☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » שטאט אדער שטייט?

שטאט אדער שטייט?

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3254

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 2:58 pm

· #98502
שטאט אדער שטייט?
שוין לאנג עגבערט מיר די פראגע. ווען איך וויל שרייבן אז עפעס ארבעט זייער "שטאט" (פאמעליך / לאנגזאם), שרייבט מען עס "שטאט"? אבער עס קען זיך ליינען ווי "א שטאט" (מיט א קמץ)?
שרייבט מען עס "שטייט"? (אזוי ווי מערערע ניקס דא זענען זיך נוהג)? אבער עס קען זיך ליינען ווי "עס שטייט אין פסוק"?
זאל מען שרייבן שטאאט? מיט צוויי אלף'ס? ס'דאך נישט דא אזא ווארט!

זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:02 pm

· #98504
אין א פאל וואו מ'קען זיך ממש טועה זיין פארוואס טאקע נישט שרייבן "פאמעלעך" אדער "לאנגזאם", ס'אפשר מיחזו כיוהרא נישט געפערליך ודו"ק.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:14 pm

· #98565
אבער פארוואס? "שטייט" לייענט זיך מיט א צירי, און מיר זאגן עס מיט א (לאנגע) פת"ח?

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:44 pm

· #98590
יישר כח פארן מסביר זיין. קיינמאל נישט פארשטאנען.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:26 pm

· #98680
וואס איז טאקע פשט פון די אויבנדערמאנטע ווערטער אז אפילו עס האט צוויי יידעלעך ליינט מען עס מיט א פתח? הלא דבר הוא!

זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:39 pm

· #98690
דו ליינסט עס מיט א פתח, די עלטערע אידן וואס רעדן נאך אריגינעל זאגן עס מיט א צירי

ידען » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:41 pm

· #98691
איך האלט אז מע דארף טאקע שראבען שטאט אדער שטאאט.

וועלעכע אלטע אידען זאגען שטייט?

זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:44 pm

· #98693
הער וויזוי די ירושלימע אידן רעדן, יעדעס ווארט ווי משרייבט עס. גיט (נישט געט) גיב (נישט געב). ס'קען זיין אז ס'איז א ירושלימ'ע זאך , דא אין אמעריקע האט מען פארדרייט. אפשר ווייסט איינער

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 15, 2013 3:58 pm

· #105043
אינטרעסאנט, אז כאטש איך שרייב (שראאב?) שוין יארן האב איך נישט געמערקט דעם קאנצעפט.
איך וויל מאכן א ליסטע פון ווערטער וועלכע ווערט געשריבן מיט 2 יוד"ין, אבער עס לייענט זיך ווי א פתח.

איך וועל שרייבן וואס פאלט מיר יעצט איין, און ביטע לייגט צו נאך:

שרייב
זייט
צייט
בייט
היינט
טרייב
שנייד
שטייט
לייט
פארמייד

זר זהב » מאנטאג אפריל 15, 2013 5:52 pm

· #105083
נאכאמאל, ס'דא טויזענטער אידן וואס זאגן עס אווי ס'געשריבן. דו ביזט נישט דער ארגינעלער

קרעמער1 » דאנערשטאג יולי 4, 2013 5:14 pm

· #130828
די ליטווישע דיאלעקט איז עס צו זאגן מיט צוויי יודעלעך ווי א צירי, אבער די אונגארישע זאגן עס מיט א פתח אל"ף.

ביז כ'האב באגעגנט ווי באשעוויס שרייבט "שטאט", האב איך אפי' נישט געקלערט פון עס נוצן אזוי - כאטש איך גלייך אז מען זאל עס קענען אונטערשיידן פון שטייט = עומד.
אבער מיט דעם אלעם, טרוי איך זיך נישט צו זיין פון די ערשטע עס (צוריק) איינצופירן. ס'וועט זיין צו מאדנע און שטעכן אין די אויגן.
עמיצער וויל מיר העלפן?

יעדנפאלס, "שטאאט" קומט נישט אין באטראכט.

איחוד פעלד » דאנערשטאג יולי 4, 2013 5:25 pm

· #130837
עס איז אינטרעסאנט צו וויסען פין ווי דער ווארט שטאט אלץ פאמעליך קומט. איך מיין עס איז נישט אריגינעל אידיש.


די אלע ווערטער וואס שמעקעדיג ברענגט זאגט מען אין דייטש מיט א צירי.

חוץ "היינט" וואס מען זאגט עס אינגאנצען אנדרעש אין דייטש. מער "הויטע". מיט א נון אזוי ווי אין יעקב.

קרעמער1 » דאנערשטאג יולי 4, 2013 5:31 pm

· #130842
מיינט דאס אז "היינט" איז ארגינעל יודיש.

אז מ'רעדט שוין פון שטאט: פאוואליע מיט פאמעליך האבן א שייכות?

דייטל » פרייטאג יולי 5, 2013 4:03 am

· #130987
פונקט ווי וויין (בכיה) און וויין (יין), גארנישט אנדערש.

שטייט און וויין ודומיהן ווערט גערופן בלשון הפוסקים פתח חריף, פאר מער, קוקט אין די ספרים אויף שמות גיטין ביי א שטייגער נאמען ווי בריינא, וידוע המחלוקת בענין חי העולמים.

פרישער » פרייטאג יולי 5, 2013 7:55 am

· #130990
און פרידיש זאגט מען שטאט

און מען פאפט (פייפט בלע"ז) אויף דע וועלט

איחוד פעלד » פרייטאג יולי 5, 2013 8:09 am

· #130994
דייטל
פונקט ווי וויין (בכיה) און וויין (יין), גארנישט אנדערש.

שטייט און וויין ודומיהן ווערט גערופן בלשון הפוסקים פתח חריף, פאר מער, קוקט אין די ספרים אויף שמות גיטין ביי א שטייגער נאמען ווי בריינא, וידוע המחלוקת בענין חי העולמים.


וואס איז ווי וויין און וויין?

אז די שרייבסט בריינא שרייב שוין טריינא.

דייטל » פרייטאג יולי 5, 2013 6:40 pm

· #131099
איחוד פעלד
דייטל
פונקט ווי וויין (בכיה) און וויין (יין), גארנישט אנדערש.

שטייט און וויין ודומיהן ווערט גערופן בלשון הפוסקים פתח חריף, פאר מער, קוקט אין די ספרים אויף שמות גיטין ביי א שטייגער נאמען ווי בריינא, וידוע המחלוקת בענין חי העולמים.


וואס איז ווי וויין און וויין?

אז די שרייבסט בריינא שרייב שוין טריינא.


שטייט (עומד) און שטייט (לאט) איז פונקט ווי וויין (בוכה) און וויין (יין).
אין אנדערע ווערטער. אז דו דולדסט דארט די זעלבע וואקאלן דולדזשע דא אויך.

און א דאנק פארן צולייגן "טריינא" א גוטע צושטעל!

פרישער » פרייטאג יולי 5, 2013 6:57 pm

· #131100
עס איז דאך באוויסט דעיס ווערטעל

עס ווענט זיך ווי דו חמר שטייט איין