☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די הייליגע זעידעס קומען אראפ צי די רבישע חתונה

די הייליגע זעידעס קומען אראפ צי די רבישע חתונה

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3209

קרעקער » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:32 pm

· #97074
די הייליגע זעידעס קומען אראפ צי די רבישע חתונה
<a class="postlink" href="http://privateinvesigations.blogspot.com/2013/03/skvere-rebbes-grandson-to-be-married.html">http://privateinvesigations.blogspot.co ... rried.html</a>

בעל הבית » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:08 pm

· #97090
די כלהס זייט קומען זיכער פארוואס נישט ?

דולה ומשקה » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:00 pm

· #97103
החתן דנן בן רבי יעקב יוסף בן רבי דוד טווערסקי מסקווירא (ספרינקוועלי).
דער חתן האט געהאט געלערנט אין איינע פון די בעלזא ישיבות, ער פלעגט צוויי מאהל א וואך עסן אינאיינעם מיט זיין פעטער דער בעלזא רב נאכט מאהל.
דער בעלזא רב האט זיך אסאך אפגעגעבען מיט איהם, עטליכע מאהל אפילו געגאנגען צו זיין דירה צו באזוכען.
שפעטער איז ער אוועק פון בעלזא, אבער ווייטער געבליבען אין ארץ ישראל, דער בעלזא פלעגט איהם שיקן יעדע וואך א 'שבת פעקל' אלס פעטער פאר זיין פלימעניג נישט אלס תומכי שבת, אזוי אויך משלוח מנות, דאס האט אנגעהאלטן אפילו נאך דעם וואס ער האט פארלאזט בעלזא.

דער סקיווירא רבי האט נאך אזא אייניקעל, יענער איז א איידעם ביים ליעדזש רבי אין לאנדאן,
נאך אזא אייניקעל - פשט איז, ער טראגט ווייטער די שמונה בגדים אבער איז בכלל נישט קיין סקווירא,
דער איז א זוהן פון איציקל, כנראה לי.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:03 pm

· #97139
אפפאל?

פיינע קאווע » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:14 pm

· #97145
וואס איז ראנג מיט די חתן כלה אז מען דארף זיי אויספראקן ברבים?

דולה ומשקה » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 8:48 pm

· #97220
מ'פראקט איהם נישט אויס ברבים, מלויבט איהם אויס ברבים.
אסאך פון די שרייבערס זענען אדרבה זייער צופרידן פון איהם, ער איז ווייטער א איד אבער נישט מיט די היינטיגע חסידישע משוגעת'ן .

דא האט איהר וואס פעילד מיסייעע האט צו זאגען:
<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2013/03/skvere-rebbes-grandson-to-be-married-tonight-in-secret-location-hasidim-banned-from-attending-567.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... g-567.html</a>

ודי למבין » זונטאג מערץ 17, 2013 9:00 am

· #97591
נאך בילדער:
<a class="postlink" href="http://ladaat.info/article.aspx?artid=5266">http://ladaat.info/article.aspx?artid=5266</a>

gehlungen » זונטאג מערץ 17, 2013 2:32 pm

· #97702
ודי למבין
נאך בילדער:
<a class="postlink" href="http://ladaat.info/article.aspx?artid=5266">http://ladaat.info/article.aspx?artid=5266</a>

Can some body explain me the SEICHEL of taking the MALCHIS BENKLE to Connecticut?

קרעקער » זונטאג מערץ 17, 2013 2:34 pm

· #97705
דע בענקעל קרוזט ארום קיין אוקריינע און לאס אנדזשעלעס און ווי דער רבי גייט
סאו וואטס דע ביג דיל?
ביי כינוס כלל ישראל האט מען זיך ארימגעהארגעט וועגען דעם בענקעל
סקווער האט געסטראשעט אז דער רבי קימט נישט אויב די בענקעל איז נישט דארט

