☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הרה"ח ר' אייזיק שניצלער ע"ה

הרה"ח ר' אייזיק שניצלער ע"ה

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3242
בלאט: 1 2

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 18, 2013 6:24 am

· #98059
הרה"ח ר' אייזיק שניצלער ע"ה
עס איז אוועק די נאכט הרה"ח ר' אייזיק שניצלער פון מאנסי נאך א הארץ אטאקע אין עלטער פון 55!

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 18, 2013 6:27 am

· #98060
די מודעה פון ויזניץ חברה קדישא
📎 image.jpg

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 18, 2013 6:30 am

· #98061
ער איז דער רעכטער
📎 image.jpg

לבי במזרח » מאנטאג מערץ 18, 2013 6:55 am

· #98063
Heart wrenching! How is this happening? Such a sweet good hearted yidel. I got to know him by davening numerous times at the later shachris minyonim in viznitz, Monsey. He was a person molei toichen, always with a smile and a good word or joke for any other yid. Especially for those weaklings those in need. I remeber many times how he stuck up for pepole who were "diferent" when they would daven before the omed in vizinitz and were treated not so nicely by some just for being "diferent".

Did he have any heart problems? I mean, he was a little heavy but he looked fine to me. I did see him several times on Friday an hour or two before the zman, already with his big volene talis koton at 7/11 buying a huge cup of coke (looked like a litter) and I was thinking once that this is bad for a person of his weight but I did not know of any heart issues. Did any one here know him personally?

Not often do I feel the pain, like I do now, for a person I really did not know on a very personal level but just obsereved his goodness from aclose.

Boruch Dayan Haemes

gehlungen » מאנטאג מערץ 18, 2013 7:48 am

· #98065
לאליפאפ
ער איז דער רעכטער

MEECHOOEL'S BROTHER !!!!!!bd"e !

נייגעריגער » מאנטאג מערץ 18, 2013 8:19 am

· #98067
בילדער...
📎 IMG-20130318-WA0007.jpg
📎 IMG-20130318-WA0003.jpg

נייגעריגער » מאנטאג מערץ 18, 2013 8:24 am

· #98069
שרעקליך!!!!!!

א הארצרייסענדע בשורה!
הערשט נעכטן האב'ך אים געזעהן פרייליך מאכן דערוילעם אין וויזניץ.

וואלפה » מאנטאג מערץ 18, 2013 8:42 am

· #98070
הצלה האט געעארבעט אויף איהם 45 מנוט און איהם צוריק געברענגט, אבער ליידער האט ער שפעטער צוריק געגעבן זיין לעכטיגע נשמה אין עלטער פון 59 יאר

איחוד פעלד » מאנטאג מערץ 18, 2013 8:55 am

· #98072
איז ער א ברודער פין מיכאל שניצלער?

ער זעהט אויס ענדליך.

איינער קאמענטירט דא וועגען זיין וואג, אפשר וואלט געוועהן אן עצה אז ווען איינער גייט פין די וועלט זאל מען שרייבען זיין וואג און הויך?

עס איז נישט שיין צו שרייבען וועגען איינער וואס גייט פין די וועלט אז ער איז געוועהן איבער וואג.

שפעטער מעג מען שוין, ווי רש"י זאגט שלא תמות כדרך שמת פלוני.

נייגעריגער » מאנטאג מערץ 18, 2013 9:01 am

· #98073
יא! ענק איז א ברודער!

אבי גערעדט » מאנטאג מערץ 18, 2013 9:07 am

· #98074
אוי געוואלד, די צווייטער ברידער דעם ווינטער, ביידע פון הארץ אטאקעס. שרעקעדיג

שרייבער » מאנטאג מערץ 18, 2013 9:14 am

· #98076
אוי בד"ה

ער פלעגט גיין נאך געלט פאר KW?

קינות גירושין » מאנטאג מערץ 18, 2013 9:19 am

· #98078
א צדיק פון א איד אייביג ליב געהאט צו מאכען פריילעך א צווייטען

נפתלי » מאנטאג מערץ 18, 2013 10:04 am

· #98092
שרייבער
אוי בד"ה

ער פלעגט גיין נאך געלט פאר KW?

זיין ברודער

היימישער ליטוואק » מאנטאג מערץ 18, 2013 10:08 am

· #98094
smoked?

נפתלי » מאנטאג מערץ 18, 2013 10:14 am

· #98095
היימישער ליטוואק
smoked?

למאי נפק"מ? זיך צו קענען בארואיגן אז דאס איז דער גורם און צו דיר וועט דאס נישט געשען?

אוהב דעת » מאנטאג מערץ 18, 2013 10:47 am

· #98103
no he didnt smoke
his brother avruum vulf from willi ,colects for KW

היימישער ליטוואק » מאנטאג מערץ 18, 2013 11:37 am

· #98123
sorry

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:39 pm

· #98148
כאב אים אויך געקענט פון דער נאנט... שרעקליכע נייעס!..
אזא פרייליכער אויפגעהייטערטער איד, איך ווייס אפילו נישט ווי אזוי ער האט אויסגעקוקט אן א שמייכל!
אהה, נהפך לאבל מחולינו, ערב די פרייליכע פסח טעג זעצט מען זיך שבעה!
מי יתן לנו תמורתו! יהא זכרו ברוך....

