומלץ פאר אלע וואס האבען זיך משתתף געווען אין אונזער שמועס וועגן דרשות חז"ל צו ליינען.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:30 am

· #98848
תפילין האט ער געלייגט? וקשרתם לאות על ידך

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:34 am

· #98851
קודם האט ער פראבירט מקיים זיין מצוות תפילין כפשוטו, גענומען צעטלעך אויפגעשריבען אויף זיי דאס וואס ער האט פארשטאנען אז מדארף שרייבען (נישט די פרשיות, דאס איז בכלל נישט פשוט פשט), און פשוט צוגעקלעבט בין עיניו ועל ידו.
שפעטער איז דאס עם געווען צו שווער האט ער מחליט געווען ער וועט פשוט ארדערן דאס וואס אונז רופען תפילין און שוין.
די זעלבע לגבי מזוזה, ער האט פשוט גענומען א פען און ארויפגעשריבען די עשרת הדברות אויף זיין טיר.
דאס איז נאר איין משל וואס ווייזט וייטער ווי וייט עס איז די מצוות וואס מיר זענען מקיים ביז דאס וואס שטייט אין פסוק.

יואליש » מיטוואך מערץ 20, 2013 12:52 pm

· #98868
נאך אלע געלעכטער, מאכט ער צוויי ערענסטע פאוינטס. איינס וואס דער חינוך לערענט אונז אויף ועצם לא תשברו, אז כח הפועל בנפעל און חצוניות אויפירונג טיט משפיע זיין אויפן עצם זיך. איינער וואס באגייט זיך מיט רחמנות צו א היימלאזער מענטש אינעם סובוועי סטאנציע ווארפט אריין בסתר קמחא דפסחא אין א שכן'ס גרעסערי אקאונט שיקט א ווארעמע זיפ צו א קימפעטארן וכדו' טרענירט זיין מוח אין די דירעקציע פון רחמנות. איינער וואס פארטרייבט טויבעלעך אויף בעדפארד עוועניו אדער זידעלט אן א אינגערמאן ביים ליינען, געוויינט זיך איין להיפך (ווי מ'זאגט נאך פון ר' יענקעל אז ער האט געזאגט אויף 'וגוערין בו' אז גאט האט זיך שוין זיינע רשעים'לעך).

צווייטענס, ברענגט ער ארויס אז מיר טוהן אלע פראקטעצירן זינלאזע ריטואלן, רעליגיעזע ווי אומרעליגיעזע. דאס בעצם קען זיין גיט פאר זיך און פאר די קינדער, כל זמן ס'טוט קיינעם נישט וויי און מ'מאכט נישט דעם ריטואל פאר אן עיקר און די גיטע געפיל פאר א טפל. צום ביישפילת אויסבלאזן לעכט אויף א געבורטסטאג טארט איז זינלאז, אבער ברענגט א פרייליכע אטמאספערע פאר די באטייליגטע. פון די אנדערע זייט, צווינגן א קינד צו אויסבלאזן לעכט אויף א געבורטסטאג טארט אדער צו עסן איי מיט צוויבעל אויפן זיבעטן, סטראשן מיט זיך נישט קענען אויפשטעלן פון טיש ביז ער האט דאס מקיים, טוט דאס פארקערטע פונעם ריטואל. ס'איז מהפך ענג לנגע. צווינגן מיט שטרענגע בליקן צו זינגן זמירות קוילעט אויס יעדעס ביסעל ווארעמע געפיל וואס קען ארויסקומען פון פרייע אויסדריקן פון נגינה.

--

כמעט פארגעסן. ער מאכט א דריטע וויכטיגע אבזערוואציע.

