☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פלארייד אין די סינק וואסער: א סכנה'דיגע סם

פלארייד אין די סינק וואסער: א סכנה'דיגע סם

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3253

חזקיהו המלך » דינסטאג מערץ 19, 2013 2:36 pm

· #98493
פלארייד אין די סינק וואסער: א סכנה'דיגע סם
לאמיר גיין צעביסלעך און געבן א טיפערע בליק אין דעם וויכטיגן נושא.

אנגעהויבן האט זיך עס אין נאצי דייטשלאנד, וואס איז געווען א מאדערנע דיקטאטורשאפט באנוצענדיג זיך מיט סייענס צו באווירקן די מאסן צו זייער אידאעלאגיע.

די מאדערנע פראפעגאנדע איז בעיקר געשטאנען אויף צוויי זאכן, איינס איז פשוטע נאכאנאנדע מאסן פראפעגאנדע, וואס איז ערמעגליכט געווארען דורך דעם ראדיא וואס איז שוין דאן געווען אין באנוץ, און צווייטענס אפשוואכען דעם מענטש אינערליך כדי ער זאל נישט זיין אומשטאנד צו אפווארפן די דרויסענדיגע פראפעגאנדע פין איבערנעמען זיינע געפילן און געדאנקען, אין אנדערע ווערטער צי אפשוואכן די מענטשליכע ווידערשטאנד כח, און כח הבחירה, און מאכן דעם מענטש ענדלען אין א בהמה.

יעצט לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר מר. טשארלס עליאט פערקינס, א פראמינענטע אינדוסטרואלע קעמיסט פין די פאראייניגטע שטאטען וואס די אמעריקאנע רעגירונג האט אים געשיקט נאכען קריג צי איבערבויען די ריזיגע I.G. FARBEN דייטשע קעמיקאלע קאמפאני, אין יאר 1954 האט ער געשיקט א בריוו צי דעם "לי פאנדעישען פאר נוטרישענעל ריסערטש", צווישען אנדערע שרייבט ער אזוי: (איבערגעזעצט)

מר. טשארלס עליאט פערקינס
די ריכטיגע סיבה אינטער פלארייד אין די וואסער איז נישט צי בענעפיטירען די קינדער'ס ציינער, די ריכטיגע סיבה אינטער פלארייד אין די וואסער איז צו רעדוצירן די רעזיסטענס פין די מאסן צי דאמינאציע אין קאנטראל און צו פארלירן פרייהייטן, נאכאנאנדע דאזעס פון קליינע סומעס פין פראולין וועט מיט די צייט צעביסלעך רעדוצירן דעם אינדיווידיאלע כח צי רעזיסטען דאמינאציע דורך צוביסלעך פאר'סמ'ען און פאר'שיכור'ן געוויסע חלקים פון די מח אין אים מאכען סאבמיסיוו צו די ווילן פון די וואס ווילן הערשן איבער אים.

איך זאג דאס מיט די גאנצע ערנסטקייט און אפען-הארציגקייט פון א סייענטיסט וואס האט פארברענגט כמעט 20 יאר ריסערטש אין די קעמיסטרי, בייאו-קעמיסטרי, פיזיאולאדזשי, און פאטאולאדזשי פין פלאורין, עני מענטש וואס וועט טרינקען פלארידעיטעד וואסער פאר א צייט פון איין יאר אדער מער וועט שוין קיינמאל נישט זיין דער זעלבער מענטש, מענטעלי און פיזיקלי.


אסאך מענטשן כאפן זיך נישט אז פלארייד איז די שליסל אינגרידיענט אין פראוזעק [PROZAC] און אסאך אנדערע פסייקאו דראגס פראוזעק וואס איר סייענטיפישע נאמען איז fluoxetine איז 94 % פלארייד, יעצט איז שוין זייער גרינג צו פארשטיין וויזוי ריטעלין העלפט צו קאנטראלירן קינדער מיט אזוי-גערופענע ADHD נישט ווייל עס היילט זיי נאר ווייל עס הארגעט זיי די ווילנקראפט, און זיי ווערן ווי בהמות זיך גרינג צו לאזן דאמינירן, ס'טאקע גרינגער פאר די ארומיגע אבער ס'הארגעט נעבעך די קינדערלאך, אנשטאט זיי צו היילן און זיי העלפן בויען א לעבן. און די זעלבע ביי אנדערע פסייקאו דראגס, ס'היילט נישט, ס'צוברעכט, אפילו אמאל קוקט עס אויבן אויף ווי פאזיטיווע רעזולטאטן.

