☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » מה נשתנה הלילה הזה...(פאעזיע)

מה נשתנה הלילה הזה...(פאעזיע)

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3251

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 19, 2013 11:28 am

· #98415
מה נשתנה הלילה הזה...(פאעזיע)
געקומען צום סדר טיש
געגרייט אליין,
עבדות און חירות א געמיש
ווער קען דען דאס פארשטיין.

חמץ ארויסגעפירט, פארברענט
בלויז אור לי"ד נישט פארדעם,
נישט געוואשן אלע ווענט
אז נישט קיין פרוי, איז קיין פראבלעם.

פארקויפט דעם חמץ פארן גוי
דער רב פרעגט איבער קאסמעטיק,
געענטפערט קורץ גענוי
אז נישט קיין פרוי, איז נישט נייטיג.

ערב פסח אזוי לאנג
ער איז בכלל נישט פאריאגט,
עס טוט אים אזוי באנג
וועלט'ס צייט ער פארמאגט.

גרייט זיך צום קידוש צו
זאגט "קדש" און האפט,
איינער זאל אפענטפערן דערצו
ער האט זיך אבער געפאפט.

"ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול"
זיין יונגעלע אין די פרעמד, זאגט,
ביי אים איז אבער שא שטיל
אוי, ביים הארץ עס נאגט.

פאלט אונמאכט אויפ'ן היסב בעט
וויל יא שנעל איינשלאפן,
די הגדה-סייווי אבי גערעדט
הלואי, שוין דורכגעלאפן.

ער זיצט און טראכט אצינדער
כאפט אין "מה נשתנה" א פשט א נייע,
דאס לערנט מען נישט די קינדער
ער שרייט אויס-"טאטע געטרייע".

איך וויל דיך איין קושיא פרעגן
ענטפער מיר-זיי מוחל,
איך וויל פארשטיין די וועגן דיינע
עס זעצט זיך נישט אין מיין מח'ל.

"מה נשתנה" וואס איז פארענדערט
"הלילה הזה"-מיין סדר נאכט,
איך זיץ דא אזוי אפגעזונדערט
דאס עבדות, ממש א פראכט!

ואם אין לו בן, אשתו שואלת לו
אזוי פסק'נסטו אין דיין תורה
איך האב יא א זוהן, נישט קיין פרוי
ביי מיר איז דאך פארקערט לכאורה.

כתבת בתורתיך-לא תקח אם על בנים
איך בין געשלאגן בשנים,
אין קושן איך שטעק מיין פנים
באשעפער! למה לי חיים...

"שבכל הלילות" אנו אוכלין פארשידענע גרינצייגן
א גאנץ יאר פאריאגט, פארפלאגט, איך פארגעס,
היינט זעה איך די חורבן, עס איז מיין אייגן
"כולו מרור" אה, איך פרעס...

איך טונק מיין מצה אין זאלצוואסער
על מצות ומרורים אזוי פארדינט,
מיין פנים אינגאנצן באדעקט א נאסער
זאלציגע טרערן אין מצה, עס רינט!!!

השביענו במרורים, איך בין שוין זאט
גיב מיר אביסעל עמלינו-הבנים צוריק,
איינזאם אליין, שוין גענוג געהאט
איך בעט זיי אלס אפיקומן צוריק...

"והגדת לבנך"- מיין קינות
איך וויין ביי יעדן זאץ
א שבר כלי, איך בין עס
צו מיין צער, איז נישטא קיין שאץ.

דעם לאנגגן שיר השירים ליד
וועל איך דערציילן דיינע ליידן,
דו זוכסט דיין כלה, דעם איד
אבער דו קענסט דאס אלעס פארמיידן.

דו בענקסט דיך אזוי צו אונז
אבער דו קענסט דאך גלות אויף גאולה בייטן,
דו קענסט דאך יא באווייזן דעם קונץ
איך קען אבער נישט אויפבינדן מיינע קייטן.