gehlungen » זונטאג מערץ 17, 2013 3:14 pm

· #97724
קרעקער
דע בענקעל קרוזט ארום קיין אוקריינע און לאס אנדזשעלעס און ווי דער רבי גייט
סאו וואטס דע ביג דיל?
ביי כינוס כלל ישראל האט מען זיך ארימגעהארגעט וועגען דעם בענקעל
סקווער האט געסטראשעט אז דער רבי קימט נישט אויב די בענקעל איז נישט דארט

gehlungen » זונטאג מערץ 17, 2013 3:16 pm

· #97727
קרעקער
דע בענקעל קרוזט ארום קיין אוקריינע און לאס אנדזשעלעס און ווי דער רבי גייט
סאו וואטס דע ביג דיל?
ביי כינוס כלל ישראל האט מען זיך ארימגעהארגעט וועגען דעם בענקעל
סקווער האט געסטראשעט אז דער רבי קימט נישט אויב די בענקעל איז נישט דארט

But it looks NAHRISH in Connecticut !(Ein melecch blee om " in Connecticut there is no MELECH & there is no om !!

smart » זונטאג מערץ 17, 2013 3:47 pm

· #97757
פארוואס איז עס אין מלך בלא עם? אפילו אין קאנעדיקאט זעעט מען אויף די בילדער איז געקומען אן עולם! הגם פאר דעע געלט וואלט מען שוין געקענט מאכן די חתונה אין גרויס בית מדרש??

signout » זונטאג מערץ 17, 2013 6:36 pm

· #97834
נעכטן איז געווען א שבע ברכות אין בית המדרש אין סקווירא, פארוואס האט די חתונה נישט געקענט זיין?

זר זהב » זונטאג מערץ 17, 2013 7:31 pm

· #97866
ס'קוקט אויס ווי אלעס אין סקויירא באשטייט פון קפעדע'ס בלויז

משולם שטיינפעלד » זונטאג מערץ 17, 2013 9:24 pm

· #97933
ווען ער פליעט קיין עסטרייך צו די בעדער זיצט ער אויפן פליגער? אדער למעלה מעשרה טפחים איז ער נישט מקפיד אויף א סחורהנע זיץ?

משולם שטיינפעלד » זונטאג מערץ 17, 2013 9:43 pm

· #97947
און די קאוטש אין די אוועל אפיס האט מען אויך בודק געווען? אדער ער איז נאך געווען אונטערן רושם פון פאוזען פאר א בילד צוזאמען מיט הילערי?

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:53 am

· #98028
גראבע ליצים

matovu » מאנטאג מערץ 18, 2013 1:00 am

· #98032
משולם שטיינפעלד
און די קאוטש אין די אוועל אפיס האט מען אויך בודק געווען? אדער ער איז נאך געווען אונטערן רושם פון פאוזען פאר א בילד צוזאמען מיט הילערי?


גראדע דאס פאזען מיט הילערי קען מען אנגעקוקן מיט אן אנדערע בליק.
אז כאטש ער איז מקפיד אויף בילדער..... ווען עס קומט צי אזא מצוה ווי פדיון שבוים לייגט מען א קפידא אין א זייט...
אזוי וואלט יעדער פשוטע יוד געטון... די אין איך אויך...

אבער וואס ערווארט מען שוין צי הערען פין א מצומצמדיגע (אנטשולדוק) סאטמערע קאפ...

מורינו הרב » מאנטאג מערץ 18, 2013 1:15 am

· #98037
וואו איז מנשה לוסטיג ווען מען דארף אים?

matovu » מאנטאג מערץ 18, 2013 1:27 am

· #98040
[ציטאט אראפגענומען]


אם תמצא לומר אז די ביסט גערעכט...
אבער פליז אויף מיין תגובה אליין קוק...

אויך פארוואס אייביג מיט די בעיבישע טענות אויפ'ן סקווערער....קפעיייידיס!!!
דאס איז אלעס מען האט ענק פארקופט? סאיז אזוי ווי בעבי יונגעלליט קענען נישט פארליידען די בעלזער רב קייען זיי אלץ איבער וועגען זיין וואג...

