☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » חומרות אויף פסח

חומרות אויף פסח

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3200

ברסלבער » מיטוואך מערץ 13, 2013 10:32 am

· #96437
חומרות אויף פסח
עס קומט שוין באלד דער יום טוב פסח, און יעדער איז ביזי מיט זיינע חומרות ודקדוקים, וויל איך שרייבן וועגן דעם ענין במשנתו של רבי נחמן מברסלב, און ווער עס האט צוצולייגן פון אנדערע מקומות איז מכובד.

רבי נחמן שרייבט (ליקוטי מוהר"ן ח"ב מד) אז די אלע חומרות ודקדוקים דערווייטערן א מענטש פונעם אייבערשטן, חז"ל זאגן "לא ניתנה תורה למלאכי השרת". און אויך "אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו", דהיינו אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה אויף א נארמאלע וועג ווי אזוי מענטשן פירן זיך נארמאל, און דערפאר דארף מען נאר טוהן די הלכות אזוי ווי עס שטייט, און מען דארף גארנישט צולייגן קיין חומרות יתירות.
און ער זאגט דארט אז אויף די מענטשן וואס זענען ביזי מיט חומרות יתירות, אויף זיי זאגן חז"ל וחי בהם ולא שימות בהם, ווייל די אלע וואס ליגן אין חומרות האבן קיינמאל נישט קיין חיות פון א מצוה, אייביג זענען זיי פיל מיט מרה שחורה אז אפשר האבן זיי נישט מקיים געווען די מצוה אינגאנצן כתיקונה.
רבי נתן שרייבט דארט צו אז רבי נחמן אליינ'ס האט נישט געהאט קיין שום חומרות.

אין אן אנדערע פלאץ (ליק"מ ח"ב פ"ו) טייטשט ער דעם פסוק מקוצר רוח ומעבודה קשה, אז ביי עבודה זרה שטייט אף אין יש רוח בהם, אז זיי האבן בכלל נישט קיין רוח, ממילא "מקוצר רוח" מיינט איינער וואס האט נישט קיין גאנצע אמונה, זאגט ער אז איינער וואס האט נישט קיין גאנצע אמונה, דארף אייביג צולייגן נאך שווערע עבודות, ווייל די פשוטע מצות ווי אזוי דער אייבערשטער האט עס געהייסן איז אים נישט גענוג, דאס איז פשט, מקוצר רוח - ווען איינער האט א שוואכע אמונה, ומעבודה קשה - דעמאלט'ס דארף ער האבן שווערע עבודות, אבער איינער וואס האט א קלארע אמונה דארף נישט טוהן קיין שווערע עבודות, אים איז גענוג וואס די תורה זאגט כפשוטו.

רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן רלה) אז איינמאל האט רבי נחמנ'ס א תלמיד אים געפרעגט עפעס א שאלה וועגן א חומרה אין פסח, און רבי נחמן האט יענעם שטארק אוועק געמאכט, און ער האט דעמאלט'ס אסאך גערעדט פון דעם אז דער עיקר עבודת ה' איז צו מרבה זיין בתורה ותפלה ומעשים טובים פשוט'ערהייט אן קיין שום חומרות, ולא ניתנה תורה למלאכי השרת.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:35 am

· #96459
ווי אזוי שטימט עס מיט אלע צדיקים וואס האבן געהאט אויסטערלישע חומרות ודקדוקים אויף פסח?
איך פארשטיי אז נישט אלעס איז פאר יעדן, אבער די גרויסע צדיקים ווי צאנזער רב, און ר' מאיר'ל פרימישלאנער, און לעצטנס סאטמאר רב זצ"ל, און נאך פילע אנדערע, האבן געהאט אן א שיעור חומרות וואס לאו כל מוחא סביל דא.

ברסלבער » מיטוואך מערץ 13, 2013 11:37 am

· #96461
יעדער צדיק האט זיך זיין דרך אין עבודת ה', עס דארף נישט שטימען איינער מיטן צווייטן, עס איז דא גענוג און נאך זאכן וואס צדיקים האבן זיך געפירט אנדערש איינער פון צווייטן.