מענטשן מיינען אז רעליגיעזע פאנאטיקער זענען בעצם שמאלע קעפ. דער אמת איז אז זיי זענען פונקט אזוי קליג, געריבן און כיטרע ווי די אלגעמיינע המון עם. די חילוק איז בלויז אין די פונדאמענטעליסטן'ס שמאלע אבסעסיע , דארט פירן זיי זיך לויט א זייער א פארדרייטע לאגיק כדי צו מאמת זיין און פארענטפערן עפעס וואס זיי "ווילן" גלייבן. אבער די מענטשן בעצם אין אלגעמיין זענען ביכולת זיך צו פירן לאגיש און אנאליטיש פונקט ווי יעדען אנדערש. נאכמער- דאס זאג איך, נישט דער בעל דרשן - אויב זאלן די יעניגע פאנאטיקער ברויכן אנאלאזירן "אנדערע" פאנאטיקע פון אנדערע רעליגיעס אדער אנדערע אפטיילונגן פון זייער רעליגיע, וועלן זיי קענען דאס צונעמען און צולייגן מיט אויסגעהאלטענע לאגיק פונקט ווי אן אומרעליגיעזע מענטש. בלויז אין זייער אייגענע פעלד ווערט די אלע לאגיק סוספענדירט און זיי נעמען אן א "גלויביגער'ס לאגיק."

אלזא, ס'איז נישט רעכט צו דיסמיסן פאנאטיקער אלס בכלליות'דיגע אומראפינירטע מענטשן. זיי קענען זיין די בעסטע ביזנעסלייט און אפי' וויסענשאפטליכער.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 1:05 pm

· #98869
סטראשען א קינד און פייניגן צו טון א מנהג טוט געווענליך אויף דאס פארקערטע. דאס קינד באקומט א שנאה און וויל דוקא נישט עסן. אויב האלט מען אז עס איז דא א ענין נשגב דערין (און איך האלט אזוי ווייל אזוי האט דער הייליגער רב מגלה געווען) איז דאס בעסטע עצה צו הייסן דאס קינד טועם זיין א משהו פשוט יוצא צו זיין דאס ענין. נאר דוכרט זיך אז מער מאל איז עס די עקשנות פונעם טאטן וואס וויל אויספירן, ווי די גודל הענין.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 1:19 pm

· #98871
לעיקוואד
קודם האט ער פראבירט מקיים זיין מצוות תפילין כפשוטו, גענומען צעטלעך אויפגעשריבען אויף זיי דאס וואס ער האט פארשטאנען אז מדארף שרייבען (נישט די פרשיות, דאס איז בכלל נישט פשוט פשט), און פשוט צוגעקלעבט בין עיניו ועל ידו.
שפעטער איז דאס עם געווען צו שווער האט ער מחליט געווען ער וועט פשוט ארדערן דאס וואס אונז רופען תפילין און שוין.
די זעלבע לגבי מזוזה, ער האט פשוט גענומען א פען און ארויפגעשריבען די עשרת הדברות אויף זיין טיר.
דאס איז נאר איין משל וואס ווייזט וייטער ווי וייט עס איז די מצוות וואס מיר זענען מקיים ביז דאס וואס שטייט אין פסוק.


אויב עפעס ווייזט עס ווי שטארק מוכרח עס איז צו זאגן אז עס איז דא א מסורה, א תורה שבעל פה וואס איז מיטגעגעבן געווארן ביינעזאם מיטן סקריפט, וואס דאס געט די טולס וויאזוי עס אפצוליינען, ווייל און דעם קוקט מען אויס פונקט ווי דעם חברה'מאן.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 20, 2013 2:13 pm

· #98891
דעת תורה
סטראשען א קינד און פייניגן צו טון א מנהג טוט געווענליך אויף דאס פארקערטע. דאס קינד באקומט א שנאה און וויל דוקא נישט עסן. אויב האלט מען אז עס איז דא א ענין נשגב דערין (און איך האלט אזוי ווייל אזוי האט דער הייליגער רב מגלה געווען) איז דאס בעסטע עצה צו הייסן דאס קינד טועם זיין א משהו פשוט יוצא צו זיין דאס ענין. נאר דוכט זיך אז מער מאל איז עס די עקשנות פונעם טאטן וואס וויל אויספירן, ווי די גודל הענין.

קענסטו שיקן דעם זאץ פאר מיין פאטער??....

