☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » א שידוך היינט נאכט

א שידוך היינט נאכט

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3246

אביגדור » מאנטאג מערץ 18, 2013 4:54 pm

· #98229
א שידוך היינט נאכט
היינט, מודעה ביים לינק.

אביגדור » מאנטאג מערץ 18, 2013 5:00 pm

· #98234
כ'ווייס נישט.

פלוין פון ממרא » מאנטאג מערץ 18, 2013 5:00 pm

· #98235
די אשכול באלאנגט אין צומיס

אביגדור » מאנטאג מערץ 18, 2013 5:10 pm

· #98239
[ציטאט אראפגענומען]


אונז.

בעל הבית » מאנטאג מערץ 18, 2013 5:17 pm

· #98246
ער קען זיך נאר משדך זיין מיט די בנש"קְָֹלך וואס זאגן שטיגן נישט סטעפס (STEPS) אדער חול מועד א גיט יום טוב אע"כ מיז ער בלייבן ביי משפחה אדער אזוי ווייט ווי די צעשינוב פאמיליע

בעל הבית » מאנטאג מערץ 18, 2013 5:28 pm

· #98249
גראדע די מחותן הרב ר בן ציון בלום האט א איידעם הרב מייזליש א ליעזשע אייניקעל . א גרוסע חסיד פין האדמו"ר מבאבוב 45 הרב אונגער

וואלפה » מאנטאג מערץ 18, 2013 5:41 pm

· #98251
א באבוב'ער איז אמאל אריינגעקומען צי וויזניצע רבי, פרעגט איהם וויזניצע רבי: "ווי געהערסטו" ?
באבובער: " באבוב"
וויזניצע רבי :"וועלכע באבוב"
באבוער (- מחוצף, בעסער געזאגט שמאל קעפיג): " עס איז נאר דא איין"
וויזניצע רבי: " להוי ידוע בעלמא עס איז דא נאך איינס...."

משה געציל » מאנטאג מערץ 18, 2013 6:01 pm

· #98254
וואו! עס שאקלן מיר די אבירים פון גרויס שמחה! ב"ה נאך אפאר טאללער עווענטואל פאר הרב ראז"ב און הרב באב"ד אין קעשענע!

ר' שמחה » מאנטאג מערץ 18, 2013 6:29 pm

· #98267
ווי אזוי איז ר' בעריש פרידמאן א נאנטע משפחה קרוב ?

איחוד פעלד » מאנטאג מערץ 18, 2013 8:20 pm

· #98284
וואלפא
אמאהל איז געוועהן א וויזשניצער חסיד וואס איז אריין צו באבאווער רבי. פרעגט אים באבאווער רבי ווי געהערסטו?

וויזניצער, וויזניץ.
באבאווער רבי, וועלכע וויזניץ?
וויזניצער (מחוצף - בעסער געזאגט שמאל קעפיג) עס איז נאר דא איינס.
באבאווער רבי, להוי ידוע בעלמא אז עס איז דא נאך פינף....

גאלד » מאנטאג מערץ 18, 2013 8:56 pm

· #98294
אמאהל איז געוועהן א סאטמארער חסיד וואס איז אריין צו פאפער רבי. פרעגט אים פאפער רבי ווי געהערסטו?

סאטמארער, סאטמאר.
פאפער רבי, וועלכע סאטמאר ס'דאך דא 3?
סאטמארער (מחוצף - בעסער געזאגט שמאל קעפיג) 3? ווער איז דער דריטער?
פאפער רבי, איך ווייס אויך נישט כאנאר געוואלט זיכער מאכן אז ס'דא 2....

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 18, 2013 9:20 pm

· #98297
די שמחת התנאים וועט פארקומען מאנטאג אווענט אין בית המדרש הגדול, בשעה 8:15 פונקטלעך, ווי עס וועט זיין א געלעגנהייט פאר'ן עולם אדורכצוגיין קמא מלכא און אנוואונטשען א ברכת מזל טוב.


לויט באריכטען איז יעצט בשעה 9:15 דער גאנצער עולם שוין אריבער קמא מלכא, און די אשכול איז שוין נוצלאז, און צייט צו פארשפארן.
אוי, שיעור נישט פארגעסן, מזל טוב פאר דיין גרויסע שמחה. - פראביר אונז צו מהנה זיין מיט בעסערע סחורה...

