☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » מאכן א פסיכאטארישע פאציענט נעמען מעדיצין

מאכן א פסיכאטארישע פאציענט נעמען מעדיצין

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3206

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 13, 2013 7:38 pm

· #96779
מאכן א פסיכאטארישע פאציענט נעמען מעדיצין
וויאזוי מאכט מען אן ערוואקסענע מענטש זאל מסכים זיין צו נעמען פסיכאטרישע מעדיצין? וה"ה וויאזוי מאכט מען אז אן ערוואקסענע מענטש זאל מסכים זיין צו גיין צו א פסיכאטאר?
איך רעד פון אזא סיטואציע וואו דער באטרעפנדער אליינס רעדט זיך איין אז אלעס איז גוט; דער איז שולדיג יענער איז שולדיג... ווען דאס וואלט געוועהן און יענץ וואלט געשען וואלט אלעס גוט געווען...
האט איינער עקספיריענס אין דעם? (ביטע נישט אריינווארפן סתם ליצנות - עס איז נישט קיין ליצנות'דיגער ענין. ה"י)

יידל » מיטוואך מערץ 13, 2013 7:43 pm

· #96782
מען מישט עס אריין אין זיין עסן (אין די ערשטע תקופה). נאך וואס דער מצב וערט בעסער, קען מען אויסזאגן די סוד בתקוה אז דער פאציענט וועט אליינס איינזען די אמת.

מורינו הרב » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:03 pm

· #96791
היימישער ליטוואק:

איך נעם אן אז די יעצטיגע שאלה האט א שייכות מיט א שאלה וואס דו האסט לעצטנס געפרעגט מאחורי הפרגוד...
איך וואלט דעריבער גע'עצה'עט אז מען זאל אים זאגן "אויב נעמט ער נישט די מעדיקאציע, דאן וועט מען צורעדן דער 'מי ימצא' זאל זיך גיין איר וועג, וד"ל.

חזקיהו המלך » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:08 pm

· #96797
פסייקיעטריק דראג'ס איז דענזשערעס, ס'מאכט קאליא אסאך אסאך מער ווי עס טוט אויף, ושומר נפשו ירחק מהם,

זיך אנדערע וועגען יענעם צי העלפען נישט פסייקיעטריק דראגס, אין אוואדי נישט אריינמישען אין די עסען, יענער איז א עדאלט אין ער האט א בחירה אין בפרט איז עס זיין בחירה נישט צי נעמען קיין שעדליכע דראגס, טריי צי נעמען א גוטען סייקאלעדזשיסט,

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:29 pm

· #96808
חזקיהו המלך
פסייקיעטריק דראג'ס איז דענזשערעס, ס'מאכט קאליא אסאך אסאך מער ווי עס טוט אויף, ושומר נפשו ירחק מהם,

זיך אנדערע וועגען יענעם צי העלפען נישט פסייקיעטריק דראגס, אין אוואדי נישט אריינמישען אין די עסען, יענער איז א עדאלט אין ער האט א בחירה אין בפרט איז עס זיין בחירה נישט צי נעמען קיין שעדליכע דראגס, טריי צי נעמען א גוטען סייקאלעדזשיסט,

ביטע צייכען אן די שטודיע פון דו נעמסט דיין ידיעה. אדער האסטו גאר אריינגטשיד אין די ספר רפואות, איידער דו האסט דאס גונז געווען?

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 13, 2013 8:47 pm

· #96813
@ מורינו, און אויב די מי ימצא איז שוין געגאנגען איר וועג?

יואליש » מיטוואך מערץ 13, 2013 9:21 pm

· #96822
ווי נעמט מען די פלייצע צו זאגן אז מ'זאל נישט נעמען מעדעצין, חזקיהו? וואס איז דיין מיינונג אויף פלו שאטס?

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 13, 2013 9:31 pm

· #96824
די שאלה איז אויך לגבי וויאזוי צו מאכן ער/זי זאל מסכים זיין צו גיין צו א פסיכאטאר/פסיקאלדזשיסט. סא אפילו לשיטת חזקיהו מעג ער צולייגן א פלייצע מיט גיבן אן עצה.