למדן » מיטוואך מערץ 13, 2013 12:29 pm

· #96475
אפשר לוינט עס יא, וואס איז מיט געבראקטס קטניות וכדו',
גייט דאס אויך אריין אי חומרות וואס רק נחמן לאזט דאס נישט צו וויל עס דערווייטערט פון אייבערשטן?
וואס איז מיט אונזערע הארטע מצות?
כ'מיין אז ס' א חומרה פון עטליכע הונדערט יאהר (אמאל געזען אין שו"ע הרב דערוועגן), ס' נאך דא אידן וואס עסן לאפא פסח אזויווי אין די צייטן פון בית המקדש וואס דער כורך פסח מצה ומרור האט געהאט אן אנדער טעם

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 12:33 pm

· #96479
איך האב א גאנץ יאר וויפיל לאפא איך וויל.
בין איך דער איינציגסטער וואס ענדזשויט טאקע די הארטע קריספי מצות?

למדן » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:12 pm

· #96506
גראדע אינדזשוי איך עס אויך, אבער פאר דעם כורך פסח מצה ומרור וואלט לכאורה בעסער געסוט לאפא...

גאלד » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:29 pm

· #96514
פרעגסט מיך, די פסח מאכלים איז פון פון מיינע פעוועריט, איך גלייך מצה, איך גלייך קארטאפעל, אייער, טשיקן, מייערן, איך האב באמת קיין שום פראבלעם מיט די מאכלי פסח, עכ"פ פאר 8 טאג זיכער נישט,

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:58 pm

· #96530
יאפ, איך אויך. איך בין בכלל נישט אינטרעסירט אין די געמישעכץ. פאטעיטעס, אייער, טשיקן זופ מיט פלייש, ובפרט די מצה, דאס אלעס וואס איך דארף. עס האט א זיסן טעם!

ברסלבער » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:06 pm

· #96537
גם אני מצטרף, איך בין זיך אויך מחי' מיט די פסח'דיגע מאכלים, און די געשמאקע קריספי מצות וואס בלייבן איבער נאך פסח ווארף איך נישט אוועק, איך בין זיך מחי' דערמיט נאך פסח אויך.
איך ווייס נישט פון וועלכע חומרות רבי נחמן רעדט, איך האב נאר אראפגעברענגט זיינע ווערטער וואס ער זאגט כמות שהוא, אבער לכאורה מיינט ער למשל די וואס דארפן אריינשטופן צוויי כזיתים מצה אויף איינמאל און צוזאמען אראפשלינגען, האט דען דער אייבערשטער דאס געמיינט מיט די מצות מצה? אדער די וואס דרייען איבער די הויז אויב א קינד האט חלילה אויפגעהויבן עפעס פון דער ערד און געלייגט אויפ'ן טיש, אדער צו שרייען קולי קולות ווען מען האט געטראפן א ברעקל מצה אויפ'ן טיש בשעת'ן עסן די זופ, וכדומה.
פסח איז זמן חרותינו, מען איז זיך מחי' מיט די פיינע פסח'דיגע מאכלים, אבער מען דארף נישט ווערן אנגעצויגן און נערוועז פון יעדע זאך, טעק איט איזי און האב א שמחת יום טוב.

לגבי חומרות וואס צדיקים האבן געהאט, קען זיין אז זיי האבן עס אנגענומען מיט שמחה, זיי האבן זיך געפריידט צו קענען מחמיר זיין איז דאס געווען זייער שמחת יום טוב, אבער איינער וואס די חומרות ברענגט אים נאר צו עצבות ומרה שחורה, וואס האט ער אויפגעטוהן?

Ben-Shishim » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:09 pm

· #96539
ברסלבער
לגבי חומרות וואס צדיקים האבן געהאט, קען זיין אז זיי האבן עס אנגענומען מיט שמחה, זיי האבן זיך געפריידט צו קענען מחמיר זיין איז דאס געווען זייער שמחת יום טוב, אבער איינער וואס די חומרות ברענגט אים נאר צו עצבות ומרה שחורה, וואס האט ער אויפגעטוהן?



