☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פאלעסטינע פראפעסאר: משה איז געווען א מוסלומענער

פאלעסטינע פראפעסאר: משה איז געווען א מוסלומענער

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #325

קול גדול » דינסטאג אפריל 3, 2012 8:03 pm

· #3935
פאלעסטינע פראפעסאר: משה איז געווען א מוסלומענער
לויט די פראפעסאר איז משה געווען א מוסלומענער וואס האט ארויסגענומען די מוסלומענער פון מצרים:
www.youtube.com/watch?v=tqjwLKdg9ro

palwatch.org/main.aspx?fi=157&doc_id=6716

ידען » דינסטאג אפריל 3, 2012 8:22 pm

· #3940
Re: פאלעסטינע פראפעסאר: משה איז געווען א מוסלומענער
ווי מ׳קען פארדרייין היסטאריע...

יידל » דינסטאג אפריל 3, 2012 10:54 pm

· #3962
Re: פאלעסטינע פראפעסאר: משה איז געווען א מוסלומענער
בדרך אגב, ס'ברייט באקאנט אז מוכאמאד איז געווען אן אנאלפאבעט, אין די תנ"ך האט אים א איד אויסגעלערנט. דערפאר טרעפט מען אין קוראן אזעלכע מאדנע באגעגענישן צווישן המן, יתרו און פרעה וכדומה. ס'געפעלט מיר וואס דער "וויסנשאפטלער" זאגט (אין קול גדול'ס לינק) אז "דוד פון תנ"ך איז נישט דער דוד פון קוראן, שלמה פון תנ"ך איז נישט שלמה פון קוראן, יהושע בן נון פון תנ"ך איז נישט יהושע בן נון פון קוראן וכו'". ווי זאגט די וועלט? אז ס'קרייט ווי א הינדל און ס'פליט ווי א הינדל איז עס א הינדל...

שרגא » מיטוואך אפריל 4, 2012 2:24 am

· #3981
Re: פאלעסטינע פראפעסאר: משה איז געווען א מוסלומענער
יידל

און די ליסטע גייט ווייטער, ווי למשל אז די מעשה פון די עקידה איז געווען מיט ישמעאל, אנשטאט יצחק, און נאך (ס'דא א גאנץ בוך פון גייגער'ן איבער ווי דער קאראן האט גענומען גרויסע טיילן פון תורה). כגעדענק עפעס אויך אז ער האט געהאט א פרוי א איד וואס האט אים שפעטער פארראטן און ועוגן דעם האט ער אויך געהאט א ספעציעלע שנאה צו אידן.
ענליכע משוגעת'ן הערט מען כסדר אויך פון אנדערע פלעצער, ווי די וואס זאגן אז היינטיגע אידן שטאמען פון אן אנדער פאלק (דא אפי' עטליכע גרסאות) אדער די שווארצע וואס קלעימען אז אדם איז געווען א שווארצער (ס'דאך געווען עפר מן האדמה, נו, וועלכע קאליר אויב נישט ברוין...) יעדער וויל בעיקר פרובירן צו קענען מאכן העדליינס כאטש פאר איין טאג.

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 4, 2012 11:39 am

· #4010
Re: פאלעסטינע פראפעסאר: משה איז געווען א מוסלומענער
וואס האלט סיני מאליבצקי איבער דעם?