חזקיהו המלך » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:02 pm

· #96831
יואליש
ווי נעמט מען די פלייצע צו זאגן אז מ'זאל נישט נעמען מעדעצין, חזקיהו? וואס איז דיין מיינונג אויף פלו שאטס?


ליין דעם ביך וועסטע וויסען,

פאר א אנהייב קענסטע דאס ליינען,

נאכדעם וועסטע וויסען אז די אחריות איז צי זאגען יא צי נעמען, נישט צי זאגען נישט צי נעמען, ח"ו צי שטופען א מענטש עס צי נעמען, דער וואס טוט עס אפילו ער מיינט גוט ווייל ער ווייסט נישט, טוט א הימל שרייענדע עוולה, אין אז ער ליינט דאס וואס איך שרייב יעצט אין טוט עס נאכאלץ איז ער נישט קיין שוגג נאר א מזיד, אין לעניית דעתי איז עס אבירייהו דרציחה, אפילו קיינער איז נישט מחויב מיר צי גלייבען אויפען ווארט , אבער עכ"פ עס גוט אדורעך טוהן פאר צווינגען אנדערע מענטשען צי נעמען אזא סם,

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:18 pm

· #96834
דו ביסט אפשר יא אדער אפשר נישט גערעכט. איך ווייס נישט, און דער גאנצער מעדיצינישער עסטעבלישמענט האלט אז דו ביסט נישט גערעכט. עניוועי, אפשר מאכט א באזודערע אשכול אויף דער נושא, און איך וועל זיך אויך בל"נ משתתף זיין כפי מסת הפנאי.
אבער לענינינו, איז דאס נישט די נקודה. דאס האלטסטו אויך אז צו א פסיקאלעדזשיסט דארף מען יא צו גיין, טא וואס טוט מען כדי צוצודריקן אזא איינער וואס האלט אז עס פעלט איהם גארנישט? איז דא עפעס מעטאדן וועלכע דו ווייסט אז זיי ארבעטן? וואס דו האסט געהערט אז עס קען משכנע זיין אזא איינעם?

מורינו הרב » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:56 pm

· #96849
היימישער ליטוואק
@ מורינו, און אויב די מי ימצא איז שוין געגאנגען איר וועג?


אויב דאס איז דער פאל, איז די שאלה אין מאחורי גענצליך אנדערש, וד"ל...

יואליש » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:34 pm

· #96874
חזקיהו המלך
יואליש
ווי נעמט מען די פלייצע צו זאגן אז מ'זאל נישט נעמען מעדעצין, חזקיהו? וואס איז דיין מיינונג אויף פלו שאטס?


ליין דעם ביך וועסטע וויסען,

פאר א אנהייב קענסטע דאס ליינען,

נאכדעם וועסטע וויסען אז די אחריות איז צי זאגען יא צי נעמען, נישט צי זאגען נישט צי נעמען, ח"ו צי שטופען א מענטש עס צי נעמען, דער וואס טוט עס אפילו ער מיינט גוט ווייל ער ווייסט נישט, טוט א הימל שרייענדע עוולה, אין אז ער ליינט דאס וואס איך שרייב יעצט אין טוט עס נאכאלץ איז ער נישט קיין שוגג נאר א מזיד, אין לעניית דעתי איז עס אבירייהו דרציחה, אפילו קיינער איז נישט מחויב מיר צי גלייבען אויפען ווארט , אבער עכ"פ עס גוט אדורעך טוהן פאר צווינגען אנדערע מענטשען צי נעמען אזא סם,



כ'קען דיר געבן ביכער צו ליינען פון יעצט ביז שיתא ימי אלפא. מיין פראגע איז געווען, האסט נישט דיאגנאזירט דעם פאציענט פאר וועם דער שואל פרעגט. ווארשיינליך איז דיין פאזיציע איז "קיינער" טאר נישט נעמען מעדעצינען. דאס איז אן אומאחריות. אין שטארקע קעיסעס ליידן די באטרעפענדע, און די ארומאיגע ליידן. און דאס ברויך אנהאלטן אלעס ווייל ס'איז דא א בוך אויף עמעזאן? דאס אז א פאציענט וויל נישט נעמען נאך דעם וואס א פסיכיאטער האט דאס פרעסקרייבט מיינט נישט אז ער ברויך עס נישט.