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 4:15 pm

· #98911
זייער אינטערעסאנט, ער האט א געזונטער סענס אוו הומאר. איך האב באקומען חשק צו ליינען דעם בוך, אבער קודם וויל איך זיכער מאכן דורך די וואס האבן עס שוין געליינט אז עס ענטהאלט נישט חלילה אומאויסגעהאלטענע מאטריאל ווי אפענע דברי כפירה וכדו'.
דעת תורה
לעיקוואד
קודם האט ער פראבירט מקיים זיין מצוות תפילין כפשוטו, גענומען צעטלעך אויפגעשריבען אויף זיי דאס וואס ער האט פארשטאנען אז מדארף שרייבען (נישט די פרשיות, דאס איז בכלל נישט פשוט פשט), און פשוט צוגעקלעבט בין עיניו ועל ידו.
שפעטער איז דאס עם געווען צו שווער האט ער מחליט געווען ער וועט פשוט ארדערן דאס וואס אונז רופען תפילין און שוין.
די זעלבע לגבי מזוזה, ער האט פשוט גענומען א פען און ארויפגעשריבען די עשרת הדברות אויף זיין טיר.
דאס איז נאר איין משל וואס ווייזט וייטער ווי וייט עס איז די מצוות וואס מיר זענען מקיים ביז דאס וואס שטייט אין פסוק.


אויב עפעס ווייזט עס ווי שטארק מוכרח עס איז צו זאגן אז עס איז דא א מסורה, א תורה שבעל פה וואס איז מיטגעגעבן געווארן ביינעזאם מיטן סקריפט, וואס דאס געט די טולס וויאזוי עס אפצוליינען, ווייל און דעם קוקט מען אויס פונקט ווי דעם חברה'מאן.

די ארטאדאקסישע מחזירי בתשובה נוצן דאס אפט אלס א ראיה פאר די תורה שבע"פ. אבער איך בין נישט אינגאנצן איבערצייגט דערין. בלויז צוליב דעם וואס דו פארשטייסט נישט די תורה וואס איז געשריבן געווארן מיט איבער דריי טויזנט יאר צוריק און נוצט פרעמדע מושגים וואס זענען דעמאלט געווען פארשטענדליך, מיינט נאכנישט אז די צוואנציג כרכים פון תלמוד בבלי וואס איז געשריבן געווארן איבער טויזנט יאר שפעטער דורך מענטשן אין אן אנדער קולטור און אין אן אנדערע צייט איז דער ריכטיגער פירוש דערויף. אויב דאס איז די סיבה צו גלייבן אין תורה שבעל פה, וואלטן מיר ענדערש געדארפט פרעגן פשט ביי ארכעאלאגן און היסטאריקער וואס קענען זיך אויס מיט יענע תקופה.

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 20, 2013 4:17 pm

· #98912
דעת תורה

אויב עפעס ווייזט עס ווי שטארק מוכרח עס איז צו זאגן אז עס איז דא א מסורה, א תורה שבעל פה וואס איז מיטגעגעבן געווארן ביינעזאם מיטן סקריפט, וואס דאס געט די טולס וויאזוי עס אפצוליינען, ווייל און דעם קוקט מען אויס פונקט ווי דעם חברה'מאן.

מוכיח איז עס גארנישט, ווייל אויך מיט דער תושבע"פ קוקען מיר אויס ווי דער חברהמאן, איך מיין, פארוואס קוקט ער אויס מאדנע, נאר ווייל דו ביסט צוגעוואוינט אנדערש, עס איז נישט וייניגער אמתע פשט אין פסוק אדער ווייניגער שכלדיג בעצם צוצוקלעבן א צעטל מיט סקאטשטייפ ווי צוצובענדען הויט פון אן אקס. דאס אז מקען נישט מוכיח זיין קיין שום זאך פון דער טעקסט איז נישט קיין הוכחה אז עס מוז זיין עפעס א מסורה וואס איז יא מוכח. אז סנישטא איז נישטא. דאס וואס עפעס פעלט אויס איז נישט קיין שום הוכחה אז עס עקזעסטירט. דאס איז

ממילא איז דאס מוכיח נאר דער אומעגליכקייט צו פאלען א טעקסט כתורה מן השמים אין דער מציאות פון לעבן, און ווי איך האב ארויסגעברענגט, קען די זעלבע געזאגט ווערן אויף די תושבע"פ וואס איז געשריבען, און אלץ מוז מען צוקומען צו א לעבעדיגע מסורה אדער מנהג.