Now you are talking !!!

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:12 pm

· #96540
לכאורה איז דאך דאס געווען איינער פון די הויפט חילוקים צווישן חסידים און מתנגדים: חומרות. חסידים האבן געהאלטן אז עס ברענגט צו עצבות און מרה שחורה, ווידעראום ביי מתנגדים איז געווען דער דרך מחמיר צו זיין כידוע מהגר"א זי"ע ותלמידיו ותלמידי תלמידיו.

דולה ומשקה » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:36 pm

· #96630
קטניות איז חמץ?
קטניות במשך השנים איז אלץ געווארען מער און מער אסור, אין כמעט אזוי אסור ווי חמץ גופא.
(ראה: <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/370">viewtopic.php?f=13&t=370</a><!-- l -->)

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 22, 2013 11:11 am

· #99462
למדן
אפשר לוינט עס יא, וואס איז מיט געבראקטס קטניות וכדו',
גייט דאס אויך אריין אי חומרות וואס רק נחמן לאזט דאס נישט צו וויל עס דערווייטערט פון אייבערשטן?
וואס איז מיט אונזערע הארטע מצות?
כ'מיין אז ס' א חומרה פון עטליכע הונדערט יאהר (אמאל געזען אין שו"ע הרב דערוועגן), ס' נאך דא אידן וואס עסן לאפא פסח אזויווי אין די צייטן פון בית המקדש וואס דער כורך פסח מצה ומרור האט געהאט אן אנדער טעם

ס'דא א יש אומרים אז דער גאנצער ענין פון "פיצא" וועלכער שטאמט פון איטאליע האט זיך אנגעהויבן ווען רוימישע סאלדאטן אין די צייטן פון בית שני האבן געזעען ווי די יודן עסן מצה,מרורו און כורך אום פסח.

ממרום שלח אש » פרייטאג מערץ 22, 2013 11:47 am

· #99475
ר נחמן האט דען גערעדט פון פסח?

ביי פסח ווייס מער דאך מעיקר הדין איז מען מחמיר "משום חומרא דפסח" עס ווערט דערמאנט פעמים אין מספר אין אלע פוסקים.

עס איז דא מאמרים פון צדיקים אז אפילו א גאנץ יאר זאל מען נישט זוכען קיין חומרות, פסח דארף מען יא.

יאיר » פרייטאג מערץ 22, 2013 3:10 pm

· #99522
איך גיי ווערן א ברסלב'ער אויף פסח און א בריסקער אויף ראש השנה.

נולד מאוחר » פרייטאג מערץ 22, 2013 6:39 pm

· #99568
כ'האב גענדיגט אפוואשן די פריעדזשדער, מיט די גאנצע קשר''ק . געניצט כל מיני קעמיקאלס.
יעצט זאגט מיר מיין ווייב איך זאל עס אביער ציען מיט זילבערנע פאפיר. כהאב געמיינט איך שטארב.
נאך צוויי שעה קלינען און קראצען דארף איך דאס נאך באדעקן?!
איז דאס א חומרה אדער משוגעת?

זר זהב » פרייטאג מערץ 22, 2013 6:40 pm

· #99570
חומרה, אנדערע לייגן אזעלכע פלעסטישע קאווערס אויף די שעלווס.

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 22, 2013 7:00 pm

· #99575
חומרות אין פסח איז א זכר לשיעבוד מצרים.

געפילטע פיש » מוצ"ש מערץ 23, 2013 9:13 pm

· #99578
נולד מאוחר
כ'האב גענדיגט אפוואשן די פריעדזשדער, מיט די גאנצע קשר''ק . געניצט כל מיני קעמיקאלס.
יעצט זאגט מיר מיין ווייב איך זאל עס אביער ציען מיט זילבערנע פאפיר. כהאב געמיינט איך שטארב.
נאך צוויי שעה קלינען און קראצען דארף איך דאס נאך באדעקן?!
איז דאס א חומרה אדער משוגעת?