חזקיהו המלך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:28 am

· #96927
יואליש

כ'קען דיר געבן ביכער צו ליינען פון יעצט ביז שיתא ימי אלפא. מיין פראגע איז געווען, האסט נישט דיאגנאזירט דעם פאציענט פאר וועם דער שואל פרעגט. ווארשיינליך איז דיין פאזיציע איז "קיינער" טאר נישט נעמען מעדעצינען. דאס איז אן אומאחריות. אין שטארקע קעיסעס ליידן די באטרעפענדע, און די ארומאיגע ליידן. און דאס ברויך אנהאלטן אלעס ווייל ס'איז דא א בוך אויף עמעזאן? דאס אז א פאציענט וויל נישט נעמען נאך דעם וואס א פסיכיאטער האט דאס פרעסקרייבט מיינט נישט אז ער ברויך עס נישט.


דער מענטש קען זיין דארף הילף, נישט פסייקיעטריק דראג, די דראגס העלפען נישט ס'מאכט קליא, אפילו ווען לאמיר זאגען די תוצאה פין קליא מאכען העלפט פאר די מצב איז עס אבער נאך אלץ נישט ריכטיג,

ווען מען פארברענט א מענטש, פארברענט עס אויך אלע מחלות, אבער ס'רציחה, אז איינער צי'מזיק'ט יענעם'ס מוח מיט פילען איז עס קיינמאל נישט ריכטיג, ס'אלע מאל דא נאך וועגען פאר ווער עס וויל אמת'דיג טרעפען, מען מיינט מ'וועט יענעם אנשטאפען מיט פילען אין העלפען אלע פראבלעמען, ס'איז אבער נישט די וועג, אין ס'מאכט אסאך מאל שאדען וואס איז זייער זייער שווער צי צוריק דרייען, ראה הוזהרנוך !

נולד מאוחר » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:54 am

· #96935
חזקיה סאיז זייער א נארמאלער זאך ביי א סייקאלאדזשיזט צי זאגן פארן א פאציענט דיין מצב איז זייער ערענסט, רעדן וועט נישט העלפן, נעם מעדיצין.
סווענט זיך ווי ווייט די באטראפנער האלט. למשל איינער וואס איז סאסיידל אדער איינער וואס האט געסנעפט.
אזוי ווי סארדזשערי דארף מען פראבירן צי פארמיידן דאס מערסטע וואס איז שייך. סהאט געוויסע ריסקס אינוואלווד, דאך איז נאריש צי זאגן א מענטש זאל זיך נישט לאזן אפערירן.
דאס איז אבער נישט די נושא דא.

היימישער סדא לאקעל מעדיקל סענטרס וואס פריסקרייבן די זאכן. דארפסט נישט קיין סייקיטריסט, סתם אן אינטערניסט קען געבן.
איז אודאי אינו דומה צי געהעריג דייגנאזן ביי א סייקיטריסט.
די אויפטי איז די פרוי קען לייקנען אז זי האט א פראבלעם ווייל זי קען זיך נישט זען פון די 'נערווען קראנקע'.אויב וויסט צי איר לאקאל דר. גייט עס בהאנדל איז סאך לייכטער אין איר מיינד.
ווענט זיך וואס די מצב איז.

פוןדעסטוועגןדאך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:45 am

· #96963
חזקיהו,
וואס וועט זיין אז איך וועל דיר ברענגען שטודיעס וואס וועלען צייגען אז מיליאנען מענטשען זענען געהאלפען געווארען? וועסטו דעמאלט אוועקווארפען די ספרים חיצונים פון מענטשען שלא קראו, ולא שנו, ולא שימשו? פון א מענטש וואס האט א דיגרי פון א פרומע רעליגיעזער קאלעדזש, וואס איז נישט עקקרעדיטעד, ברענגסטו א ראיה? ווייל זי ברענגט אפאר עובדות וואס זענען אדער יא אדער נישט געשטויגען און געפלויגען, גייסטו אפווענדען די גאנצע חכמת הרפואה? וואס פארא חכמה איז דאס?

די FDA אפראוועד נאר א דראג נאך שבע חקירות ודרישות. וויפיל אמת'ע חקירות ודרישות האסטו געמאכט?