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 20, 2013 4:23 pm

· #98914
יאיר, א היסטארישע אדער ארכיאלאגישע פשט קען אונז קיינמאלנישט ברענגען צו א ריכטיגע בירור פון א רעליגעזע שטאנדפונקט. וויבאלד צו פארשטיין א טעקסט לפי ער היסטארישע קאנטעקסט איז שוין מניח קלאר אז דער טעקסט האט א צייט און א פלאץ, בשעת ואוס דער רעליגיעזער חיוב נעמט עס אן אלץ אן אבסולוטישער אמת. ממילא אפילו ווען סוואלט יא געווען א קלארער היסטארישער בירור וואס דאס איז תפילין למשל וואלט דאס גארנישט געהאלפען קובע זיין וואס איך דארף טוהן אין א מציאות וואס איז אנדערש, ממילא בלייבט מען אלעמאל מיט דער פראבלעם אז פאלגען א תורה ככל אשר יורוך איז אוממעגליך.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 6:09 pm

· #98952
@יאיר, דו ווילסט זאגן אז עס איז נישט קיין הוכחה אז די תושבע״פ וואס איז קולמינירט אין תלמוד בבלי איז די ריכטיגע, דאס הייסט אז אפשר איז מיטגעקומען א אנדערע מסורה, אדער מיינסטו אז בעצם דריי טויזנט יאר צוריק האט יעדער בעל לשון קודש פארשטאנען וואס טוטפות הייסט, און וועלכע מלאכה איז אסור שבת, מילא מאן יימר אז עס איז בכלל א הכרח צו זאגן אז חוץ די תורה שבכתב איז דא א מסורה בע״פ. דוכט זיך אז די ראיה וואס די מחזירים בתשובה ברענגען איז בעיקר אויף די עצם הכרח.

אגב, וואס זאגן די קריסטן צו דעם ענין? האלטן זיי אז עס איז בכלל נישטא קיין מסורה, אדער אז זיי האבן א אנדערע מסורה?

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 7:07 pm

· #98966
לעיקוואד
דעת תורה

אויב עפעס ווייזט עס ווי שטארק מוכרח עס איז צו זאגן אז עס איז דא א מסורה, א תורה שבעל פה וואס איז מיטגעגעבן געווארן ביינעזאם מיטן סקריפט, וואס דאס געט די טולס וויאזוי עס אפצוליינען, ווייל און דעם קוקט מען אויס פונקט ווי דעם חברה'מאן.

מוכיח איז עס גארנישט, ווייל אויך מיט דער תושבע"פ קוקען מיר אויס ווי דער חברהמאן, איך מיין, פארוואס קוקט ער אויס מאדנע, נאר ווייל דו ביסט צוגעוואוינט אנדערש, עס איז נישט וייניגער אמתע פשט אין פסוק אדער ווייניגער שכלדיג בעצם צוצוקלעבן א צעטל מיט סקאטשטייפ ווי צוצובענדען הויט פון אן אקס. דאס אז מקען נישט מוכיח זיין קיין שום זאך פון דער טעקסט איז נישט קיין הוכחה אז עס מוז זיין עפעס א מסורה וואס איז יא מוכח. אז סנישטא איז נישטא. דאס וואס עפעס פעלט אויס איז נישט קיין שום הוכחה אז עס עקזעסטירט. דאס איז

ממילא איז דאס מוכיח נאר דער אומעגליכקייט צו פאלען א טעקסט כתורה מן השמים אין דער מציאות פון לעבן, און ווי איך האב ארויסגעברענגט, קען די זעלבע געזאגט ווערן אויף די תושבע"פ וואס איז געשריבען, און אלץ מוז מען צוקומען צו א לעבעדיגע מסורה אדער מנהג.


