וואס וועט זיין צו ליינען דעם יו"ט פסח?
85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3236
וואס וועט זיין צו ליינען דעם יו"ט פסח?
אין די ארץ ישראל'דיגע מידיא גרייט מען זיך שוין וואכן און חדשים אויף די "עיתוני החג", ווען יעדער צייטונג עקסטער געט ארויס א ש"ס השלם ממש צו ליינען אויף יו"ט. ביי די אמעריקאנע ווידעראום פאלט אויך אמאל אמאל אריין עפעס גוטס צו ליינען, אבער בעיקר איז דאס דיק מיט עדווערטייזמענטס...
די ישראל'דיגע צייטונגן הייבן צוביסלעך אן ארויסגעבן דעם חומר וואס איז אונז ערווארטעט אויף יו"ט.
משפחה:
א פרופייל אויפן בויאנער רבי'ן און די חסידות זיינער.
בקהילה:
ווי די לעצטע פאר ימים טובים, א באזונדערע ביילאגע פון דעם גרעסטן חרדי'שן אנאנים יעקב ריבלין מיט אינטערעסאנטע פאליטישע ארטיקלען.
שעה טובה:
באשרייבונגן אויף ביידע וויזניצער רביים
קען איינער ברענגן פרטים פון די אמעריקאנער צייטונגן? איד, בלאט, די וואך, א בליק, שטערן, מצליח?
קיינער האט נישט דא קיין רוח הקודש, אבער אויב זענען די לעצטערע יארן א אנווייז, פארמאגן רובא דרובא אויסגאבעס א פעטן "פסח ביילאגע", וואו עס קומט נישט אריין קיין חזיר'יי, בלויז עניני יו"ט.
אלע באריכטן פון די איזראעלי עיתונים
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=3002634&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>
זיינע לעצטע צוויי זענען געווען עפעס אוט אוו דיס ווארלד. יעדע בלאט א שיעור עיון פאר זיך. (הגם ס'האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז ער האט ביי געוויסע פעלער געטוישט היסטאריע לויט זיין געשמאק, אבער זיין פעדער'ל קען קיינער נישט ביעטן)
ווי שרייבט ער?
און איך קען קוים ווארטן פאר'ן מצליח... נאך אלעמען בין איך דאך דער איינציגסטער רעדאקטער דארט\דא, כ'האף אז ס'איז געווען דברי נשמעין, העמער זען!
א דאנק ממי
מגייט ליינען א פסח בלעטל?
איך מיין אז תהילים כולל גייט ארויס געבן א קאלום ווי איינער איז געהאלפן געווארען, שוין, האט מען שוין נאך עפעס צו ליינען!
בין איך דער איינציגסטער וואס האט פסח נישט קיין צייט צו ליינען?
די ערשטע 2 סדרים נעכט איז דאך אויסגעשלאסן, קוים וואס איך קען האלטן אפן מיין אויגן ביז ובשעריך; צופרי דאווענט מען דאך שפעט, און מיט הלל, יוצרות, 2 ספרי תורות, ברכת כהנים, קומט מען אהיים שפעט, און מען גרייט זיך צום צווייטן סדר,
חול המועד איז מען ביזי מיט די קינדער, בלייבט מיר איבער א קליין ביסעלע צייט...
ווען לייענט איר אזויפיל?
[ציטאט אראפגענומען]
א רבי טשורטשיל, און א רבי ריבלין...גיב ארויס אלע רבי'ס!!
אויפן משפחה דעקל זע איך אז ס'דא א באשרייבונג פון משה גבאי.
משפחה
📎 IMG-20130318-WA0013.jpg
אבי גערעדטמשפחה
אינעם ווינקל זעהט מען משה (רבי) גבאי מיט מהרז"ל, וואס איז דאס?
א רבי אויף פשרות מיינסטו צו זאגן?
ניין ער מיינט פרשנות!
עס מיינט ווי אזוי אפצולערנען פאליטיק
כאב שוין געקויפט די ענגלישע זמן דיק ווי א מנחם מענדעל בוק עלמיר האבען וואס צו ליינען דע יו"ט
ס'לוינט נישט צו פארטייוולען דעם הייליגן יו"ט מיט פארגויאישטע ליין מאטריעל. טו עס נישט
ענדערש ליינען עברית?
8 חלקים פונעם ענגלישן משפחה
📎 2013-03-20_14-48-47-1.jpg
עמי
📎 2013-03-20_14-57-04-1.jpg
מצליח ניסן
מצליח ניסן
📎 matzliach 2 cover.jpg
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=1&topic_id=3003207&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?w ... rum_id=771</a>
דער בלאט:
📎 main.jpg 📎 oitzer.jpg 📎 pesach.jpg
דער זמן איז עפעס זייער דיק.
מער סחורה אדער דער באזז האט אן אפטיילוג דארט?
איך האב אפגעוועגט יעצט מיינע צייטונגען אויף= 8.8 פונט!!!
שוין באלד מער ווי דיינע מצות
טעפלאיך האב אפגעוועגט יעצט מיינע צייטונגען אויף= 8.8 פונט!!!
and nothing interesting to read maybe a pound worth of reading matiriel
א דיקער "שטערן" ערשינען אויף פסח, כ'האב נאך נישט געהאט צייט אריינצובליקן דערין.