שעפטל » מאנטאג מערץ 18, 2013 1:16 pm

· #98160
ר' אייזיק איז צאמגעפאלן פארנט פון זיין הויז אהיימקומענדיג פון א בר מצוה ווי ער האט נאך זוכה געווען ארויפצוברענגן א שמייכל אויף אלע באטייליגטע דארט.

בד"ה! יהא זכרו ברוך!

וואלפה » מאנטאג מערץ 18, 2013 1:53 pm

· #98171
די לעצטע בילדער ווי ר' אייזיק איז משמח נעכטן נאכט
📎 IMG-20130318-WA0066-187304847.jpg

וואלפה » מאנטאג מערץ 18, 2013 1:55 pm

· #98172
.
📎 IMG-20130318-WA0065-1119943412.jpg

וואלפה » מאנטאג מערץ 18, 2013 1:57 pm

· #98174
הלוואי וואלט ער נאר זיך געמאכט אלט...
📎 IMG-20130318-WA0064-183120993.jpg

שעפטל » מאנטאג מערץ 18, 2013 2:05 pm

· #98177
איך וויין

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 18, 2013 2:06 pm

· #98179
היימישער ליטוואק
sorry


מודים דרבנן היינו שבחייהו.

משה געציל » מאנטאג מערץ 18, 2013 2:34 pm

· #98185
אוי גאט אין הימעל! פונקט ר' אייזיק'ן האסטו געגליסט?! א איד געלעבט נאר פאר א צווייטען, אייביג א גוט ווארט געהאט פאר יעדען צובראכענעם נפש! וויפיל געלטער דער איד האט צוזאם געשטעלט פאר אנדערע!
זעה אז דער חד גדיא געזאנג בפרט דעם לעצטען בית זאל שוין געזינגען ווערן ווי א געזאנג פונעם עבר!

לעמאן דזשוס » מאנטאג מערץ 18, 2013 2:50 pm

· #98188
ברוך דיין האמת!

דער מלאך המות טאנצט אויף די געהירן, גארנישט קיין וויץ.

ויהי רצון שיבולע המות לנצח, ומחה השם אלקים דמעה מעל כל פנים, ונאמר אמן.

מורינו הרב » מאנטאג מערץ 18, 2013 2:56 pm

· #98190
עס ווערט געברענגט אז ווען עס ווערט פרייליך אין הימל, איז א זמן פון המתקת הדינים. קוקט אויס אז אין הימל האט מען ארויפגערופן א בדחן, איינער וואס זאל משמח זיין, און פון דארט וועט שוין נמתק ווערן אלע גזירות.

לעמאן דזשוס » מאנטאג מערץ 18, 2013 2:59 pm

· #98191
מורינו הרב
עס ווערט געברענגט אז ווען עס ווערט פרייליך אין הימל, איז א זמן פון המתקת הדינים. קוקט אויס אז אין הימל האט מען ארויפגערופן א בדחן, איינער וואס זאל משמח זיין, און פון דארט וועט שוין נמתק ווערן אלע גזירות.


אמן.

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 18, 2013 3:07 pm

· #98193
יאמטי איז אויך א ברודער?

לעמאן דזשוס » מאנטאג מערץ 18, 2013 3:09 pm

· #98197
יא.

און ברוך יודא זז"ג וואס גייט ארום משמח זיין יודן יעדן אינדערפרי אין וויליאמסבורגע שולן, און שלעפט מיט א בייטל פאר ר' מאיר בעל הנס, איז אויך א ברודער.

גאלד » מאנטאג מערץ 18, 2013 3:26 pm

· #98202
יא, יומטי איז די בעיבי ברודער

וואלפה » מאנטאג מערץ 18, 2013 3:59 pm

· #98207
וויפעל יודישע נשמות האט ער לעכטיג געמאכט
פארשטעלטערהייט [size=15
0][/size]
📎 IMG-20130318-WA0069-795090664.jpg

וואלפה » מאנטאג מערץ 18, 2013 4:19 pm

· #98215
אבי גערעדט
אוי געוואלד, די צווייטער ברידער דעם ווינטער, ביידע פון הארץ אטאקעס. שרעקעדיג

איינע פון די שניצלערס ברידערס זאגן היינט, אז עס איז דא א ריקאל אויף זיי...

יואב » מאנטאג מערץ 18, 2013 4:34 pm

· #98221
איך קען נאך אלץ נישט מחליט זיין צו ס'עכט,

דער הילכיג געלעכטער אויסברוך ביים צוטיילן געדולדיג אויפמערקזאמקייט,
פאר יעדן נעבעך וואס האט זיך אנגעקלעבט אויף אים,
איז פשוט אפגעווישט געווארן פון איין מינוט אויפן צווייטן?

איך האלט און איין טראכטן,
ס'דעי אייזיק?
דער בחנ'טער לב טב?

?Officially gone,

דער unique אויפגעלייגטער געלט אויפטרייבער פאר יעדן רחמנות,
איז ספאנטאן פארוואנדעלט געווארן אין א בשר שנתעלם מן העין?