פארשטייט זיך אז דאס ווענדט זיך וויאזוי מען קוקט אן די תורה, אויב גלייבט מען וואס זי אליין זאגט אז זי איז געגעבן געווארן פאר די אידן ווי א דרך חיים פונעם הייליגן באשעפער, מיט הוראות וויאזוי זיך אויפצופירן. דאן איז מוכרח אז צוזאמען מיט די תורה איז מיטגעקומען עפעס וואס זאל איר פארשטיין געבן. ווייל אן דעם האט זי דאך נישט ערפילט איר צוועק.

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 20, 2013 7:25 pm

· #98969
נאכאמאל: דאס אז א זאך פעלט אויס איז נישט קיין הוכחה אז עס איז דא, כל שכן עס איז נישט קיין הוכחה אז עפעס א ספעציפישע זאך איז דאס וואס מיר זוכען. אפילו עס קומט פונ'ם הייליגן באשעפער.
דער גוף האט דער הייליגער באשעפער אונז געגעבן צו לעבן, מאכט זיך א מענטש האט א מחלה, איז דאך מוכרח אז עס קומט מיט מיט דער גוף עפעס א ספר וואס איז מסביר וויאזוי צו אויסהיילען די מחלה, וואס זאגסטו צו מיין הוכחה? האסט שוין אמאל געזעהן דער ספר? עס איז דאך מוכרח אז ער איז קיים.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 7:28 pm

· #98970
דו רעדסט צו פילאזאפיש פאר מיר. לאמיר דיר פרעגן פשוט: איז מעגליך אז דער אייבישטער האט געגבן די תורה שבכתב פאר אידן, עז איז, אן מיטגעבן נאך עפעס?

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 20, 2013 7:35 pm

· #98973
עס איז נאריש צו פראבירען צו מוכיח זיין א פאקט מיט ראיות פון סברות. אויב ווילסטו דווקא קען מען זיך דינגען אויף דיין סברא אויך, אבער איך ברענג ארויס דער מער יסודישער פראבלעם. נניח אפילו אז דו ביסט גערעכט, און עס איז נישט מסתבר, ווערט עס נאכנישט אוממעגליך. סך הכל וועל איך האבען א קשיא, סנישט די ערשטע זאך וואס די אייבישטער טוט וואס איך פארשטיי נישט. א מציאות דארף מען מוכיח זיין מיט מציאותדיגער ראיות, נישט מיט סברות אז עס דארף זיין.

איך מאך קלאר, דער תורה שבעל פה איז אונזער מסורה און ווער עס גלייבט און ואוס מיר האבען מקבל געווען דארף נישט קיין ראיות דערצו, דער מסורה איז זיין שטערקסטער ראיה. פונקט ווי דער תורה שבכתב גלייבט ער נאר מכח דער מסורה. אבער ווער עס גלייבט נישט און מקומט עם מוכיח זיין מיט אזא הוכחה איז דאס קיין הוכחה נישט.

יואליש » מיטוואך מערץ 20, 2013 7:46 pm

· #98975
דעת תורה
דו רעדסט צו פילאזאפיש פאר מיר. לאמיר דיר פרעגן פשוט: איז מעגליך אז דער אייבישטער האט געגבן די תורה שבכתב פאר אידן, עז איז, אן מיטגעבן נאך עפעס?


איז מעגליך גאט זאל פארלאנגן תכלת אויף די ציצית אבער מיר זאלן נישט האבן די מעגליכקייט דאס צו מקיים זיין?