קריכטס ארויס פין ענקער צומצום
עטץ מעגטס אמאל שעצען א צווייטער גדול, די טענות קעגען זיי זענען סיי וי קינדעריש

ווען ענק וואלטן עכט געוואלט וואלט עטץ גענאט ממשותדיגער טענות קעגען איהם.
אבער ביז דערוויל הערט מען ווי ענק עקעלין זיך נאר פין זזיינע קפידות
דאס קוקט סתם אויס ווי אזא סארט שנאה לחנם וואס לדעתי קומט עס פין לעבען אין א באקס יעדעם אוועק צומאכען.

יא ברעיקינג נויס ביסט פינקט אזא מצומצום..ודו"ק


קריכטס ארויס

ענדע צדיק » מאנטאג מערץ 18, 2013 9:31 am

· #98082
דולה ומשקה
החתן דנן בן רבי יעקב יוסף בן רבי דוד טווערסקי מסקווירא (ספרינקוועלי).
דער חתן האט געהאט געלערנט אין איינע פון די בעלזא ישיבות, ער פלעגט צוויי מאהל א וואך עסן אינאיינעם מיט זיין פעטער דער בעלזא רב נאכט מאהל.
דער בעלזא רב האט זיך אסאך אפגעגעבען מיט איהם, עטליכע מאהל אפילו געגאנגען צו זיין דירה צו באזוכען.
שפעטער איז ער אוועק פון בעלזא, אבער ווייטער געבליבען אין ארץ ישראל, דער בעלזא פלעגט איהם שיקן יעדע וואך א 'שבת פעקל' אלס פעטער פאר זיין פלימעניג נישט אלס תומכי שבת, אזוי אויך משלוח מנות, דאס האט אנגעהאלטן אפילו נאך דעם וואס ער האט פארלאזט בעלזא.


[ציטאט אראפגענומען]


אלס א חבר פון די חתן פון ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל קען איך מעיד זיין:
1. ער קיינמאל אין בעלזא נישט געלערנט.
2. פלעגט נישט עסן ביי זיין פעטער בקביעות און אויך נישט באקומען קיינע פעקלעך, ער האט געציילטע מאל געגעסן די סעודה שבת אינדערפרי ביים בעלזע פעטער שליט"א, און דעמאלטס האבן די בעלזע געטרייט מפרסם צו זיין כאילו ער איז דער וואס האלט אים ביי אידישקייט.
3. דאס אז ער איז א שומר תורה ומצוות איז צו פארדאנקן זיין געטרייע טאטע שליט"א וועלכע האט געהאט אזא נאנטע קשר מיט אים אז ס'איז ממש הפלא'דיג, ער האט אים באלגלייט און מחזק געווען אין יעדע טריט אין שריט, נישט איינמאל איז ער געקומען קיין ארץ ישראל אים צו באזוכן, פלעגט רעדן מיט אים כסדר ממש, און די חתן (זושי) האט אים אייביג ליב געהאט וועגן דעם.
אגב, צו זיין זיידע דער סקווערע רבי האט ער אויך קיינמאל נישט געהאט קיין שום שנאה וכדומה (אנדערש ווי דער אויבענדערמאנטע אייניקל פון לאנדאן וועלכע האט פיינט זיין זיידע מיט זיין טאטע, און וועם נישט?), אדרבה ער פלעגט רעדן מיט אים אופן טעלפון ידעע וואך צוויי.

אגב, דער פאטער רבי יעקב יוסף שליט"א איז א גרויסע מחנך, אפען מיינדעד אינגאנצען אנדערש ווי זיינע עלטערע ברודערס, ער איז אינוואלווד אין עטליכע קירוב ארגעניזעישענס, אויך אין סקווירא פירט ער אן מיט די שוואכערע בחורים, ער לערנט א שיעור מיט זיי, האט שייכות מיט פולע עלטערין פון די ארויסגעפאלנע און העלפט זיי ארויס, און (אויב) [ווען] די טאג גייט קומען, וועט די צווייטע האלב סקווירא האבן א געוואלדיגע מנהיג בעז"ה.