חוץ אויב דיין פרידזש איז אזוי הייס אז יד סולדת בו, אויב יא זאלסטו קויפן א נייע פרידזש. מטעם מנהג זאלסטו פרעגן דיין דיין אויב דו מעגסט משנה זיין פון דיינע זיידעס אינדערהיים וואס האבן געלייגט זילבער פאפיר אין די פרידזשעס פאר הונדערטער יארן, ס'דא וואס זאגן אז דאס גייט שוין אן זייט די חורבן בית שני.

זר זהב » מוצ"ש מערץ 23, 2013 9:16 pm

· #99580
זילבער פאפיר איז נישט געווען בימי השני, ס'ווערט די ערשטע מאל דערמאנט אין תוספות רבינו פרץ וואס דער ראצפעטער האט ארויסגעגעבן מהדורה שנייה

ידען » מוצ"ש מערץ 23, 2013 10:54 pm

· #99596
סקווער האט געטראפען נאך א חומרא אז די שטריק וואס מע בינט ארום די מצות מאכט מען ביי א קאמפאני וואס מאכט אויך שטריק וואס מע מישט אריין מעל אין עס אדער מע שמירט עס מיט א זאך וואס האט מעל אין דעם.

קאווע טרינקער » מוצ"ש מערץ 23, 2013 11:12 pm

· #99600
דער שטיוועל וואס זיי גייען, פראדצירט מען אין דער זעלבער פארבריק וואס מפרדצירט פשוט'ע שיך אויך.. סאו וואט?
ווער עסט שטריק פסח?

ידען » מוצ"ש מערץ 23, 2013 11:17 pm

· #99609
קאווע טרינקער
דער שטיוועל וואס זיי גייען, פראדצירט מען אין דער זעלבער פארבריק וואס מפרדצירט פשוט'ע שיך אויך.. סאו וואט?
ווער עסט שטריק פסח?

זיי שרייבען אז מע ניצט די זעלבע מאשינען פאר ביידע שטריקען. די חמציגע און די געהעריגע.

און זיי האבען שוין גערעט מיט די קאמפאני אז נעקסטע יאר וועט מען קלינען (אפשר אויך כשרן?) די מאשינען פאר מע מאכט די שטריק. אבער די יאר זאל מען זיך אפוואשען די הענט נאך אראפ נעמען די שטריק פון די באקס.

וואלפה » זונטאג מערץ 24, 2013 11:32 am

· #99729
איך האב אמאל געהערט דערציילען אז איינע פון די צדיקים האבען אוועק גלייגט שניי אין א זויבערע כלי כדאי אז די וואסער פון פסח זאל נישט זיין אפילו משהו מן המשהו אויף 1% חשש חמץ.
פסח האט ער באמערקט ווי ברעקלעך שווימען ארום, ווען ער האט זיך אומגעקוקט האט ער געזעהן א חלה אינערווענדיג...
ער האט געהאט שטארקע חלישת הדעת איז ער געגאנגען צי איינע פון די גדולים, האט איהם די גדול געזאגט: אינז דארפען מאכען די מערסטע השתדלת אז עס זאל נישט צוקומען במשהו, אבער די האסט געמאכט מער פון השתדלת, האט דיך דער בש"פ געווילט ווייזען אז אלעס קען ער מאכען...
איך ווייס נישט ווי קראנט עס איז, צי דערציילען פאר די ווייבער איז עס פונקט גוט.
אויך לענינו קען זיין אז ר' נחמן האט דאס געמיינט....

