☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » שראאבען וויזוי מע רעט

שראאבען וויזוי מע רעט

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3261

ידען » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:33 pm

· #98685
שראאבען וויזוי מע רעט
פארוואס איז שרייבען אנדערש ווי רעדען? איך האלט אז מע דארף שרייבען אזוי ווי מע רעט אדער רעדען אזוי ווי מע שרייבט.

ווער איך בין?

איך שראב א סאך.

ווער מאכט אפ וויזוי מע זאל שראבען?

זיי מאכען אויך אפ וויזוי מע זאל רעדען?

ווער איז מסכים מיט מיר?

ידען » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:38 pm

· #98689
שמעקעדיג האט מיך דערמאנט צו שרייבען וועגען דעם

kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=7&t=3254

איחוד פעלד » דינסטאג מערץ 19, 2013 9:58 pm

· #98732
איך האף צום אויבערשטען אז די רעדסט אנדרעש ווי די שרייבסט, אויב נישט ביטע רעד נישט צו מיר..............................

sunbar » מיטוואך מערץ 20, 2013 1:01 am

· #98767
די קעפל שטימט נישט. דריי עס ארום...

זר זהב » מיטוואך מערץ 20, 2013 1:10 am

· #98769
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1450">viewtopic.php?f=4&t=1450&hilit=%D7%A9%D7%99%D7%94%D7%90</a><!-- l -->

ידען » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:32 am

· #98823
sunbar
די קעפל שטימט נישט. דריי עס ארום...

געטוישט

ידען » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:44 am

· #98826
איחוד פעלד
איך האף צום אויבערשטען אז דו רעדסט אנדערש ווי דו שרייבסט, אויב נישט ביטע רעד נישט צו מיר...........


מע איז אויפגערעגט אז סע מאכט נערוועז צו שרייבען אאזוי, וועלעך אויפהערען.

פארוואס מאכט עס נערוועז, ווייל מע איז צוגעוואוינט אנדערש?

גאלד » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:51 am

· #98830
גראדע די ליטווישע אידיש הבהרה איז יא מער ווי מ'שרייבט, למשל די ווארט "שרייב"

קרעמער1 » מאנטאג אפריל 15, 2013 3:20 pm

· #105022
דאס מיינט אז זייער הברה איז די ריכטיגע?

זר זהב » מאנטאג אפריל 15, 2013 5:53 pm

· #105084
זיכער יא

ברסלבער » זונטאג מאי 12, 2013 12:20 pm

· #114197
ידען
פארוואס איז שרייבען אנדערש ווי רעדען? איך האלט אז מע דארף שרייבען אזוי ווי מע רעט אדער רעדען אזוי ווי מע שרייבט.
ווער איך בין?
איך שראב א סאך.
ווער מאכט אפ וויזוי מע זאל שראבען?
זיי מאכען אויך אפ וויזוי מע זאל רעדען?
ווער איז מסכים מיט מיר?

הרב פרישער האט זעציכאויס גענומען דעם אשכול זייער ערנסט, און טאקע אנגעהויבן שראאבען וויזוי מערעט.
גראדע קוקט מיר אויס אז ער שרייבט גוטע נושאים, אבער וואס זאל איך טוהן אז נאכן ליינען דעם ערשטן פאראגראף זיינעם הייבט מיר די קאפ אן צו שווינדלען און איך קען נישט ווייטער ממשיך זיין, חבל.
אפשר וועט איינער וואלענטירן איבער צו שרייבן זיינע ארטיקלען אויף פלעין אידיש, אז מיר זאלן עס קענען פארשטיין און הנאה האבן?