ענדע צדיק » מאנטאג מערץ 18, 2013 9:49 am

· #98088
מ'קען רואיגערהייט רעדן און זיך טענה'ן וועגן די גרויסע בענקל, איך וויל נאר קלאר שטעלן א פאקט, אז די בילד מיט די גרויסע בענקל איז שבת אויפרוף אין סקווירא, ביי די חתונה איז נישט געווען די גרויסע בענקל.

ענדע צדיק » מאנטאג מערץ 18, 2013 10:18 am

· #98097
smart
פארוואס איז עס אין מלך בלא עם? אפילו אין קאנעדיקאט זעעט מען אויף די בילדער איז געקומען אן עולם! הגם פאר דעע געלט וואלט מען שוין געקענט מאכן די חתונה אין גרויס בית מדרש??

signout
נעכטן איז געווען א שבע ברכות אין בית המדרש אין סקווירא, פארוואס האט די חתונה נישט געקענט זיין?

זושי האט געוואלט האבן א פשוטע חתונה, געוואלט טאנצן מיט זיינע חברים, אזויווי יעדע אנדערע חתן, ער איז נישט געווען אינטערעסירט אז די זיידעס זאלן קלאטשן און די חסידים זאלן טאנצן אויף די 25 שטאקיגע פארענטשעס, פארדעם האט מען געמאכט די חתונה אין קענעטיקוט און מ'האט קלאר געזאגט פאר דעם המון עם נישט צו קומען.
דער עולם וואס איז יא געווען איז געווען משפחה, קרובים, ידידים, אזעלכע וואס וואלטן געגאנגען צו א פשוט'ע חתונה, אבער די חסידים וואס קומען פאטשען ביים רבי'ן שליט"א'ס מצוה טאנץ זענען געבליבן אינדעהיים פסח'דיג מאכן, און פאר זיי האט מען געמאכט א גרויסע שבע ברכות מוצאי שבת.

ר' שמחה » מאנטאג מערץ 18, 2013 11:18 am

· #98112
רבי יעקב יוסף איז עטליכע יאר געווען זייער נישט געזונט, ליידענדיג פון די ביטערע מחלה המכלה נפש ובשר, יא ער איז א קענסער סארווייווער ווי מען רופט עס,
(דענקן מיר ווען עס איז איז אים געבוירן דאס ערשטע קינד נאכן ווערן אויסגעהיילט, האט מען געפראוועט די ברית אין סקווירא אויף א גרויסע פארנעם, בערך ווי א חתונה)
אין יענע יארן - ווען די שטוב איז געווען צופארן - איז זושי נישט האבענדיג זיין טאטע אין שטוב געווען א פרייער פויגל וכו'.


יא, רבי יעקב יוסף האט מיט אים אנגעהאלטן א נאנטע קשר, נישט א חילוק אויף וואס פאר א מצב זושי האט זיך געפונען, אדער וואס פאר א ווערשאפט זושי האט געפירט, האט רבי יעקב יוסף אים באגאסן מיט ליבשאפט און געטריישאפט מער ווי געווענליך, קלערט נישט אז רבי יעקב יוסף איז נישט א בשר ודם און עס האט אים נישט וויי געטון וויאזוי זיין בכור פירט זיך אויף, אבער נישט נאר האט ער געלייגט אלע זיינע פערזענליכע געפילן אין א זייט, נאר ער האט זיך דערהויבן העכער זיי און זיך אפגעגעבען מיט זיין זושי.
נישטא קיין סאך עלטערן וועלכע זענען מסוגל עס צוטון און מען קען זיי נישט באשולדיגן, פארטרייבן דעם פראבלעם פון שטוב איז אסאך גרינגער, אבער אזא אויפיראכטס איז ווי א בת היענה, ואכהמ"ל.


