דער סדר: א בלופרינט צו פרייהייט (א 15 סטעפ פראגראם)
איך וויל דא אנהייבן א סעריע מאמרים פון הרב סיימאן דזעקאבסון וואס איך שעץ זייער זיינע קענטעניסן, און איך האף אז דער ציבור וואס וועט זיך באקענען מיט אים דא וועט הנאה האבן דערפון.
ס'איז איבערגעטייטשט פון ענגליש מיט הוספות בתוך הדברים בנופך משלי, כדי מגדיר צו זיין זיינע הגדרות וואס איז נוגע צו אונזער היימישע קולטור.
איך פאנג אן מיט אן ארטיקל מעניני דיומא פון פסח און איך האף ממשיך צו זיין להלאה מיט אנדערע ענינים וויפיל די צייט וועט ערלויבן.
דער סדר א בלופרינט צו פרייהייט א 15 סטעפ פראגראם:
אין דער איצטיגער ברויזענדער וועלט פון אומזיכערקייט איז דער ענין פון פרייהייט און פסח אקטועל ווי קיינמאהל פריער.
דער שורש פונעם ווארט מצרים איז אויך מלשון מיצר, "מן המיצר קראתי י-ה", דערדרוקט, פארשפארט, צמצום, לאו דוקא פיזישע נאר אויך עמאציאנאלע ספירוטאלע פארמאכטקייט. א יעדע מין צמצום - דרויסענדיגע ווי אינעווייניגע - וואס לאזט נישט זיך פריי באוועגן/ רעדן/ און טראכטן איז אין כלל פון מצרים.
ס'איז קיין גוזמא צו זאגן אז דער באפרייאונג פון די פריער-דערמאנטע דערדרוקונגען איז פון די וויכטיגסטע עלעמענטן צום שלימות פונעם מענטש, ספעציעל דא ווי מיר לעבן ציבור'יש ווי דער העכסטער געזעץ איז "יעדער טוט אזוי", און דער מעכאנישער סיסטעם בוזשעוועט אין די גאסן און שלינגט אונז איין לעבעדיגערהייט.
דער יו"ט פסח ברענגט מיט זיך נייע כוחות, נייע ענערגיעס, זיך איינמאל פאר אלעמאל אוועקצוכאפן פונעם באקוועמען קאמפארט זאנע. די שאלה איז, וויאזוי כאפט מען זיך ארויף אויפן וואגאן? וויאזוי פארזיכערט מען זיך נישט ארויסצולאזן אזא געוואלדיגע געלעגנהייט?
די תשובה איז: סדר!!
א אויסגערעכענטער וועג,פלאן, פון פאראויס.
דער סדר ברענגט מיט זיך דעם שליסל וואס עפנט אלע טירן צו פרייהייט, צו א בעסערן מארגן. פסח און סדר זענען לכאורה צוויי פארקערטע בחינות. מצד אחד, פסח מיינט שפרונגען, ארויסגיין פונעם געוואוינהייט, טראכטען אינדרויסן פונעם באקס, אבער סדר זאגט אויך אויף אויסגערעכנטקייט און איינגעהאלטנקייט.
אבער יא! דאס איז דער פסח סדר, אן אויספלאנירטער מאדעל וואס עפנט אומבאגרעניצטע טויערן צו פרייהייט.
איינע פון די מערקווירדיגע זאכן אינעם סדר איז דער רעפערענץ צו קליינע קינדער. א קינד ברענגט ארויס דער אמת'ער פינטל וואס איז נאכנישט אנגעלייגט מיט אונזערע וועלטליכע נגיעות און אנגעהאלטענקייטן. מיר גרויסע האבן אויך א קינדישקייט, א פינטעלע אמת אין זיך וואס שרייט ארויס, איך וויל גיין מיטן לויטערן אמת! איך וויל אוועקווארפן די אלע אנגעגעסענע מחיצות המפסקת בלב ומח! דער 15 סטעפ פראגראם פונעם סדר נאכט האט דער כח דאס צו באווייזן.
לאמיר אנהייבן מיטן ערשטן סטעפ: "קדש".
קדש:
דער פשוטער טייטש איז "זיך הייליגען". קדש איז אבער אויך משורש מזומנת, "דעזיגנירד", אזויווי הרי את מקודשת לי איז מלשון מזומנת ומיוחדת לי, (תוס' קידושין ב:, מלשון איה הקדשה וכו'.)
די ערשטע סטעפ זיך צו באפרייען פונעם צמצום איז אוועקשטעלן און דעזיגנירן א מקום, "ספעיס" ווי די ברכה זאל קענען חל זיין, זיך אריין לייגן אין א מצב פון וועלן וויסן, וועלן פארשטיין, נישט אלעס אננעמען אלס קודש קדשים אנע טראכטן. מנהג, חומרה, הלכה, חסידות, מעשיות, אגדה, דרש, אל תיטוש תורת אמך, ועשית ככל אשר יורוך, וועלטליכע חכמות, פיזיקיס, הגיון, ועוד..... זאל פארשטאנען ווערן און אנגענומען ווערן פרעספעקטיוולי. נישט מעכאניש, ראבאטיש, כמצוות אנשים מלומדה, נאר געבן ספעיס פאר עפעס העכערס, לאזן מחדש זיין, אדער זיין גרייט אומפארטייאיש צו הערן די אנדערע זייט מטבע פון אנדערע מענטשן.
ורחץ:
יעצט אז מ'האט געגעבן א פלאץ פאר פרייהייט, מ'האט דעפינירט דעם חילוק פון די פריערדערמאנטע צוויי וועגן פון לאזן די געוואוינהייטן שולט זיין אויף די מחשבה דיבור מעשה, אדער טראכטן געטליך און וועלן וויסן פארוואס, האבן דעם קאפ אויפן פלאץ, דארף מען אנהייבן ריין צו מאכן און אפוואשן די כלי מכשירים (די קומענדיגע 13 סטעפס) וואס פולן אן דעם נארוואס אויסגעליידיגטע ספעיס, ער זאל ווערן אנגעפולט נאר מיט געזונטע ריינע מהלך המחשבות.
פארזעצונג בקרוב ממש.