לאז נישט פאלען קיין ווערטער לייכט. עס וועלען נאך זיין די וואס וועלען מיינען אז יש דברים בגו אין דיינע ווערטער, והקולר יתלה בצוארך.

דאס איז נישט קיין דזשאוק.

חזקיהו המלך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:53 am

· #96975
נולד מאוחר
חזקיה סאיז זייער א נארמאלער זאך ביי א סייקאלאדזשיזט צי זאגן פארן א פאציענט דיין מצב איז זייער ערענסט, רעדן וועט נישט העלפן, נעם מעדיצין.
סווענט זיך ווי ווייט די באטראפנער האלט. למשל איינער וואס איז סאסיידל אדער איינער וואס האט געסנעפט.


ביי דע וועי איינע פין די אזוי געריפענע סייד עפעקטס פין SSRI דראגס איז סאיסייד, ס'שטייט אין די אינסערט פין די דראגס,

כ'וויל נישט אריין אין לאנגע תגובות יעצט, אבער כ'האלט מיר ביי דעם וואס כ'האב געזאגט אז SSRI דראגס איז זייער שעדליך, די עפראוועל פראסעס פין די עף די עי איז זייער קרופטירט אין די גאנצע סייקיעטריק דראג שפיל איז פאלטשע סייענס, אין ס'נישט מיין אויפטוה זייער אסאך געזונט עקספערטען האלטען אזוי,

ס'צייט צי אויסוואקסען די קינדערישע געפיהל אז די אפיציעלע עסטאבלישמענט אין די גאווערמענט זענען אלעמאל גערעכט, ס'דא איבער זיי שטארקע אינטערעסען וואס טוישען די פריאריטעטען, אין די תוצאות זענען זייער טרויעריג, ודי למשכיל,

טעפל » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:56 am

· #96976
חזקיהו המלך
דער מענטש קען זיין דארף הילף, נישט פסייקיעטריק דראג, די דראגס העלפען נישט ס'מאכט קליא, אפילו ווען לאמיר זאגען די תוצאה פין קליא מאכען העלפט פאר די מצב איז עס אבער נאך אלץ נישט ריכטיג


וואס הייסט ס' מאכט קאליע? איך קען לכה"פ 5 מענטשן וואס האבן גענומען נערווען פילן און געפירט א שיינע לעבן, ביז זיי האבן מחליט געוועהן איין שיינעם טאג אז זיי זענען אקעי און אויפגעהערט נעמען און אהיים געקומען יענעם טאג און ס'איז געגאנגען דארט ששון ושמחה מהפכת סדום ועמורה.. און גע'גט, 2 פון דעם נעבעך כהנים!!, גייסטו יעצט זאגן אז זיי זענען קראנק געווארן פון די פיל!

Ben-Shishim » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:57 pm

· #97130
@ Heimish Litwak
I belive you are talking about a person who suffers from BiPolar, in that case it is a MUST to get him to a doctor if possible to convince, otherwise he should be taken to a hospital emergency room

@ King Cheskal
seems like you never dealt with a person who suffers from BiPolar, being a long time member with hatzolah, i do invite you to join me on just one of the calls and then and only then i will have you repeat ur silly mind.

יאיר » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:02 pm

· #97137
היימישער ליטוואק, איז דא א מעגליכקייט אז דער יעניגער ליידט אויף בארדערליין פערסאנאליטי דיסארדער? אויב יא איז דאס גאר א שווערע פעלד צו איבערצייגן דעם מענטש אז ער דארף הילף, און אין געוויסע שווערע פעלער ממש אוממעגליך.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:17 pm

· #97189
יאיר, איך האב מעיין געווען און עס איז מעגליך אז דאס איז א פערסאנאליטי דיסארדער, אע"פ וואס ביי-פאלער איז אויך נישט אויסגעשלאסן.
איז דען נישטא קיין אופן, מעטאדער אדער טריק זיי צו קאנווינסן?