איחוד פעלד » מאנטאג מערץ 18, 2013 10:58 pm

· #98310
איך הער פין מיין באבאווער שוואגער, אז בעצם דער ר' שלמה'לע האט קיינמאל נישט געלאזט קיין ערשטע קאזינען חתונה האבען, ווייל ער האט געהאט קינדער פין זיין ערשטע שידוך מיט זיינס א קאזין וואס זענען נישט געוועהן אזוי הונדרעט פראצענטיג. ער זאגט מיר אז אין באבוב איז נישט געוועהן קיין ערשטע קאזין חתונה געהאט כל זמן ר' שלמה'לע האט געלעבט.

איחוד פעלד » מאנטאג מערץ 18, 2013 11:00 pm

· #98311
גאלד
אמאהל איז געוועהן א סאטמארער חסיד וואס איז אריין צו פאפער רבי. פרעגט אים פאפער רבי ווי געהערסטו?

סאטמארער, סאטמאר.
פאפער רבי, וועלכע סאטמאר ס'דאך דא 3?
סאטמארער (מחוצף - בעסער געזאגט שמאל קעפיג) 3? ווער איז דער דריטער?
פאפער רבי, איך ווייס אויך נישט כאנאר געוואלט זיכער מאכן אז ס'דא 2....



אבער פין פאפא איז באמת דא דריי..............

גאלד » מאנטאג מערץ 18, 2013 11:37 pm

· #98321
ס'דא גראדע א פאפא ווערסיע אויך אויב מ'מעג זאגן

אמאהל איז געוועהן א פאפער חסיד וואס איז אריין צו סאטמארער רבי. פרעגט אים סאטמארער רבי ווי געהערסטו?

פאפער חסיד, פאפא.
סאטמארער רבי, וועלכע פאפע ס'דאך דא 70?
פאפער (מחוצף - בעסער געזאגט שמאל קעפיג) נאר 70? ווי איז יושר אז מיין רבי ר' יעקב חזקי' קומט נישט דער טיטול פאפא?
סאטמאר רבי, סיז אקעי, כאנאר געוואלט זיכער מאכן צו די ביסט א ריכטיגער פאפענער....

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:06 am

· #98333
קאווע טרינקער
לויט באריכטען איז יעצט בשעה 9:15 דער גאנצער עולם שוין אריבער קמא מלכא, און די אשכול איז שוין נוצלאז, און צייט צו פארשפארן.

וואס רעדסטו? ווארט צו ביז קומענדיגע וואך ווען די צייטונגען וועלן באשרייבן די שמחה אז דער גאנצער עולם איז נאך אונטערן רושם פון די שמחה און עס איז דער געשפרעך אין שטאט... כדרכם מאז ומקדם.

איחוד פעלד » דינסטאג מערץ 19, 2013 8:35 am

· #98376
צייט דער אשכול זאל אריין אין צימעס.

ענדע צדיק » דינסטאג מערץ 19, 2013 9:46 am

· #98386
יארמע רב פארציילט, אליהו הנביא איז געקומען זעהן אויב ס'איז שוין צייט פאר ביאת המשיח,
טרעפט א חסיד: שלום עליכם, ווי געהערט איר?
חסיד: קיין סאטמאר,
אליהו: וועלכע סאטמאר?
חסיד: ס'איז נאר דא איינס,
אליהו: אה הא, סאטמאר האט שלום געמאכט? וואוו! משיח קען דאך שוין קומען!

גייט ווייטער, טרעפט נאך א חסיד: ווי געהערט איר?
חסיד: באבוב,
אליהו: וועלכע באבוב?
חסיד: וואס הייסט... ס'איז נאר דא איינס,
אליהו: וואס?? באבוב האט אויך שלום געמאכט?? משיח'ס צייטן!

אליהו: שלום עליכם, ווי געהערט איר?
חסיד: ראחמעסטריבקא,
אליהו: וועלכע?
חסיד: פון ארץ ישראל,
אליהו: אוי וויי, אין ראחמעסטריבקא שלאגט מען זיך נאך...

משולם שטיינפעלד » דינסטאג מערץ 19, 2013 9:57 am

· #98390
ר' בעריש מייזליש, נישט קרוב.
ר' ברוך אברהם הלברשטאם, קרוב
ר' לייביש הורוויץ, קרוב
הרב ליפשיץ, נישט קרוב
ר' ברוך אברהם הורוויץ, קרוב
ר' אברהם ברוך הורוויץ, קרוב
ר' בעריש פריעדמאן, נישט קרוב
ר' בן ציון בלום, קרוב

עס גייט מיט א סדר, קודם א פרעמדע, דערנאך צוויי קרובים, א פרעמדע, צוויי קרובים.... ביז יעצט שטימט נאך דער חשבון

משולם שטיינפעלד » דינסטאג מערץ 19, 2013 10:10 am

· #98395
ער איז זיך בכלל נישט מתייחס צו אים אלס צווייטע קאזין, חוץ מזה וואס ער האט מיט באבוב קיין שייכות איז ער א ווייטע קרוב, אלע אנדערע זענען זיינע ערשטע קאזינס לכל הפחות. אין באבובע שפראך, ר ' בעריש מייזליש איז נישט קיין "היימישע".....

sunbar » דינסטאג מערץ 19, 2013 10:48 am

· #98407
מען רעדט לגבי נעמען היימישע 'חתנים '...

