☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » משמורות אין קאווע שטיבל

משמורות אין קאווע שטיבל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3195

sunbar » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:23 pm

· #96130
משמורות אין קאווע שטיבל
וויפיל מאל זענט איר אריינגעקומען אין שטיבל און בלויז געטראפן געציילטע נייע תגובות? צום ביישפיל, ווען איר זענט אויף לאנטש אדער אויפן באס וכדומה...

מען דארף איינפירן א משמורת צו יעדער צייט פונעם טאג, אז עס זאלן זיין נייע תגובות צו ליינען.

איך בעט ווער עס קען זאל מסדר זיין די תקנות:

1) עס זאל זיין צום ווייניגסטענס 6 ניקס וואס זענען דא לענגער ווי 3 חדשים (און 150 תגובות)
2) עט ליעסט איין מוחה ניק.

ווער קען צולייגן?

בעל הבית » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:35 pm

· #96182
איך בין גרייט צו צומאכן די ראטשעס פון מיין געשעפט פון איינס ביז פיר נאכמיטאג, די איבעריגע צייט איז זר זהב'ס רעספאנסיביליטי

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 5:06 pm

· #96198
sunbar

ווער קען צולייגן?

3) גיב ווייניגער לייקס וועט זיין מער נייע תגובות.