שמעקעדיגא דיקער "שטערן" ערשינען אויף פסח, כ'האב נאך נישט געהאט צייט אריינצובליקן דערין.
last month the zman had the same article on the cover that the shtern has now on the cover
שמעקעדיגא דיקער "שטערן" ערשינען אויף פסח, כ'האב נאך נישט געהאט צייט אריינצובליקן דערין.
אזוי דיק ווי די זמן? נע
ענגלישע זמן האט 80 פול פעידזשעס עד'ס!
עבריתישע זמן האט א אינטערעסאנטן באשרייבונג אויפן קאמארנער פון בית שמש. די איבריגע איז איבערגעזעצטע סחורה פון אידישן און ענגלישן כדרכם.
דערווייל האב איך שוין אין מיין באזיס אויף יו"ט:
דער איד, די צייטונג, אורות (סקווירא), אוצרות (אהרונים), דער אוצר (בני יואל), ענגליש משפחה, עמי, בינה, ענגליש זמן, עברית זמן, מעלות, ענגליש המודיע און דזשואיש פרעס.
היינט נאכט קומט אן א פרישע שיפמענט...
אוי געוואלד! הייב שוין אן צו ליינען. וויפיל אויגן האסטע זאג מיר פליז
פארגעסן צוצולייגן, דעם נייעם אויסגאבע "קונטרס" אויף ענגליש.
מיין מיינונגענגלישע זמן האט 80 פול פעידזשעס עד'ס!
עבריתישע זמן האט א אינטערעסאנטן באשרייבונג אויפן קאמארנער פון בית שמש. די איבריגע איז איבערגעזעצטע סחורה פון אידישן און ענגלישן כדרכם.
דערווייל האב איך שוין אין מיין באזיס אויף יו"ט:
דער איד, די צייטונג, אורות (סקווירא), אוצרות (אהרונים), דער אוצר (בני יואל), ענגליש משפחה, עמי, בינה, ענגליש זמן, עברית זמן, מעלות, ענגליש המודיע און דזשואיש פרעס.
היינט נאכט קומט אן א פרישע שיפמענט...
קענסט מיר געבן דיין גארבעדזש בעג מוצאי יו"ט ?
היינו דאמרי אינשי, זבל פרדותיו של "מיין מייינונג"....
גלייבטס ווי דער מצב האלט יעצט וואלט די בעט'לאנע מאטריאל געווען די וויכטיגסטע פאר מיר יעצט, איך קען מיך זעהן פארברענגען אסאך שעות פארטיפט אין זיינע טיפזיניגע געדאנקען וואס זיין אנוועזענהייט ברענגט!
דרך אגב, עס וואונדערט מיר שוין לאנג וואס איז די חשבון פון די ציונים, מזרחים, אור הצפונים, וכו' אויפצורעגען הרב טעללער מיט הרב סופר דייקא אין די פארנומענע טעג.
מיר גייען ליינען דעם איד דעם צייטונג און מעלות. און איך וועלעס ניטאמאל ענדיגן בעפאר שבועות..
משה געצילדרך אגב, עס וואונדערט מיר שוין לאנג וואס איז די חשבון פון די ציונים, מזרחים, אור הצפונים, וכו' אויפצורעגען הרב טעללער מיט הרב סופר דייקא אין די פארנומענע טעג.
אוי די חברה ווארטן מיט אנגסט ווען גייט שוין ארויסקומן די צייטונגען, מתי יבוא לידי ואנשכנו וכו'..
יעצט האב מיר שוין כמעט אלעס (דער בלאט און המחנה החרדי זענען נאכנישט ערשינען).
משפחה, בקהילה, שעה טובה, המודיע, המבשר, די וואך, הציבור החרדי, א בליק, דער שטערן, באלייכטונגן, שערי ציון (באבוב), אור הצפון (בעלזא), מצליח, לייפ-טיים און אלגעמיינער.
וואס איז מיט
דבר יום ביומו?
עלים לתרופה?
איך האף אז די באקומסט דאס אלעס אומזיסט, ווייל אויב נישט האסטו געשפענט אריבער א הינדערטער מיט א שמוץ אריבער
מיין מיינונגיעצט האב מיר שוין כמעט אלעס (דער בלאט און המחנה החרדי זענען נאכנישט ערשינען).
משפחה, בקהילה, שעה טובה, המודיע, המבשר, די וואך, הציבור החרדי, א בליק, דער שטערן, באלייכטונגן, שערי ציון (באבוב), אור הצפון (בעלזא), מצליח, לייפ-טיים און אלגעמיינער.
ווען דו קויפסט דאס אלעס ביי מיר אין געשפעט, וואלט איך געווען זיכער אז דו פארוואלטס אויף א אידישע מעדיקעל צענטער.
איך בין מייעץ דר'עולם צו ליינען דעם "דא והא" ביילאגע פון משפחה (היברו)
ס'איז איין שטיץ שמייכל, היתול, ליצנות, א גישמאק צו ליינען.
א ערנסטע מאנגל הערשט אין די אידיש-רעדנדע גאס, ווען צוליב די שטוינענדע ארעמקייט אין די אידישע שפראך ליין מארקעט, פרובירט דער ציבור צו כאפן כאטש דאס וואס איז יא דא, אין די צייטונגען דארפן איבערדריקן די דיקע פסח אויסגאבעס