באשעפער! ווער נאך ווי דו פארשטייסט
דעם "אוי לו לאב שהגלה את בניו"
לאמיר צוזאמען געפונען א טרייסט
בקרוב ממש איך האף...

משה געציל » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:13 pm

· #98530
אויסנאם הערליך און פאסיג!

זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:14 pm

· #98532
הארציג און מייסטעריש!

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:29 pm

· #98538
משה געציל
אויסנאם הערליך און פאסיג!


זר זהב
הארציג און מייסטעריש!


מורא'דיג, הארצרייסענד!
מיר אלע וועלכע האבן נישט דעם פראבלעם, לאמיר זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים פאר די וועלכע ליידן, אז זיי זאלן זוכה זיין צו זייער אייגענע פריוואטע גאולה, מאבל ליום טוב, בקרוב ממש.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:31 pm

· #98579
לעמאן, אויב ביסטו נישט אליין א גרוש, און איך האפ אז דו ביסט נישט, קאנגראטוליר איך דיר אויף די מורא'דיגע מאס מיטגעפיעל וואס דו האסט מיט איינער אין די מצב, זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס מצב, פילען יענעמ'ס געפיעלען, ס'ווייזט אז ביסט א פיינע מענטש מיט א ברייט הארץ, זיך אריינצולייגן אין יענעמ'ס עמו אנוכי בצרה, ווי אויך נישט קיין שוואכע כח הדמיון, נישט יעדער קען דאס באווייזן.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 7:40 pm

· #98651
געפילטע פיש
....קאנגראטוליר איך דיר אויף די מורא'דיגע מאס מיטגעפיעל וואס דו האסט מיט איינער אין די מצב, פילען יענעמ'ס געפילען


פילן, געפילן און מיטגעפיעל, צוזאמען מיט "געפילטע", איז איין גרויסע שטיק געפיהלעכץ.

זר זהב » דינסטאג מערץ 19, 2013 7:42 pm

· #98652
און יעצט קומט 8 טעג אן 'געפילטע'

😠

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 19, 2013 7:43 pm

· #98653
Wow

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:04 pm

· #98665
פארוואס זאגסטו אזוי? דו עסט נישט קיין פיש? איך עס קארפ פיש, און איך גלייך די קארפ געפילטע.
שוין, צוריק צום ענין.

יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:09 pm

· #98669
"שבכל הלילות" אנו אוכלין פארשידענע גרינצייגן
א גאנץ יאר פאריאגט, פארפלאגט, איך פארגעס,
היינט זעה איך די חורבן, עס איז מיין אייגן
"כולו מרור" אה, איך פרעס...

איך טונק מיין מצה אין זאלצוואסער
על מצות ומרורים אזוי פארדינט,
מיין פנים אינגאנצן באדעקט א נאסער
זאלציגע טרערן אין מצה, עס רינט!!!

השביענו במרורים, איך בין שוין זאט
גיב מיר אביסעל עמלינו-הבנים צוריק,
איינזאם אליין, שוין גענוג געהאט
איך בעט זיי אלס אפיקומן צוריק...

די פאראגראפן האבן געברענגט טרערן אין מיינע אויגן. זאלן אלע מיטגעמאכטע אויפגעראכטן ווערן אין דעם זמן חירותינו.
א מייסטערהאפטיגע ארבעט, לעמאן.

חשבון » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:35 pm

· #98687
גראדע נישט געכאפט אויפן מאמענט אז מ'רעדט פון א גרוש. יעצט איבערליינענדיג קומט טאקע צו וויינען

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 19, 2013 11:28 pm

· #98752
זר זהב
און יעצט קומט 8 טעג אן 'געפילטע'

😠

קענסט עסן געפילטע פאלשע פיש אנשטאט.

איציק » פרייטאג מאי 10, 2013 9:29 am

· #113775
א וואונדערבאר שטיקל פאעזיע וואו סיי דער משל און דער נמשל זענען וואר!
הערליך, ציענד, שטורמיש און הארצ-רייסענד...
דאס מוז געפּאָבליש'ט ווערן!