אוי! ס'לאזט זיך נישט גלויבן,

האלאנד » מאנטאג מערץ 18, 2013 9:08 pm

· #98295
סאיז דא א אינטערוויא אויף קול מבשר מיט משמח אלקים ואנשים רבי יענקב מיללער ער איז געווען בידידות מיט ר' אזיק

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 18, 2013 9:33 pm

· #98300
ער איז א שוואגער, יארמע רב איז א איידעם ביי שניצלער.

יאיר » מאנטאג מערץ 18, 2013 9:36 pm

· #98301
ברוך דיין האמת. אזא טראגעדיע בזמן חירותינו. איינער ווייסט עפעס מער פרטים, איז ער געווען קראנק אדער שוואך פון פריער?

פיינע קאווע » מאנטאג מערץ 18, 2013 9:58 pm

· #98304
יארמע רעבעצין איז א שוועסטער צווישען הר"ר משה און הר"ר אייזיק ע"ה. זאגט יארמע רב מען האט געסקיפט זיין ווייב.

נייגעריגער » מאנטאג מערץ 18, 2013 10:35 pm

· #98306
יאיר
ברוך דיין האמת. אזא טראגעדיע בזמן חירותינו. איינער ווייסט עפעס מער פרטים, איז ער געווען קראנק אדער שוואך פון פריער?

ניין! געזונט און פריש!
ער איז געווען אויפן וועג אהיים פון א בר מצוה וואו ער האט נאך כדרכו אויפגעלעבט דער עולם, און ארויסקומענדיג פון זיין קאר האט ער פלוצלים געכאפט א מאסיווע הארץ אטאק, און די הצלה האט אים נאך באוויזן צוריקצוברענגן אבער נאך א שטיק צייט איז געקומען נאך אן אטאק און ער איז ליידער אוועקגענומען געווארן!

אבי גערעדט » מאנטאג מערץ 18, 2013 11:07 pm

· #98313
אינטערעסאנט אז טראץ די געפערליכע טראגעדיע דרייט זיך דער עולם ארום מיט ווערטלעך איבער די משפחה, (נישט קיין שיינע זאך אגב), אבער עס איז זיכער אז דער נפטר האט הנאה אז דער ציבור שמייכלט, ווייל דאס איז דאך געווען זיין שאיפת החיים.

אגב, הערנדיג די הערכות אויף קול מבשר, לערן איך ארויס אז ער איז נישט געווען א בלויזער בדחן אין פריילאך מאכער, נאר מ'רעדט דא פון א ערנסטן עסקן ועוסק בצרכי ציבור, אין איבער אלעם א ערנסטער תלמוד חכם.

דאס איז א געוואלדיגע סתירה צו די קנייטשיגע שבח אידן וואס מיינען אז נאר ב'זויערקייט קען מען א איד זיין.

וואלפה » דינסטאג מערץ 19, 2013 12:17 am

· #98326
די ערשטע און די לעצטע מאל וואס ר' אייזיק איז נעבען מענטשן אן א שמייכעל...
📎 IMG-20130318-WA0105-1395978062.jpg

טעפל » דינסטאג מערץ 19, 2013 4:09 am

· #98361
איינער האט אפשר א קליפ פון איהם?
יהא זכרו ברוך.

נייגעריגער » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:45 am

· #98366
כ'האב ארויפגעלייגט אויף דראפבאקס צוויי קליפס פון אים און דא האסטו די לינקס עס אראפצונעמען!!

דער ערשטער קליפ איז ווי ער מאכט פרייליך [צוזאמען מיט להבחלט"א ר' בנימין בוקסבוים הי"ו] ביי א חתונה אין "עטרת חי' שרה" אין מאנסי.

און דער צווייטער איז נישט צולאנג צוריק [ליידער...] ביים שבעה פון זיין עלטסטע ברודר ר' שלום ע"ה.

טעפל » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:52 am

· #98368
שנעל געמאכט נייגעריגער שכוח.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 20, 2013 8:48 am

· #98805
א בילד וואס האט זיך ארומגעדרייט דא, ווי די 2 שוואגערס זענען זיך משמח.
יארמער רב בענטשט להבחל"ח רבי אייזיק ע"ה.
📎 Miller & Tchaba.jpg

נייגעריגער » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:10 am

· #98808
דא האט'ס עטץ א הערליכער מעסעדזש פון חיזוק, וואס האט זיך ארומגעדרייט, ווי ר' אייזיק ע"ה רעדט צו א מענטש וואס האט געבוירן א קינד מיט ספעציעלע געברויכן!!!
צו דאונלאודן דריקטס דעם לינק.

קרעקער » מיטוואך מערץ 20, 2013 9:48 am

· #98815
די צווייטע קליפ
אוי איז דעס א משפחתה

טעפל » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:33 am

· #98850
קרעקער
די צווייטע קליפ
אוי איז דעס א משפחתה

דער וואס שטייט איז ר' אייזיק?

נייגעריגער » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:36 am

· #98852
כ'מיין אז נישט!
בלאט: 1 2