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 7:59 pm

· #98978
דעת תורה
@יאיר, דו ווילסט זאגן אז עס איז נישט קיין הוכחה אז די תושבע״פ וואס איז קולמינירט אין תלמוד בבלי איז די ריכטיגע, דאס הייסט אז אפשר איז מיטגעקומען א אנדערע מסורה, אדער מיינסטו אז בעצם דריי טויזנט יאר צוריק האט יעדער בעל לשון קודש פארשטאנען וואס טוטפות הייסט, און וועלכע מלאכה איז אסור שבת, מילא מאן יימר אז עס איז בכלל א הכרח צו זאגן אז חוץ די תורה שבכתב איז דא א מסורה בע״פ. דוכט זיך אז די ראיה וואס די מחזירים בתשובה ברענגען איז בעיקר אויף די עצם הכרח.

אגב, וואס זאגן די קריסטן צו דעם ענין? האלטן זיי אז עס איז בכלל נישטא קיין מסורה, אדער אז זיי האבן א אנדערע מסורה?

ואס הייסט אז זייער ראיה איז אויף די עצם הכרח? אז ווען די תורה איז געשריבן געווארן זענען געווען מענטשן וואס האבן פארשאטנען וואס דארט שטייט? אויף דעם דארף איך נישט דעם מחזיר בתשובה זאל מיר דאס מודיע זיין. ס'איז פשוט אז אפילו ווען א מענטש שרייבט א בוך שרייבט ער עס פאר אנדערע מענטשן וואס וועלן עס קענען ליינען.
פאקטיש איז דא א מאן דאמר אין גמרא אז עתידה תורה שתשתכח מישראל, דאס מיינט אז אפילו על פי תורה איז דא אזא מעגליכקייט אז מיר זאלן נישט וויסן ווי אזוי עס צו מקיים זיין.
וועגן די קריסטן, זיי האלטן דאך כמעט נישט די מצוות, ממילא קיין פראקטישע פירושים איז כמעט נישט שייך. אויסער געציילטער פעלער ווי למשל הוז"ל וואס מען דינגט זיך אויב ס'איז אסור אדער מותר, (פאקטיש פארשטיי איך נישט וואס איז די שאלה, אפילו אויב ס'איז אסור איז דאס גארנישט מער ווי שעטנז וואס זיי היטן נישט, די זעלבע קשיא איז מיר שווער אויף די קריסטליכע קעגנערשאפט צו געי חתונות). אבער "אגדתא" פירושים האבן זיי פלענטי, ווי למשל אז עקידת יצחק איז מרמז אויף די תלייה פון ישו, אדער אז הנה עלמה הרה גייט ארויף אויף מרים. עס איז אינטערעסאנט אז די פראטעסטאנטן האבן זיך טאקע אפגעטיילט פון די קאטאליקן ווייל זיי האבן גע'טענה'ט אז מען דארף נישט צוקומען צו די קירכע און מען דארף נאר אפטייטשן דעם בייבל ליטעראל און זיך פירן לויט דעם, אבער פאקטיש איז זייער גאנצע אמונה געבויט אויף די קרומע פירושים פון הנה ישכיל עבדי און הנה עלמה הרה ממילא האט עס אינגאנצן נישט קיין פשט.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 8:24 pm

· #98984
יואליש
דעת תורה
דו רעדסט צו פילאזאפיש פאר מיר. לאמיר דיר פרעגן פשוט: איז מעגליך אז דער אייבישטער האט געגבן די תורה שבכתב פאר אידן, עז איז, אן מיטגעבן נאך עפעס?


איז מעגליך גאט זאל פארלאנגן תכלת אויף די ציצית אבער מיר זאלן נישט האבן די מעגליכקייט דאס צו מקיים זיין?


ועל משקל זה, איז מעגליך גאט זאל הייסן די מצוות התלויות בארץ, און נאכדעם פארטרייבן און אוועקנעמען די מעגליכקייט? דער ענטפער איז: יא.

יואליש » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:04 pm

· #98991
ס'איז נישט דומה, ווייל תליות בארץ איז א טעכנישע תנאי פארן קיום המצוה, פונקט ווי האבן א בכור א זכר איז תנאי פאר פדיון הבן. משא"כ תכלת גייט אן בזמן הזה, און די סיבה פארוואס מיר זענען עס נישט מקיים איז ווייל ס'איז נשתכח געווארן. יא ס'איז א מציאות אז דער אייבישטער גיט א מצוה אין ס'ווערט נשתכח די פרטים און מ'איז עס נישט מקיים.