יאיר » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:21 pm

· #97191
ווענדט זיך וועלכע פערסאנאליטי דיסארדער. איינער וואס ליידט פון עקסטרעמע BPD איז זיין שכל און געפילן אזוי פארדרייט, זיין גאוה איז ביז'ן הימל און זיין זעלבסטווירדע איז ווינציגער ווי זערא, אזא מענטש איז זייער שווער צו קאנווינסן אז "ער" איז גאר דער פראבלעם, כאטש ס'איז מסתמא דא פראפעסיאנעלע טאקטיקן ווי אזוי דאס צו טון. אין אזא פאל איז די וויכטיגסטע אז די וואס ליידן פון אים זאלן באקומען באלדיגע הילף. בכל אופן, מוז דאס גיין דורך א פראפעסיאנעלע טעראפיסט וואס האט עקסטערע עקספיריענס מיט בארדערליין און יאיר פון קאווע שטיבל (אדער סיי וועלכער לעי פערסאן) קען נישט געבן אן אפיניאן.

חשבון » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:01 pm

· #97225
ווי נעמט א מענטש די אחריות פון זאגן נישט נעמען? לוי אראן וואלט גענומען וואלטן מיר נאך געהאט די נשמה'לע דא. וועגן עפעס א קליין ביכל איינס פון טויזענט זאל מען פסקענען אזא זאך ? אביסל אחריות!

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:21 pm

· #97238
אפשר קען מען אנשטעלן אז א חבר פון דעם מענטש (לאמיר אים רופן ראובן) זאל שפילן ווי גלייך ער ליידט אויף דער זעלבער (אדער אן ענליכער) פראבלעם ווי דעם אייגנטליכן מאן דהוא (שמעון). דאן זאלסטו זען אז דער שמעון זאל פארמישט ווערן אין דער "פרשה", מען זאל אים בעטן אז ער זאל זען צו "העלפן" דעם ראובן. אפשר אזוי וועט מען קענען מאניפולירן דעם מצב בהדרגה און מיט שכל אז שמעון זאל מסכים זיין "מיטצוגיין" מיט ראובן צום פסיכאלאג אדער פסיכאטאר. (וועלכער איז נעבעך א רחמנות -- ער ווייסט אליין נישט אז ער נויטיגט זיך אין הילף.)

אויב איז עס א פערסאנאליטי דיסארדעט, ווי יאיר שרייבט, דארף מען זייער אכט געבן, ווייל

יאיר
איינער וואס ליידט פון עקסטרעמע BPD איז זיין שכל און געפילן אזוי פארדרייט, זיין גאוה איז ביז'ן הימל און זיין זעלבסטווירדע איז ווינציגער ווי זערא, אזא מענטש איז זייער שווער צו קאנווינסן אז "ער" איז גאר דער פראבלעם.


פארדרייט אויף אזוי ווייט, אז ער וועט צוזאמברענגען הימל און ערד כדי זיך אליין איבערצוצייגן אז אפילו יתכן אז ס'איז בכלל דא עפעס א פראבלעם, האט עס זיכער גארנישט מיט אים. יענער איז שולדיג, די אומשטענדן זענען שולדיג אא"וו. א פערסאנאליטי דיסארדער קען פירן א מענטש אפילו זיך איינצורעדן אז ער האט אן אנדער פראבלעם, אויב יענץ איז עפעס מיט וואס ער איז מער באקוועם צו לעבן. במילא דארף מען גאר גאר אכט געבן וויאזוי אויסצוארבעטן די שפיל אז דער מאן דהוא זאל נישט כאפן.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:19 pm

· #97277
וואס מער איך לייען, אלס מער מיין איך אז דאס איז באמת א BPD סיטואציע. קען אפשר איינער טרעפן ערגעצוואו אן עצה וויאזוי שלעפט מען אזא איינעם צום דאקטאר?

נולד מאוחר » פרייטאג מערץ 15, 2013 12:36 am

· #97299
די פראבלעם איז נישט די פיזיקאל שלעפן, סאיז אז יענער זאל זיין גרייט זיך צי היילען?
למשל אז די קענסט ארלעדיגן די סייקייטריסט אדער סייקאלאדזשיסט זאל אראפקומען צי יענעם, וואלט דאס געהאלפן? מסתמא נאך אסאך ערגער די שייכנים קענען זען.

יאיר » פרייטאג מערץ 15, 2013 12:57 am

· #97306
ליטוואק, איינער פון דעם באטרעפנדנ'ס ארומיגע איז שוין געווען ביי א פראפעסיאנעלער פסיכאלאג און אראפגעלייגט דעם מצב? אויב נישט, מיין איך אז דאס דארף זיין די ערשטע שריט.