פלארייד איז שוין געווארען גע'אסר'ט אין אסאך אייראפעאישע לענדער ווי שוועדן, נארוועגיען, דענמארק, דייטשלאנד, איטאליע, בעלגיע, עסטרייך, פראנקרייך, אין נידערלאנד. אבער אין אמעריקע גייט עס דערווייל ווייטער אן, אנגעבליך צוליב ספעציעלע אינטערעסן, איינס ווייל פראפעגאנדע און אדווערטייזינג ארבעט אזוי אסאך בעסער, און צוויי ווייל נאכן באקומען א פלאטשיגע שכל, קענען מענטשן נישט טראכטן צו טיף און כאפן זיך נישט אויף די עוולות פין די עליטע.

אבער א חוץ פון אפשוואכן די מענטשליכע שכל און ווילענסקראפט, ברענגט עס אויך צו אנדערע פראבלעמען און מחלות. לאמיר געבן דאס ווארט פאר דר. דיען בורק, דער טשיף קעמיסט פין די יו. עס. נאציאנאלע קענסער אינסטיטוט:

דר. דיען בורק
פאקטיש טוט פלארייד גורם זיין מער יומען קענסער טויט-פאלן, און איז עס גורם שנעלער פון סיי-וועלכע אנדערע קעמיקאל


עכ"פ די אונטערשטע שורה איז, אז פלארייד איז א סם וואס עפעקטירט דעם מח און בעסיקלי שוואכט אפ די כח הבחירה פון דעם מענטש, און די מענטשליכע ווילענסקראפט. ס'גענוצט געווארן דורך נאצי דייטשלאנד, ס'גענוצט געווארן דורך סטאלין אין די גולאג'ס, און ס'ווערט אויך גענוצט אין די ניו יארקער וואסער.....

כ'האב פונקט לעצטע שמחת תורה געזעהן פון איינע פון די גדולים פון דעם פריערדיגען דור ווי ער וויינט הושענא רבה אז דער כח הבחירה איז אפגעשוואכט אינעם דור, מענטשן האבען זיך פשוט נישט אין די הענט, און ער איז גערעכט, אבער ער האט נישט געוואוסט פון וואס עס קומט, פאר כלל ישראל איז עס א בראך, די גאנצע תורה איז דאך געבויעט אויף די כח הבחירה.

עכ"פ די גאנצע זאך איז א אומגעהויערע קריים אקעגן די מענטשהייט, און ס'צייט אז מען זאל אויפהערן פאר'סמ'ען די קינדער (און די גרויסע), און ווער עס וואוינט אין אזא פלאץ וואו מען לייגט דעם אומגליקליכע סם אין די וואסער זאל עס פילטערן מיט א ספעציעלע פילטער וואס איז געמאכט דערפאר (סתם א פילטער העלפט נישט דערפאר), און אוודאי זאל מען שטיין ווייט פון ריטעלין און אנדערע פסייקאו דראגס, און מען זאל וויסן אז רוב גאווערמענט איז אין טַאש פאר די ספעציעלע אינטערעסן און מען קען זיי נישט טראסטן מיט גארנישט,

זאל גא-ט העלפן אז אידן זאלן שוין אויפגעראכטן ווערן, אמן.

זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 2:42 pm

· #98498
איז יעצט אפשר אויך פארענטפערט פארוואס ס'דא אזויפיל גיטין, א'מהאט נישט דעם כח הבחירה קאררעקט. שכח פאר דיין אינפארמאטיוון ארטיקל

יידל » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:24 pm

· #98511
<a class="postlink" href="http://forums.randi.org/archive/index.php/t-113331.html">http://forums.randi.org/archive/index.php/t-113331.html</a>

נאר איין זאך, וויאזוי האסטו חזקיהו זיך באוויזן ארויסצודרייען פון ווערן פארפלאטשיגט?

חזקיהו המלך » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:32 pm

· #98513
יידל
http://forums.randi.org/archive/index.php/t-113331.html
נאר איין זיך,


די מציאות איז אז ריטעלין האט אזא עפעקט, נישט קיין חילוק צי ס'פינקליך די זעלבע קעמיקאל אדער אביסעל אנדרעש, טאמער עפעס איז עס נאך ארגער אין מער דעסטראקטיוו ווי די פלארייד וואס ווערט געלייגט אין אסאך וואסער סיסטעם'ס,

יידל
וויאזוי האסטו חזקיהו זיך באוויזן ארויסצודרייען פון ווערן פארפלאטשיגט?