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז השתא דאתית להכי, פרוביר צו ענטפערן דיין פראגע אליין מיט דיין "יא." איז דא אזא "מציאות" אז דער אייבישטער גיט א מצוה פון טוטפות, תכלת, אדער מזוזה און מ'האט געוויסט אין יעדער צייט וואס דאס מיינט אבער בעוה"ר איז עס נשכח געווארן מיט די צייט? כ'רעדט פארשטייט זיך טעארעטיש, אזוי ווי דיין פראגע איז געווען.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:27 pm

· #98998
די עיקר הלכה איז נישט נשתכח געוארן; די פראקטישע חלק איז. מילא אין א געוויסן זין איז עס דומה צו די מצוות התליות בארץ. אבער אפילו אויב נישט, דו ברענגסט זייער גוט ארויס דעם פוינט. עס מוז זיין אז בשעת מעשה האט דער אייבישטער געזאגט פאר די אידן נאך ווערטער אויסער די ווארט טוטפות. דו שרייבסט: "דער אייבישטער גיט א מצוה פון טוטפות, תכלת, אדער מזוזה און מ'האט געוויסט אין יעדער צייט וואס דאס מיינט " דאס איז מיין עיקר נקודה. מען האט נישט געקענט וויסן בשעת מעשה גארנישט אן א בעל פה. צי עס איז נשתכח געווארן די מסורה, איז שוין א פראגע פאר זיך. נישט דאס איז דער דיון. און איך מיין אז מיט דעם ווערט יאירס אומקלארקייט אין מיינע ווערטער אויך קלאר.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:38 pm

· #99003
לעיקוואד
עס איז נאריש צו פראבירען צו מוכיח זיין א פאקט מיט ראיות פון סברות. אויב ווילסטו דווקא קען מען זיך דינגען אויף דיין סברא אויך, אבער איך ברענג ארויס דער מער יסודישער פראבלעם. נניח אפילו אז דו ביסט גערעכט, און עס איז נישט מסתבר, ווערט עס נאכנישט אוממעגליך. סך הכל וועל איך האבען א קשיא, סנישט די ערשטע זאך וואס די אייבישטער טוט וואס איך פארשטיי נישט. א מציאות דארף מען מוכיח זיין מיט מציאותדיגער ראיות, נישט מיט סברות אז עס דארף זיין.

איך מאך קלאר, דער תורה שבעל פה איז אונזער מסורה און ווער עס גלייבט און ואוס מיר האבען מקבל געווען דארף נישט קיין ראיות דערצו, דער מסורה איז זיין שטערקסטער ראיה. פונקט ווי דער תורה שבכתב גלייבט ער נאר מכח דער מסורה. אבער ווער עס גלייבט נישט און מקומט עם מוכיח זיין מיט אזא הוכחה איז דאס קיין הוכחה נישט.


סאיז נישטא כמעט קיין מציאות'דיגע ראיות ביי קיין טעאלאגישע וויכוח.

(איך האב אויך א פירכא אויף דיין טענה אז סאיז נישט די ערשטע זאך וואס דו פארשטייסט נישט דעם אייבערשטן. ווייל די גאנצע זאך אז דו קענסט נישט פארשטיין דעם אייבערשטן איז אויך נאר תורה שבעל פה, אין תורה שבכתב שטייט דאס נישט. חוץ אפשר אז כסיל לא יבין את זאת. סאיז אבער דער דיוק קלאר אז א חכם קען יא פארשטיין. מילא דו קענסט נישט אפווענדן תורה שבעל פה מיט א זאך וואס דו ווייסט נאר פון דארט 😂 ).

די מחזירים בתשובה רעדן, אבוויעסלי, צו אידן וואס גלייבן אין תורה שבכתב, אבער מוטשענען זיך מיט תורה שבע"פ.