היינט צו טאג ביי די אויפנאמע שטונדן פון די סקווירא רבינס קינדער, האט רבי יעקב יוסף נאך אזא שיינע ציבור ווי זיינע עלטערע ברודער, אויב נישט מער.
יש אומרים, אז די גאנצע איינפיר פון דעם אז די סקווירא רבינס קינדער זאלן אויפנעמן דעם אייגענעם עולם לתשועה ויעוץ, איז נישט אזוי שטארק די סיבה צוליב ווייל אינדערהיים איז אזוי געווען, צו ווייל דער רבי ווערט עלטער און דער ציבור איז זיך צווואקסן און עס איז נישטא אזויפיל צייט זיך אפצוגעבן מיט יעדן איינעם באזונדער.
ווי דאס אז רבי יעקב יוסף האט אנגעהויבן צו האבן א שטיקל באווענגונג, מתחילה צווישן צובראכענע און פארלוירענע עלטערן, פון דארט צו די חסידים וועלכע קענען באשטיין צו זיין סקווירא חסידים, אבער נישט פון די צוויי עלטערע וועלכע זענען פארמישט אין די פאליטיק ביז איבערן קאפ.
כאטש די וואס זענען מלמד זכות אויף ר' אהרן מענדל אז עס איז נישט זיין קאפ, נאר ענדערש ר' יצחק וועלכער האט א של ראש פונקט ווי זיין טאטע, און ר' אהרן מענדל ווי דער זעידע, ערליך מער ווי קלוג.

התהלך לפניו בתמימות.

smart » מאנטאג מערץ 18, 2013 11:26 am

· #98116
א גרויסען יישר כח פאר די שיינע אפדעיטש

ענדע צדיק » מאנטאג מערץ 18, 2013 11:36 am

· #98122
אויף ר' יעקב יוסף קען מען זאגן די פסוק "תּוֹרַת אֱמֶת הָיְתָה בְּפִיהוּ וְעַוְלָה לֹא נִמְצָא בִשְׂפָתָיו בְּשָׁלוֹם וּבְמִישׁוֹר הָלַךְ אִתִּי וְרַבִּים הֵשִׁיב מֵעָו‍ֹן"!
(קרעדיט: די רופא-נפש ר' חיים האלבערשטאם פון פלעטבוש)

שרייבער » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:05 pm

· #98136
דאס ערשטע מאל וואס איך הער אז די סקווירא'ע קינדער נעמען אויף מענטשן


איך האב פונקט לעצטענס געהערט בשם א גרויסן רבין וואס איז שטארק נאנט לבית סקווירא האט זיך אויסגעדרוקט אויף ר' יעקב יוסף אז ער איז דער געלונגעסטער פון אלע קינדער

ענדע צדיק » מאנטאג מערץ 18, 2013 4:49 pm

· #98224
ווי איז דא גוטע בילדער פון די חתונה?

היימישער ליטוואק » מאנטאג מערץ 18, 2013 5:50 pm

· #98253
קען מען זיך אויך ביי זיי מזכיר זיין ביי *"*? (עיין מאחורי)

משה רוקח » מאנטאג מערץ 18, 2013 8:33 pm

· #98289
[ציטאט אראפגענומען]

sunbar » מאנטאג מערץ 18, 2013 9:41 pm

· #98302
משה רוקח
[ציטאט אראפגענומען]


Welcome back!!

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 22, 2013 1:11 am

· #99395
געפילטע פיש
אפפאל?

מסתמא וועיס ער וואס ער רעדט. )(נישט אזוי ווי דער טאאטע אדער זעידע וואס זאגט אויף אלע שמד שטיק וואס ווערן אפגעטון בשמו ולכבודו אז "ער וועיס נישט, בא אינז אין שטעיטל?(
איך וועיס (יעצט בין איך א סקווירער) פערזענליך פון א פאל וואו מ'האט גערודפ'ט א יונגערמאן וואס איז מבטן ולידה א סקווירא'ער (וואס זיין טאטע איז געווען פון די ערשטע צען יודן ביים אלטן סקווערער רבי'ן זצ"ל) און מ'האט יורד געווען לחייו, און מ'איז געקומען זאאגן פאר'ן צאדיק (מיט'ן ספאדיק) און דער צאאדיק האט געענטערט אז "ער וועיס נישט,".