ביטע עס נישט נעמען צי א פערסאנעל לעוועל, יישר כוח,

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:41 pm

· #98514
יידל
http://forums.randi.org/archive/index.php/t-113331.html

נאר איין זאך, וויאזוי האסטו חזקיהו זיך באוויזן ארויסצודרייען פון ווערן פארפלאטשיגט?


כ'האב געטראכט דאס זעלבע, אבער נישט געוואלט שרייבן...
אפשר האט אים אזויפיל פלארייד טרינקען געדעמעדזשד דעם מח רח"ל צו גלייבן די אלע קאנפיראציעס?...

כ'מאך נאר א ווערטל. איך ווייס נישט וואס דער אמת איז. איך פארשטיי זייער חזקיהו'ס טענה, ס'קוקט אויס שרעקליך, אבער איך האב זיך שוין געלערנט נישט צו פסק'ענען בעפאר איך הער אויס דעם צווייטן זייט אויכעט.

חזקיהו המלך » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:49 pm

· #98518
שמעקעדיג


כ'האב געטראכט דאס זעלבע, אבער נישט געוואלט שרייבן...
אפשר האט אים אזויפיל פלארייד טרינקען געדעמעדזשד דעם מח רח"ל צו גלייבן די אלע קאנפיראציעס?...
כ'מאך נאר א ווערטל. איך ווייס נישט וואס דער אמת איז. איך פארשטיי זייער חזקיהו'ס טענה, ס'קוקט אויס שרעקליך, אבער איך האב זיך שוין געלערנט נישט צו פסק'ענען בעפאר איך הער אויס דעם צווייטן זייט אויכעט.


ביי דע וועי ווי איך בין אויפגעוואקסען לייגען זיי נישט פלארייד אין די וואסער, אין צווייטענס אזוי ווי כ'האב געשריבען פאר יודל ביטע האלטען די דיסקאשען ציוויל אין עס נישט אראפלאזען צי פערסאנעל טשעפערייען,

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:51 pm

· #98520
אין אפסטעיט איז טאקע נישטא קיין פלארייד.

חזקיהו המלך » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:54 pm

· #98522
שמעקעדיג
אין אפסטעיט איז טאקע נישטא קיין פלארייד.


כ'בין נישט אויפגעוואקסען אין אפסטעיט אויך נישט, אין כ'וואוין היינט אויך נישט דארט

יידל » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:50 pm

· #98551
חזקיהו המלך
יידל
http://forums.randi.org/archive/index.php/t-113331.html
נאר איין זיך,


די מציאות איז אז ריטעלין האט אזא עפעקט, נישט קיין חילוק צי ס'פינקליך די זעלבע קעמיקאל אדער אביסעל אנדרעש, טאמער עפעס איז עס נאך ארגער אין מער דעסטראקטיוו ווי די פלארייד וואס ווערט געלייגט אין אסאך וואסער סיסטעם'ס,

אוי איז עס א חילוק צו ס'איז דער זעלבער קעמיקעל צו נישט.

יידל » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:51 pm

· #98553
אגב, איז דא א אינדיפענדענט מקור פאר די מעשה מיט פערקינס - נישט פון קאנספיראציע טעארעטיקער?

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:21 pm

· #98571
וואלט ווען נישט געדארפט קומען א מאסיווע אנקלאגע נאך אזא ווערטשאפט?
געדענקט איינער א מעשה מיט ערען בראקאוויטש?

חזקיהו המלך » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:26 pm

· #98575
[ציטאט אראפגענומען]


טאקע דאס וואס די נאציס האבען געלייגט פלארייד אין די וואסער האט געשפילט א ראלע אין דעם אז דאס פאלט האט געגלייבט די נאצישע פראפעגאנדע אזוי ווי כהאב געשריבען אויבען,

"קאנספיראציע טעאריע" איז סתם א שמוץ-נאמען פאר יעדער וואס גלייבט נישט די אפיציעלע ליניע, נישט קיין חילוק וויפעל פאקטען וועלען ווייזען צי די אמת פין א זאך, טאמער איז עס נישט די אפיציעלע ליניע פין די קארפארעיט מידיא ווערט עס באצייכענט אלץ "קאנפיראציע טעאריע", אין אזוי ווי יענער זאגט: דרייטס נישט דעם קאפ מיט פאקטען, אין אנדערע ווערטער פאקטען שפילט א קליינע ראלע אין די אפיציעלע דעת הקהל וואס ווערט אויסגעפארעמט דורעך די מידיא וואס רוב דערפין איז קאנטראלירט דורעך די ספעציעלע אינטערעסען, דאס איז ליידער די מציאות, מען דארף נישט זיין קיין גרויסע חכם עס צי פארשטיין,

חזקיהו המלך » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:05 pm

· #98606
...
📎 2013-01-15-waterfluoridationfacts.jpg

שרייבער » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:34 pm

· #98625
שמעקעדיג
אין אפסטעיט איז טאקע נישטא קיין פלארייד.