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:45 pm

· #99006
דעת תורה,
שטעל זיך פאר א קריסט קומט דיר זאגן אז הנה ישכיל עבדי גייט ארויף אויף ישו, פרעגסטו אים, ווער זאגט אז דער ווארט עבדי גייט ארויף אויף ישו, און ווער זאגט אז דאס גייט בכלל ארויף אויף א ספעציפישער מענטש, אפשר גייט עס ארויף אויף כלל ישראל בכלליות? ענטפערט ער דיר, ס'מוז דאך זיין אז ווען ישעיה האט געזאגט דעם פסוק איז מיטגעקומען מיט די ווערטער עפעס א פירוש, ווייל אויב עס איז נישטא קיין שום פירוש קען מען דאס נישט פארשטיין, אויב אזוי זאג איך דיר אז מיר האבן בקבלה מדורי דורות אז דאס גייט ארויף אויף ישו.
דו קלערסט אז אזא ארגומענט איז קאנווינסינג?

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:49 pm

· #99010
גראדע איז נישט מוכרח אז די ווערטער פון א נביא איז מיטגעקומען מיט א פירוש. אבער סך הכל ברענגסטו ארויס אז עס איז נישט קיין הוכחה אויף אמיתת התלמוד בבלי, עס איז אבער יא א הוכחה לאפוקי פון די קראים און צדוקים. דער אמת איז אז דו ביסט דער בעל השמועה אז די מחזירים בתשובה נוצן עס, לאמיר הערן וויאזוי זיי נוצן עס.

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:53 pm

· #99013
איך זע נישט פארוואס דאס איז לאפוקי פון די קראים. אודאי זענען זיי מודה אז דער תורה שבכתב דארף א פירוש, זיי האלטן נאר אז די חכמים האבן פארדרייט פונ'ם פשוט'ן פשט, און בעצם זענען זיי טאקע גערעכט, זייערע פירושים ליגן בעסער אין פסוק, נאר מיר גלייבן אז די פשטים פון די חכמים זענען מקובל מסיני, ממילא שטייט אונזער פשט אודאי העכער.
און גלייב מיר, דו ביסט מסביר די (פאלשע) ראיה אסאך בעסער ווי אלע מחזירים בתשובה 🙂.

דעת תורה » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:03 pm

· #99017
יאיר
איך זע נישט פארוואס דאס איז לאפוקי פון די קראים. אודאי זענען זיי מודה אז דער תורה שבכתב דארף א פירוש, זיי האלטן נאר אז די חכמים האבן פארדרייט פונ'ם פשוט'ן פשט, און בעצם זענען זיי טאקע גערעכט, זייערע פירושים ליגן בעסער אין פסוק, נאר מיר גלייבן אז די פשטים פון די חכמים זענען מקובל מסיני, ממילא שטייט אונזער פשט אודאי העכער.
און גלייב מיר, דו ביסט מסביר די (פאלשע) ראיה אסאך בעסער ווי אלע מחזירים בתשובה 🙂.


די ווארט איז, אז עס דארף זיין א פירוש מקובל. די בעסטע מוחות וואלטן נישט געקענט אויסקראצן פון זיך אליין א פשט אויף טוטפות. די צדוקים זענען אין דעם זין געווען גרויסע היפאקריטן, ווייל די תפילין אליין האבן זיי געמאכט ווי די חכמים האבן געהייסן, און אפשר אפילו מקפיד געווען אויף רבינו תם'ס, אבער ביי בין עיניך דא זענען זיי סטאק געווארן... דא קענען זיי נישט מסכים זיין.

דו מיינסט א קאמפלימענט פאר מיר, אדער אראפצורייסן די מחזירים בתשובה?...

נולד מאוחר » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:14 am

· #99068
סאיז זייער מסתבר אז יעדער האט געוויסט וואס ס'מיינט טוטפות און ווי אזוי וזבחתם פאסירט..
סנישט מסתבר אז מגעט א תורה און איין ווארט איז פםןוטררץץ , אז קיינער זאל נישט וויסען וואס סמיינט ,אזוי 2000 יאר שפעטער וועא זיין proof. אז סמיז זיין א פירש בעל פה.