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 19, 2013 11:54 am

· #98421
....
📎 image.jpg

בעל הבית » דינסטאג מערץ 19, 2013 12:25 pm

· #98429
מענין לענין אמאל איז מהר"ש מבאבוב געווען א באזוך ביי הרה"ק בעל ברך משה {איך מיין עס איז געווען אין פלארידא} אין ווי באקאנט האט רׂ שלמה פארציילט מעשות. האט ער נישט אויפגהערט צו פארציילען מעשות פין זייער זיידע הרה"ק ר ֹשלום אליעזרׁל . נאכן ארוס גיין רופט זיך הרה"ק בעל ברך משה אן צו רׁ אביגדור יאקעבאוויטש ע"ה אינטרעסנט אינז האבן געהאט די זעלבע זיידע אין ער האט אזוי פיל מעשות צו דערציילען

אויס מענטש » דינסטאג מערץ 19, 2013 12:31 pm

· #98431
איך וויל אפי' נישט צוטירין דיינע ווערטער נישט צו זיין ככלב שב על קיאו
אבער איך מוז ארויס ברענגען מיין ווייטאג און ווער ספארשטייט פארשטייט,
א חרפה און א בושה!
שוין געווען איין רבי וואס האט עכט געדאגה'ט פאר זיינע חסידים.
שוין געווען איין רבי וואס איז געווען א זעלטענע בעל מדות מיט אן אמתע אהבה צו יעדן איינציגן חסיד נישט צום עושר.
שוין געווען איין רבי וואס איז געווען פשוט א נארמאלע מענטש און נישט געדארפט אנקומען ידען צווייטן טאג צו זיינע חסידים'ס פארענטפערונגען.
שוין געווען איין חסיד וואס האט באמת שיין געמאכט דעם נאמען רבי אנשטאט עס פארעקלן.
קומט מען און מען שרייבט אויף אים אז זיינע מעשיות איז געווען א פראבלעם,
אה! יעצט איז דיין פאני הייליגע רבי, וואס קען נישט ארבעטן אויף זיינע מדות גרעסער!
א חרפה און א בושה!

אביגדור » דינסטאג מערץ 19, 2013 12:33 pm

· #98432
נאכ'ן הערן די דברי ברכה.

בעל הבית » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:42 pm

· #98459
פין מיר אטיקירן מיט כל מיני לשנות של בזוי מיינט נאכנישט אז די מעשה איז נישט אמת. אין מיט דיין נידריגע לשנות של גאווה דגעליציע, מיינט נאכנשט אז די ביסט נושא חן דא אין שטיביל, אין מיט דעם וואס מיין גאשמאק איז נישט די זעלבע ווי דיינע איז נאכנישט עק וועלט

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:44 pm

· #98461
באמת באלאנג איך נישט אין דעם אשכול, נאר לויט איהם אין צימעס.
אבער בעל הבית. זאלסט מיר מוחל זיין אבער דיינע איידיעס ווייס איך נישט ווי דו פיקסט אויף. דער פריערדיגער רב ז״ל איז געווען פון די שענסטע און מערסט באגלייבטע בעל מספרים אינעם לעצטן דור. אלעמאל מיט א מקור און א פונקטליכקייט, און ווען ער האט נישט געדענקט א פרט האט ער אויס געשמועסט אז דאס איז ער נישט זיכער אזוי צו אזוי, סא וואס דו מיטן ביירעך
טראכטן אויף אינטערסירט דעם עולם קנאפ

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:50 pm

· #98466
אז מ'רעדט שוין (אינטערסאנט דער אשכול איז נישט אין צימעס), אפשר בעהטסטו דיך איין ביי די חצר-הקודש בעלי-בתים צו איינמאל פאר אלעמאל טוישן די "פרעים" (מסגרת) וואס ביי'חנ'ט אלע אלע אלע אלע אלע מודעות און שער-בלעטער פון באבוב.
איך ווייס אז ר' בן ציון דער ערשטער האט געמאהלן א 1/8'טעל דעפון, מעין זה. - אבער אן עבודה זרה איז נישט שיין צו מאכן דערפון.
ענק באבוב'ע האבן גראדע א גוטע טעיסט און גראפיק'ס, און דער צייט וואס יעדע סאטמארע לאגא וואקסט צו נאך פענער און בענער'ס, ביימער און טייכען וכו', זענען ענק באבוב'ע מער Neat ווי מ'זאגט.