מען זעט טאקע אז די מאנסיע און סקווירא אידן זענען מער אפענמיינדעד און האבן א בחירה

היימישער ליטוואק » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:39 pm

· #98629
אדוני המלך,
CALM DOWN AND TAKE IT EASY

חזקיהו המלך » דינסטאג מערץ 19, 2013 7:16 pm

· #98643
שרייבער
שמעקעדיג
אין אפסטעיט איז טאקע נישטא קיין פלארייד.

מען זעט טאקע אז די מאנסיע און סקווירא אידן זענען מער אפענמיינדעד און האבן א בחירה


דארט איז דא א פראבלעם אז ס'לעבען די אינדיען פוינט נוקלארע רעאקטאר, אין די ראדיאציע וואס ליקט ארויס קען שאטען פאר מענטשען,

היימישער ליטוואק » דינסטאג מערץ 19, 2013 7:39 pm

· #98650
און, אדוני המלך, וואטס יור אפיניען בנוגע די שעדליכע שטראלן וועלכע קומען פון מייקראו-וועיוו אויווענס? און פון סעל-פאונס?

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 19, 2013 7:46 pm

· #98655
חזקיהו, מאך צוריק אויף דעם גיחון.....

חזקיהו המלך » דינסטאג מערץ 19, 2013 7:48 pm

· #98656
יידל
אגב, איז דא א אינדיפענדענט מקור פאר די מעשה מיט פערקינס - נישט פון קאנספיראציע טעארעטיקער?


לכבוד הרב יידל,

דא קענסטע אראפלאדענען זיין אייגען ביכעלע פין 1954 ,

<a class="postlink" href="http://www.soilandhealth.org/copyform.aspx?bookcode=020170">http://www.soilandhealth.org/copyform.a ... ode=020170</a>

משולם טענענבוים » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:11 pm

· #98670
נו, פלארייד איז א אלטע פראבלעם, ס'שוין לאו דוקא א זאך פין קאנספיראציע חברה, אסאך דענטיסט אין דאקטוירים זענען שון היינט דערקעגען,

יידל » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:22 pm

· #98676
חזקיהו המלך
יידל
אגב, איז דא א אינדיפענדענט מקור פאר די מעשה מיט פערקינס - נישט פון קאנספיראציע טעארעטיקער?


לכבוד הרב יידל,

דא קענסטע אראפלאדענען זיין אייגען ביכעלע פין 1954 ,

<a class="postlink" href="http://www.soilandhealth.org/copyform.aspx?bookcode=020170">http://www.soilandhealth.org/copyform.a ... ode=020170</a>

כ'האב דיר דאך געבעטן אן אינדיפענדענט מקור.

חזקיהו המלך » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:37 pm

· #98688
יידל

כ'האב דיר דאך געבעטן אן אינדיפענדענט מקור.


כ'פארשטיי נישט, טאמער די ווילסט וויסען צי זיין שטעלונג אויף פלארייד איז אמת, האב איך דיר דירעקטעד צי זיין אייגען ביכעל,

סאו אויף וואס ווילסטע א ראי' ?

אפשער דעי ארטיקעל וועט דיר העלפען, זיי ברענגען דארט וואס
Mr. Harley Rivers Dickinson, Liberal Party Member of the Victorian Parliament for South Barwon, Australia
האט געזאגט אין דעם אסטראליע פארלימענט,
אבער כ'ווייס נישט פינקליך וואס די מיינסט מיט אינדיפענדענט, ווייל טאמער זאגט איינער אז פלארייד איז נישט גוט, דאס אליינס קען דאך אים פסל'ן פין אינדיפענדענס, אין בכלל האסט ערגעץ געזעהן אז איינער זאגט אז די פערקינס מעשה איז שקר ?