ידען » זונטאג מערץ 24, 2013 12:04 pm

· #99745
ידען
סקווער האט געטראפען נאך א חומרא אז די שטריק וואס מע בינט ארום די מצות מאכט מען ביי א קאמפאני וואס מאכט אויך שטריק וואס מע מישט אריין מעל אין עס אדער מע שמירט עס מיט א זאך וואס האט מעל אין דעם.
📎 20130324_114000-1.jpg

ברסלבער » זונטאג מערץ 24, 2013 12:10 pm

· #99748
אויף קול מבשר האב איך געהערט אן אינטערוויא פון איינעם פון סקווער וועגן דעם ענין פון די שטריק, אויף 114.
און מען מוז זיי דערמאנען לשבח, אז אנשטאט צו מאכן א גאנצע מצב דערפון און ארויס קומען מיט איסורים וחרמות וקונמות אז מען טאר נישט ניצן די מצות, האבן זיי עס מפרסם געווען אויף זייער א שיינע נארמאלע וועג, אז מען זאל וויסן דערפון, און יעדער זאל טוהן ווי אזוי ער פארשטייט.

וואלפה » זונטאג מערץ 24, 2013 12:13 pm

· #99750
ידען
סקווער האט געטראפען נאך א חומרא אז די שטריק וואס מע בינט ארום די מצות מאכט מען ביי א קאמפאני וואס מאכט אויך שטריק וואס מע מישט אריין מעל אין עס אדער מע שמירט עס מיט א זאך וואס האט מעל אין דעם.

אין סקווירא רופט מען עס א "כפייייידה''

חשבון » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 7:47 pm

· #100255
די חומרות וואקסן ב"ה אויף הייווען מ'האלט שוין ביי בענדלעך מיט הכשר עסצייג מיט הכשר לעפלעך גופלעך מיט הכשר און אפילו פלאסטישע קאנטענערס האבן שוין ב'ה א הכשר. כלל ישראל וואקסט אויף מיט הארבערע חומרות וואס מיר האבן קיינמאל נישט געזען ס'איז צום גלייבן אז אין די נעקסטע דעקעיט וועט שוין נישט זיין צו באקומען אן די הכשר און נאר אזאנע באמישע אידן וועלן עסן פון עסצייג אן די עדה לאגא דעראויף.

לאן הגענו וועלן אלע שרייען אבער דאס איז וויאזוי מיר זען אויס

נולד מאוחר » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:19 pm

· #100288
ווייסט איינער ווי כ'קען קריגן פרעש פאפקארן. איך בין אין די מאד.
מיין טאטע האט זיך מתיר נדר געווען פון שמאלץ , איך פון קיטניות.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:40 pm

· #100290
נולד.... הערסט אויף?

פערינא » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 11:10 pm

· #100300
אז די וועסט מאכן היימישע פאפקארן אין שמאלץאויל, און זיך נישט מישען, וועסטו ווייזען דיין קאנשאס אז די ביזט נישט סתם א הפקר יונג

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 11:14 pm

· #100301
פערינא דיין ניק איז אויך געקאכט אין שמאלץ?

וואלפה » מיטוואך אפריל 3, 2013 7:02 pm

· #101025
א חומרא נאך פסח
פון ווי שטאמט די "חומרא" נישט צי עסן חמץ ביז היינט חצות?
קען זיין אז די מאגן ברענט נאך ביז דעמילטס...

ברסלבער » זונטאג מערץ 23, 2014 2:22 pm

· #191992
זמני פסח משמשין ובאין. מען דארף שוין ארויפציען די שטרענגע פנימ'ער און אנהויבן שרייען אויף די קינדער וואס גייען אריין אין די שוין-פסח-געמאכטע עריעס.
צדיקים האבן געזאגט אז פון די אלע כעס/שרייען/רציחה/קולות וואס מען געבט ארויס אויף די קינדער אין די ערב פסח טעג, ווערן באשאפן די שווארצע מלאכים וואס זענען מרומז אין קשר"ק. ק'רייען, ש'רייען, ר'עגן, ק'וויטשענען...
רבותי, טעק איט איזי. מען קען די זעלבע זאכן טוהן רוהיגערהייט.

שטילע אינגערמאן » זונטאג מערץ 23, 2014 3:08 pm

· #192000
ברסלבער
רבותי, טעק איט איזי. מען קען די זעלבע זאכן טוהן רוהיגערהייט.

מ'זאגט נאך בשם די צאנזער רב אז ער פלעגט זיך שטארק רעגן אין שרייען בשעתן מצה באקן אז אלץ זאל גיין כשירה.