בנוגע טוהן שידוכים מיט משפחה, און מאנכע פרעגן בנוגע ליפשיץ וכו'. - אז מ'פארשטייט דער יסוד הטעם, שטימט אלעס. דער ענין איז אז קיין "פרעמדער" - זר לא יתערב בשמחתינו. א פרעמדער אין באבוב איז אזוי ווי א תימנ'ער אין בעלזא. ע"כ איז דער קפידא בעיקר אז ביי די שמחות זאל נישט זיין קיין פרעמדע מענטשען, ע"כ איז דאך שוין נישט קיין חילוק צו ס'איז א הלברשטם אדער א ליפשיץ, דער עיקר איז אז ס'איז "היימיש". והיינו טעמא פאר חתונה מאכן אין זאלן נישט אין געגענט.

Lexus » דינסטאג מערץ 19, 2013 2:08 pm

· #98484
Mazel tov!
5. Ruv looks in sefer.jpg

בעל הבית » דינסטאג מערץ 19, 2013 3:31 pm

· #98512
אויס מענטש
איך וויל אפי' נישט צוטירין דיינע ווערטער נישט צו זיין ככלב שב על קיאו
אבער איך מוז ארויס ברענגען מיין ווייטאג און ווער ספארשטייט פארשטייט,
א חרפה און א בושה!


מען קען ענק נישט דן זיין עטס זעטס לכאורה געבורען ל,מ, נ, יארן, שאל אביך וזקנך ...... ווען ווען וועלט איז געווען וועלט האט מען אנדרזש געקוקט אויף עם, וד"ל ואכמ"ל

אביגדור » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:12 pm

· #98528
פשיהא.

בדחן » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:39 pm

· #98543
בעל הבית
אויס מענטש
איך וויל אפי' נישט צוטירין דיינע ווערטער נישט צו זיין ככלב שב על קיאו
אבער איך מוז ארויס ברענגען מיין ווייטאג און ווער ספארשטייט פארשטייט,
א חרפה און א בושה!


מען קען ענק נישט דן זיין עטס זעטס לכאורה געבורען ל,מ, נ, יארן, שאל אביך וזקנך ...... ווען ווען וועלט איז געווען וועלט האט מען אנדרזש געקוקט אויף עם, וד"ל ואכמ"


עס איז נישט וד״ל און ואכמ״ל און נישט גארנישט, בלויז וויסטע העצע קעגן א גדול וואס טייל ווייסען נישט ווי שטארק צו שעצען.

אויס מענטש » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:53 pm

· #98554
בעל הבית


מען קען ענק נישט דן זיין עטס זעטס לכאורה געבורען ל,מ, נ, יארן, שאל אביך וזקנך ...... ווען ווען וועלט איז געווען וועלט האט מען אנדרזש געקוקט אויף עם, וד"ל ואכמ"ל

דיין שפראך זעהט טאקע אויס ווי א י' אדער כ' יארן... און מיט איינעם וואס איז שוין אריבער דעם בן ארבעים לבינה, און שרייבט אזעלכע תגובות, האב איך טאקע נישט קיין שפראך
ן

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:34 pm

· #98626
[ציטאט אראפגענומען]

עוד מימי מהר''ש נהגו כן. בכל אופן קושיתך במקומו עומדת.

איינגעמיירעט » מיטוואך מערץ 20, 2013 2:11 am

· #98781
מזל טוב איך פריי זיך מיט מיט דיין שמחה,די אויבערשטער זאל העלפען סזאל כסדר זיין שמחות ביי דיין רעבין,און סזאל טאקע זיין להגדיל החסידות ולהאדירה,די אויבערשטער זאל שטיין צו די רעכטע היינט פון די אלע עסקנים און פון די וועד החתונה וואס וועלען העלפען אראנדזשירען די מעכטיגע חתונה בשעטו״מ,
און די כבוד פונעם רעבין און פון די מקורבים און פון די חסידות און פון אלע אפהענגערס פון די חסידות זאל זיך גרעסערען און גרעסערען, דיין אידאנטיטעט זאל ווערען מער חשובער מיט דעם וואס דיין חלק שבך הנקרא באבעווער חסיד וועט ווערען מער מכובד

לעמיל » מיטוואך מערץ 20, 2013 5:19 pm

· #98935