יידל » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:50 pm

· #98694
אינדיפענדיט מיין איך לאפוקי איינער וואס איז גרייט מקבל צו זיין יעדן קאנספיראציע טעאריע בלויז וויבאלד עס עקזעסטירט א שטייגער ווי דער סייט news with views אדער soil and health.

חזקיהו המלך » דינסטאג מערץ 19, 2013 9:22 pm

· #98711
איז די שאלה צי
Mr. Harley Rivers Dickinson, Liberal Party Member of the Victorian Parliament for South Barwon, Australia
גייט אריין אין דעם כלל,

יידל » דינסטאג מערץ 19, 2013 9:23 pm

· #98712
ער יא, די סייט וואס ברענגט זיינע אנגעבליכע ווערטער נישט.

חזקיהו המלך » מיטוואך מערץ 20, 2013 3:18 am

· #98791
אזוי ווי געוויסע האבען מעורר געווען וועגען ניצען דעם אוישוויץ פארגלייך, סאו האב איך געטוישט די קעפעל,

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 3:27 am

· #98792
חזקיהו, די פאלאנד ספרינג וואסער וואס איך טרינק האט אויך די שעדליכע כעמיקאלן וואס נעמען אוועק די בחירה?

חזקיהו המלך » מיטוואך מערץ 20, 2013 3:36 am

· #98795
לכאורה נישט, חוץ טאמער זיי ניצען שטאטישע סינק וואסער אין ניצען נישט קיין ספעציעלע פילטער דערפאר,
מ'קען טרעפען פלארייד וואס קען זיין אין וואסער פין נאטור אויס, אבער ס'נישט זעלבע סארט ווי די קעמיקאל וואס זיי לייגען אריין,

יאיר » מיטוואך מערץ 20, 2013 3:55 am

· #98796
ברוך ה', אני את נפשי הצלתי. איך האב שטענדיג געטרינקען נאר געקויפטע וואסער, און איך שפיר טאקע ביי מיר אז מיין בחירה איז גאנץ און געזונט. איך הייב אן ערנסט טראכטן אז די אידן וואס טענה'ן זיך שטענדיג מיט מיר אז דער מענטש האט נישט קיין בחירה איז דאס פשוט א רעזולטאט פון די פארפעסטעטע וואסער ל"ע.
אלס א זייטיגע נאטיץ קלער איך אז מען זעט דא קלאר דער השגחת הבורא וואס האט צוגעפירט אז עס זאל זיין ווערים פונקט (!) אין די שטאטישע וואסער סיסטעם, אזוי זאלן מיר מוזן פילטערן דאס וואסער, אדער קויפן ספרינג וואסער, און דורך דעם וועלן אלע ערליכע אידן ניצל ווערן פון די שעדליכע כעמיקאלן וואס נעמען אוועק דעם דעת און די בחירה, און זיי וועלן ווייטער קענען דינען דעם באשעפער מתוך בחירה חפשית.

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 20, 2013 12:16 pm

· #98864
חזקיהו המלך
שרייבער
שמעקעדיג
אין אפסטעיט איז טאקע נישטא קיין פלארייד.

מען זעט טאקע אז די מאנסיע און סקווירא אידן זענען מער אפענמיינדעד און האבן א בחירה


דארט איז דא א פראבלעם אז ס'לעבען די אינדיען פוינט נוקלארע רעאקטאר, אין די ראדיאציע וואס ליקט ארויס קען שאטען פאר מענטשען,

😂 חברה, איך מיין אז חזקיה נעמט אונז אלע אויף א רייד.

קול דודי » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:34 pm

· #99002
ס׳איז אסאך ערגער פון דעם, חזקיהו. פארגעס פון פלארייד; דו ווייסט אז און די וואסער לייגט מען אריין אסאך מער היידראדגען ווי פלארייד? און ווי שעדלעך דאס איז ברויך מען אפילו נישט זאגען! איינס פון די ערגסטע טראגעדיעס און די געשיכטע פון עיר טרעוועל איז צו פארדאנקען די שרעקליכע שעדליכקייט פון היידראדגען! (עיין ערך Hindenburg disaster) אין ווי יעדער ווייסט זענען די שעדליכסטע נוקלוארע וואפן געמאכט פון דעם! יא, אטאמישע וואפן! אין דאס ליגט און אונזער ואסער!

אחוץ פון דעם, איז דאס א גרויסע באשטאנדטייל פון קארבאהיידרעטס אויך, וואס יעדער ווייסט מאכט פעט. און די גאווערמענט רעדט איין אונזערע קינדער אז אסאך וואסער איז געזונט! מן הסתם כדאי די ערפינדער פון די אלע דייעטס זאלן קענען מאכן אסאך געלט. איך שטעל מיך פאר אז זיי לייגן די היידראדגען אין די וואסער.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:40 am

· #99097
יא, טעלער האט א שיינער מוח.

