☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מע קען טראסטען אונזערע פרויען?

מע קען טראסטען אונזערע פרויען?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3213

ידען » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:04 pm

· #97226
מע קען טראסטען אונזערע פרויען?
כ”ק אדמו”ר ר' ז”ל שליט”א סאטמאר רבי זאגט אז נישט.

צעטלעך האט מען היינט אויפגעהאנגען אין וויליאמסבורג וואס סאטמאר רבי שליט”א האט געזאגט דברי התעוררות צו די גרויסע אומגליק פון די קאפעל וואס איז נעבעך אוועק און ער האט געזאגט אז מע דארף תשובה טוהן און מתקן זיין וועגען צניעות און אין מיטען שטייט מיט גראבע ווערטער אז מע קען זיך נישט פארלאזען אויף די בני בית.

איך ווייס אז ער האט גערעט וועגען צניעות און אז סע זאל זיין לאנגע קליידער און נישט געפאסט אבער מיך זעהט אויס אז ער האט געמיינט אז מע קען נישט טראסטען די פרויען ביי יעדע זאך.

פארוואס זאל מען קענען טראסטען די מענער מער ווי זייערע ויייבער?

איך בעהט מע זאל נישט מאכען א צימעס שמועס דא.

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:08 pm

· #97228
איך מיין אז מ'זאגט אזוי אייביג בי צניעות ענינים אז די מאן מוז פירן די שטוב נישט די פרוי. כ'ווייס נישט פארוואס דו מיינסט אז ער מיינט ביי יעדע זאך? כ'האב נישט געזען יענעם צעטל

ידען » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:14 pm

· #97235
איך ווייס נישט פארוואס אבער כאב א געפיהל אז ביי אונז טראסט מען נישט אונזערע פרויען און ער מיינט דעיס. קען זיין אז ביסט גערעכט אז סע מיינט ביי צניעות, אבער איך האב אזוי געטראכט ווען כאב געזעהן די סיין אויף מיין גאס.

און פאר וואס זאל מען מער גלייבען די מאן ביי צניעות?

איך האב ליעב ווען מיין פרוי גייט שיין אנגעטוהן און נישט שלאכיג, און ביי א סאך פרימע איז עס נישט צניעות.

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:16 pm

· #97236
איך האב דאס געוואלט פרעגן יאנקל'ן. איר צניעות איז לאו דווקע נאר "איר נסיון"... אזוי ווי דו זאגסט. אבער לכאורה רעדט מען דאך צו וואוילע אינגעלייט.

ידען » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:22 pm

· #97239
שמור לי ואשמור לך סטייל?

נולד מאוחר » פרייטאג מערץ 15, 2013 12:52 am

· #97303
סאיז נישט דא און ארכיווען דרשות ווי ער זאגט די פרויען אז סאיז זייער אחריות ,זיי זאלן נישט מיינען ווייל די מאן זאגט סאיז גוט איזעס כשר?

אויס מענטש » פרייטאג מערץ 15, 2013 1:56 pm

· #97396
גאנץ פשוט דער מאן דארף האבן א מיינונג אויף זיין'ס ווייב'ס קליידער ס'זאל זיין זיין טעיסט.
דאס איז דאך דער מצילו מן החטא, זאל ער מיט גיין שאפינג מיט איר, און נישט נאכדעם זיין בא בטענה און עינו בכוס אחר.