יואב » פרייטאג מערץ 15, 2013 2:29 am

· #97320
יידל
מען מישט עס אריין אין זיין עסן (אין די ערשטע תקופה). נאך וואס דער מצב וערט בעסער, קען מען אויסזאגן די סוד בתקוה אז דער פאציענט וועט אליינס איינזען די אמת.

איך פארשטיי נישט וויאזוי אזא אקציע ברויך צו ארבייטן,
מ'קען דאך אים נישט אריינשליידערן מעדיצין אן קיין פריסקריפציע,

און קיין פריסקריפציע פארמאגט ער נישט , ווייל ער האלט נישט אז ער ליידט פון עפעס,
מילא גייט ער נישט צום דאקטאר,

אדער מיינסטו אז מ'פיטערט אים מעדיצין אן קיין פריסקריפציע,
און מיטן עסן קומט דער אפעטיט,
זאג מיר נישט אז דאס איז דיין עדווייס,

מזלטוב » זונטאג מערץ 17, 2013 11:30 am

· #97629
אין אסאך אזעלכע פעלער העלפט סטראשען. ווי צ.ב. איך גיי דיר איבער לאזן. אדער טאקע פאקן פעק און אוועק גיין ביז ער גייט פאר הילף וכו. אבער אין יעדן פאל איז די וויכטיגסטע זיך אדורך שמועסן מיט פראפעסיאנאלס ווי אזוי דאס צו באהאנדלען

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:56 am

· #98029
נעם אפאר פילן, לייג זיי אריין אין א נאטורליכן ווייטאמין באטל, און זאג אים אז די סארט 'נאטורליכע וויטאמינען' העלפן אויף... (וואס ער וויל, למשל, קאנצענטראציע, עס מאכט רואיג און רילעקסד, העלפט פארן מאגן, איש איש כפי צרכיו), און פון דארט און ווייטער דארף שוין נאר ווערן גרינגער.

חזקיהו המלך » מאנטאג מערץ 18, 2013 2:04 am

· #98046
אין איך זאג אז אויסנארן א עדאלט ווייל דו האסט באשלאסן אז ער דארף פילן, און עס אריינמישן אין זיין עסן אדער ווייטאמינען איז א עוון בל יכופר, ער האט זיין לעבן און ער וועט זיך מוזען א עצה געבן,

מען קען יענעם פירען צום וואסער, מען קען אבער נישט טרינקען פאר יענעם, ס'צייט אויסציוואקסן דעם געדאנק אז מען קען פיהרן יענעם'ס לעבן, און בכלל ווער זאגט אז דו ביסט גערעכט, אפשר איז דא נאך א וועג צו אנקוקען די זאך, אפשר ווייסט יענער מער וואס ער רעדט ווי דו מיינסט אז ער ווייסט, יענער האט זיך זיין בחירה און פארטיג, האסט אדווייז פאר יענעם קענסט אים טרייען צו זאגן, אז יענער וויל נישט הערן האסטו געטוהן דיינס און גיי זוך זיך אנדערע מצוות,

און בכלל אזוי ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן איז די פילן גארנישט ווייניגער ווי א סם וואס שעדיגט די מח, און קומט מיט כל מיני שעדליכע סייד עפעקטס, מענטשן האבן ליב צו גלייבן אין א שנעלע פיקס, ווי כאילו מען געבט א פיל און אלעס ווערט גוט, ס'אבער שטותים והבלים, און אסאך מאל מאכט עס שאדן וואס מען קען זייער זייער באוויינען נאכדעם.

שרייבער » מאנטאג מערץ 18, 2013 2:39 pm

· #98186
מזלטוב
אבער אין יעדן פאל איז די וויכטיגסטע זיך אדורך שמועסן מיט פראפעסיאנאלס ווי אזוי דאס צו באהאנדלען


דאס דארף מען געדענקן וויכטיג, רעדן מיט א פראפעשענעל, און איך האב פאר אייך א נייעס, א פראפעשענעל וועט בדרך כלל קיינמאל נישט הייסן צווינגען צו געבן, צווינגען דאס טוט בעקפייערן, און איינער וואס איז פראפעשענעל קען מאכן אז יענער זאל ווילן נעמען מרצונו הטוב