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:19 am

· #99125
יאיר טרונקט געבאטעלטע וואסער.

איך טרינק אהן א שיעור וואסער סטרעיט פין דער סינק.

לערך צען גלעזליך א טאג.

הלוואי וואלט עס געדעמדזט מיין כח הבחירה, אלע מיינע חברים ידידים און מיין ווייב בתוכם זאגען מיר אז איך בין אן עקשן וואס לאזט זיך נישט רירען.

ווער ווייסט, אפשר זאל איך דאפלען די סומע וואסער וואס איך טרינק א טאג, אפשר ווען עס לעזען מיין פראבלעם.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:32 am

· #99130
טאקע היא הנותנת, דו ווילסט שוואכער מאכן דיין עקשנות, אבער דו האסט פארלוירן דיין כח הבחירה! בעל כרחך בלייבסטו מיט די אומ'בא'טעמ'טע עקשנות...

איחוד פעלד
אלע מיינע חברים ידידים און מיין ווייב בתוכם זאגען מיר אז איך בין אן עקשן וואס לאזט זיך נישט רירן.

אזוי אויך מערערע חברי השטיבל קענען דאס מעיד זיין... נישט אזוי?

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:34 am

· #99132
סא איז דיין עצה איך זאל טרינקען פין היינט אין ווייטער געבאטעלטע וואסער אזוי וועל איך אייביג מסכים זיין צו יעדעם?

נו וואס וועל איך שרייבען? נארר לייקס?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:59 am

· #99137
כ'קען נישט געבן א ריכטיגע עצה פונדערווייטענס. קום כאפ א שמועס מיט מיר אין מיין אפיס, וועל איך דיר קענען געבן די ריכטיגע אדווייס בעז"ה 😉

יידל » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:59 am

· #99138
[ציטאט אראפגענומען]



[quote="יידל"]אבער מענטשן, ווען זיי הערן אז מ'לייגט אריין כעמיקאלן אין די וואסער ווערן זיי היסטעריש. דזשאן סטאסעל האט אמאל געטון אן אינטערעסאנטער עקספערימענט. ער האט זיך אראפגעשטעלט אויף די גאס און געבעטן דרוכגייער אונטערצושרייבן א פעטיטציע צו פארבאטן די באנוץ פון דיהיידראדזשען מאנאקסייד. ער האט מסביר געווען פאר מענטשן אז מ'דארף קעיר נעמען פון דעם כעמיקאל וויבאלד עס געפונט זיך כמעט איבעראל און עס איז גורם צו טויזענטע טויטע איבער די וועלט יעדעס יאר. נאך מער, די כעמיקאל איז קאלירלאז און טעם'לאז אזוי אז רוב מענטשן כאפן זיך ניטאמאל אז עס עקזעסטירט! מענטשן האבן אונטערגעשריבן דעם פעטיטציע אין גרויסן. עס איז נאר געווען איין פראבלעם. דיהיידראדזשען מאנאקסייד איז די סייענטיפישע נאמען פון וואסער (אין קורץ שרייבט מען עס H2O). מענטשן מיינען אז די ווארט כעמיקאל איז עפעס א שרעקעניש. אין פאקט, אין די אויגן פון א כעמיסט איז אלעס א כעמיקאל. שרעקעדיגע ווערטער זענען אייגענטליך פראדוקטן מיט וואס איר באנוצט זיך טאג טעגליך. סאדיום כלארייד איז פשוט'ע זאלץ. אסעטיק עסיד איז וויניגער. פארשטייט זיך אז פשוט'ע מענטשן וועלכע פארשטייען נישט צו כעמיק וועלן דערשראקן ווערן פון סיי וואספארא כעמיקאל וואס ליגט אין זייערע עסן און פראדוקטן.
[/quote]

חזקיהו המלך » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:19 pm

· #142506
מדינת ישראל גייט סטאפען צי לייגען פלארייד אין די וואסער, נאך א בג"ץ אורטייל אז ס'איז שעדליך פאר די געזונט,
<a class="postlink" href="http://naturalsociety.com/israel-court-rules-to-stop-water-fluoridation-in-2014-due-to-health-concerns/">http://naturalsociety.com/israel-court- ... -concerns/</a>