איין יאר האבן בחורים מחלט געווען אז זיי גיין מסדר זיין אלץ אל צד היותר טוב מיט אלע הידורים אין אלץ זאל שטימען ווי אזייגער. מסדר געווען יעדער זאל זיך גוט רייבן די הענט פארן קנעטען, די וואסער זאל זיין גענוי די שיעור אין אלע אינגערלייט זאלן קנעטען מיט א סדר מיט ארויף געשארטע ערמעל, אקיצור אלץ האט געקלאפט הערליך.

ווען די הייליגע צאנזער רב האט געזעהן וואס גייט פאהר, האט ער געשריגען "עטץ מיינטס אז איך שריי ווייל איך האב נישט וואס צו טוען? עס איז דייקא געווען א ענין זיך צו רעגן, עטץ ווילטס ביי מיר צו נעמען דעם ענין? איך וועל זייך סייווי בייזערען."

יואליש » זונטאג מערץ 23, 2014 3:14 pm

· #192002
בין גברא לגברא האב איז סיך אונטערגעהערט א גאנצע שמועס צווישן אינגעלייט בני תורה איבער "די סקווירא שטריק." כ'האב זיי פארשריגן, "נו, וויאזוי רעדט מען? הוי זהיר בגחלתן!" האבן זיי געלאכט פון מיר. "נישט פון דעם שטריק רעדן מיר."

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 23, 2014 3:24 pm

· #192008
די glue פון הגדות און ספרים פלעגן אמאל זיין געמאכט פון מעהל. די פריעדיגע דורות זענען ליידער נכשל געווארן...
די ווארט glue נעמט זיך פון די ווארט gluten ווייל מ'פלעגט עס מאכן פון קלעבעדיגע מעהל מיט אנדערע געווירצן.

ברסלבער » זונטאג מערץ 23, 2014 3:34 pm

· #192012
געווענליך מענטשן עסן נישט די גלאו פון די הגדות...

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 23, 2014 3:43 pm

· #192016
איך שרייב עס סארקאסטיש לדעת די היינטיגע פארדרייטע חומרות.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 23, 2014 3:46 pm

· #192017
ברסלבער
געווענליך מענטשן עסן נישט די גלאו פון די הגדות...

און וואס איז מיטן לייגן אויפן טיש אום פסח?

ברסלבער » זונטאג מערץ 23, 2014 3:47 pm

· #192020
אויב עס פאלט נישט אריין אין די עסן איז עס נישט קיין פראבלעם. מען מעג עס האבן אינדערהיים, עס איז נישט ראוי לאכילת כלב.

פארוואס? » זונטאג מערץ 23, 2014 4:05 pm

· #192025
היימישער ליטוואק
לכאורה איז דאך דאס געווען איינער פון די הויפט חילוקים צווישן חסידים און מתנגדים: חומרות. חסידים האבן געהאלטן אז עס ברענגט צו עצבות און מרה שחורה, ווידעראום ביי מתנגדים איז געווען דער דרך מחמיר צו זיין כידוע מהגר"א זי"ע ותלמידיו ותלמידי תלמידיו.

אינטרעסאנט, אז היינטיגע צייטן, בדור עיקבתא דמשיחא, איז נשתנו הטבעיים. (אין דזשענעראל).

איך אויך » זונטאג מערץ 23, 2014 5:15 pm

· #192059
יאיר
איך גיי ווערן א ברסלב'ער אויף פסח און א בריסקער אויף ראש השנה.

אויב עפעס ווער איך א בריסקער אויף צום גדליה.

עפל סיידער » זונטאג מערץ 23, 2014 5:27 pm

· #192064
שמעקעדיג
ברסלבער
געווענליך מענטשן עסן נישט די גלאו פון די הגדות...

און וואס איז מיטן לייגן אויפן טיש אום פסח?

פאריאר האבען יודען אכטונג געגעבען נישט צו לייגען די בענדליך אויפען טיש, וואס איז היי יאר?