פרישער » דינסטאג מאי 14, 2013 12:14 am

· #114839
מעמאראנדעם
הערשט איץ געזעין דעים אשקול איך ביניש זיכער איז מיין שרייבן האט נישט קיין חלק, זעיט אויס אז דער עולם האט גענימען לייקן מיין וועיג ווי איך דריק זיך אויס, הגם איך גלייב נישט אז מיין שרייבן האט א שייכות מיט וויזוי איך רעד, ווייל איך רעד דייקו נישט וויזוי איך שרייב, אויב העט איך למשל געניצט דאס ווארט דייקו אין מיין לעקסיקאן, וואלט איך זיך אליינס נישט געקענט דערליידן, אבער ווען סעקימט צי שרייבן, גלייך איך דייקו יא צי ניצען ספעציעלע אין מאדנע אויסדריקן, איך האב נישט קיין אהנינג צי דער עולם גלייכט וואס אין וויזוי איך שרייב, דא דארט פליקט מיך דער אין יענער אריין ווייטאגלעך, איינער האט שוין געסיינט ריטעינער מיט א לויער ווייל איך דערלאנג עים קאף שמערצן, אז ער גלייכט נישט פאר וואס נישט פשוט איבערהיפן, ווען ער זעיט א פרישער תגיבה, לאידך גיסה קען זיין אז א פרישער תגיבה איז ווערט א חש אינדע ראשו.
"אבי מלייקט" יעצטערד איינגעפאלן קען זיין א גיטע חתימה, האט שוין עימצער דעיס אמאהל געטרעדמארקט, אדער געניצט פריער, אויב נישט איז איגלה מילתה למפרע אז סיז אזוי באשערט פאר מיר, אין סאיז א גיטע חידוש, אדער דייקו נישט ווערט גארניש, תיקו

קינות גירושין » דינסטאג מאי 14, 2013 12:28 am

· #114844
זיי כאטש מסבר וואס יז די פוינט די געשמאק די טעם די סיבה אזוי פאני צו שרייבען
יא מיר אויך מיינע נערווען קראכען , סאיז א שאד אזאלכע הערליכע ארטיקלען

פרישער » דינסטאג מאי 14, 2013 12:50 am

· #114854
סארי סוועט זיין זייער שווער צי מסברן ספעציעל פאר אזוינע וואס סמאקעוועצעך אין עצבות, זיי מוחל ווער מגילגל אין א לייטישן פרייליכען ניק אנע דרשות פאר וואס מדארף ארויס קיקען אויף מרור געפרעיגלט אין חרוסת, קינות מיט גירושין איקוואלס עצבות, נישט קיין חיליק וועלכע וועיג מצישנייט עס, אויב קימסטי ח"ו פין יענעם ריכטינג, פראביר נישט איין צירעדן אז סאיז רויזי אין מזינגט אין סיז לעיבעדיג, איך בין זיכער אז אפילו אין ברעסלאוו מיט קאפוויי קען מען אזא דבר פשיט פארשטיין, נאטינג פערסאנעל. דזשאסט איך קעניש שלום מאכן מיטן ניק.

קינות גירושין » דינסטאג מאי 14, 2013 12:57 am

· #114859
א ק איך וועל מיל מגלגל זיין און בדחן וועט דיר זיין מער ניחא?
גט איז בכלל נישט עצבות, יא איך האב פעין אסאך מאל וואס איך פיל אז איך וויל אויסשמוסען מיט חברים, איך קען נישט צופיל חתונה געהאטע אינגעלייט וואס זענען אזוי העפי און רויזי און זינגי און לעבי

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 14, 2013 11:16 am

· #114976
מר. פרישער, פאר א טשעינדזש, שרייב אפאר שורות ווי נארמאלער מענטש, און בזאת תבחנו אויב דו קענסט טאקע אדער נישט!

פרישער » דינסטאג מאי 14, 2013 1:09 pm

· #115005
וואס אין וועים פאלט איין אז איך יכול, קען גאר זיין אז איך בין א אינו יכול, אבער איך שעים זיך בכלל נישט מיטן זיין גענוי ווי אזוי עס שמעקט מיר, אל תסתקל בפאנקן אלא מה שיש לו,

מאטי » דינסטאג מאי 14, 2013 2:01 pm

· #115016
פרישער דו פארשטייסט אז ווען יואלי לעבאוויטש מאכט נאך אן אונגערישן קומט צו לאכן אבער ווען מ׳הערט אן ארגינעלן אונגערישער איז דאס בכלל נישט פאני דאס האט שמעקעדיג געוואלט וויסן

טשוכעפאכע » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 6:07 am

· #181978
אין דער גאנצער וועלט איז אנגענומען אז שרייבן שרייבט מען פיל ריכטיגער און שענער ווי מען רעדט. פארוואס - ווייס איך נישט, אבער אויך להבדיל די נביאים שרייבן זייערע נבואות מיט א לשון וואס מען האט זיכער נישט גערעדט אפילו אין זייער צייט. ווייל זייער שפראך איז א פועטישע (ווי א שיר) און עס איז כמעט נישט צו פארשטיין אן מפרשים. פון צווייטן זייט מלכים, שופטים און דברי הימים זענען געשריבן מיט א איינפכאע שפראך (אויסער די שירה פון דבורה'ן) וואס עס להבדיל ענליך צו היינטיגע העברעאיש.