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 22, 2013 1:29 am

· #99398
זר זהב
ס'קוקט אויס ווי אלעס אין סקויירא באשטייט פון קפעדע'ס בלויז

נאר אויף עין זאך (מיט א קמץ) איז נישטא קאן קעפעידע. נישט פוגע צו זיין אין מענטשן. ס'עט נאך עין טאג אנקומען. אבער דערווייל נאכנישט. אויך. אויף די בילדער זעט מען צורת קדשו פונ'ם חתן דנן שליט"א. ס'כאפט אן א שוידער צו טראכטן אז מ'עט זעך נאך איין טאג שטופן צו כאפן שיריים פון איהם.

מורינו הרב » פרייטאג מערץ 22, 2013 1:31 am

· #99399
עה, ס'וועט נישט געשען.

matovu » פרייטאג מערץ 22, 2013 11:24 am

· #99466
berlbalaguleh
זר זהב
ס'קוקט אויס ווי אלעס אין סקויירא באשטייט פון קפעדע'ס בלויז

נאר אויף עין זאך (מיט א קמץ) איז נישטא קאן קעפעידע. נישט פוגע צו זיין אין מענטשן. ס'עט נאך עין טאג אנקומען. אבער דערווייל נאכנישט. אויך. אויף די בילדער זעט מען צורת קדשו פונ'ם חתן דנן שליט"א. ס'כאפט אן א שוידער צו טראכטן אז מ'עט זעך נאך איין טאג שטופן צו כאפן שיריים פון איהם.



I have one line for you

LET IT GO

come up with better material
if you will search you will find
there is plenty
but .... why sound like a baby ?

קאך_לעפל » פרייטאג מערץ 22, 2013 11:30 am

· #99468
berlbalaguleh
זר זהב
ס'קוקט אויס ווי אלעס אין סקויירא באשטייט פון קפעדע'ס בלויז

נאר אויף עין זאך (מיט א קמץ) איז נישטא קאן קעפעידע. נישט פוגע צו זיין אין מענטשן. ס'עט נאך עין טאג אנקומען. אבער דערווייל נאכנישט. אויך. אויף די בילדער זעט מען צורת קדשו פונ'ם חתן דנן שליט"א. ס'כאפט אן א שוידער צו טראכטן אז מ'עט זעך נאך איין טאג שטופן צו כאפן שיריים פון איהם.


א שוידער? דער חתן דינן איז בפנימיות גלייך מיט אלע "צדיקי דורינו" נאך בחיצניות גייט ער עס מיט אן אנדער מין לבוש, און ריזשען האט מען עס געריפן מלכות,

רבינו הק' מסאטמאר האט געזאגט: אז די לעצטע 2 רבי'ס זענען געווען דער הייליגער דברי חיים זי''ע, און דער הייליגער רבי אייזיקל פון זידטשויב זי''ע, האט אים איינער געפרעגט, וואס טיט זיך מיטן הייליגן שיניווער רב זי''ע, האט זיך דער רבי אנגעריפן, יא! ער האט נאך געקאנט ליינען א קוויטל.

אלזא? וואס איז דער שוידער אזוי גרויס????

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 11:22 pm

· #100302
אין ריזשין האט מען אויך גענומען אזא העירקאט און א שעיוו???

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 11:30 pm

· #100304
דולה ומשקה
מ'פראקט איהם נישט אויס ברבים, מלויבט איהם אויס ברבים.
אסאך פון די שרייבערס זענען אדרבה זייער צופרידן פון איהם, ער איז ווייטער א איד אבער נישט מיט די היינטיגע חסידישע משוגעת'ן .

דא האט איהר וואס פעילד מיסייעע האט צו זאגען:
<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2013/03/skvere-rebbes-grandson-to-be-married-tonight-in-secret-location-hasidim-banned-from-attending-567.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... g-567.html</a>

ער איז נהנה פון ביידע וועלטן. ר'גייט מיט סאמעט (סטראקעס, בלע"ז) און ר'איז א קאאל גאיי עט דע סעים טיים.