☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » שניאור זלמן חאצקאלאוויטש

שניאור זלמן חאצקאלאוויטש

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3228

מורינו הרב » זונטאג מערץ 17, 2013 2:14 am

· #97536
שניאור זלמן חאצקאלאוויטש
מען קען רעדן א געוואלד איבער דעם מאדנעם פערשוין. פון איין זייט א גאון, א עילוי און בקי בכל הענינים, פון די אנדערע זייט א וויסטער משוגענער וואס האט נישט וואס צו טון מיט זיין גרויסן קאפ נאר זיך משוגע צו מאכן.

אבער פארוואס סתם רעדן? - לאמיר הערן פון אונזערע חברים דא וואס האבן אים שוין באגעגנט אדער וואס האבן זיך שוין אנגעשטויסן אין זיינע אקטיוויטעטן...

זר זהב » זונטאג מערץ 17, 2013 2:38 am

· #97548
מי הוא זה ואיזהו? כ'האב קיינמאל געהערט פון אים

יואב » זונטאג מערץ 17, 2013 2:50 am

· #97551
מצטרף לדברי זר,

מה קרה פה הרב מורינו?

איר האט נארוואס פארהאקט א נאוועל בוך אין באשלאסן צו הערן די מיינונג פון אנדערע איבער א פיגור און דעם געשיכטע?

וואס באדייט דעם מאדנע אויפשאקלונג אונעם געזעלשאפט פאורם?

טעפל » זונטאג מערץ 17, 2013 4:55 am

· #97575
א זוכעניש אין גוגל פירט מיר נאר צו דעם אשכול..

ודי למבין » זונטאג מערץ 17, 2013 8:00 am

· #97580
איך האב גראדע יא אסאך געהערט אויף אים, ער איז א ליובווויטשער בחור וואס רעדט פליסיג אסאך שפראכן און דרייט זיך אסאך ארום איןפארשידענע אראבישע לענדער, ער איז שוין פאטריבן גווארן אמאל פון א"י אלטס אראבישע שפיאן, אבער דאס אלעס איז נאר מקצת שבחו שלא בפניו.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 17, 2013 8:16 am

· #97581
טעפל
א זוכעניש אין גוגל פירט מיר נאר צו דעם אשכול..

לייג אריין "שניאור זלמן חצקלוביץ".

lazar » פרייטאג יולי 3, 2015 9:19 am

· #286923
אוי איז דער א משוגענס, ער איז מער אראבער ווי איד.

דער רעדט אזא מין פליסיגן אראביש אז ס'קען זיך דאכטן אז ער איז בן אחר בן פון ישמעאל בן אברהם.

ער איז שוין געווען אין די מסוכנ'דיגסטע אראבישע ערטער, א דאנק זיין פליסיגן אראביש און זיין עטוואס טונקעלן געזיכט וואס מיט א שמאטע ארומגעבינדן דעם קאפ קען מען זיך שווערן אז ער איז א ערבי.