☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אינטערנעט פילטער הלכה למעשה!

אינטערנעט פילטער הלכה למעשה!

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3194

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:10 pm

· #96084
אינטערנעט פילטער הלכה למעשה!
איך פארמאג א קאמפיוטער, און א סמארטפאון אין טאש, איך וויל עס פילטערן פון שלעכט'ס און עס מאכן ס'מערסטע כשר שייך. איך האב אינסטאלירט אויף מיין פאון א עפפלאק וואס האט פארשלאסן אלע עפפס וואס שפילן ווידיאו'ס, אלע סאציאלע עפפס ווי טוויטער פעיסבוק ודומיהן וואס קומען מיט די פאון און מען קען עס נישט פטור ווערן, אזוי אויך האב איך צוגעשלאסן אלע אנדערע בראוזער'ס חוץ K9 אויך די גוגל פלעי געשעפט האב איך פארשלאסן אונטער א פעסווארד וואס נאר, און נאר מיין פרוי האט!!!

מיין פראגע איז, איך מיין אז K9 הרג'ט מיין פאון, עס פרירט און גייט אבנארמאל שטייט, אזוי אויך איז די אינטערנעט עקספיריענס נישט אזוי באקוועם און שיין ווי אנדערע בראוזערס, למעשה וויל איך איצט גיין נאך א טריט און שאפן א ווייט-ליסט דערויף, ווייסט איינער צו איז דא אזא מעגליכקייט אויף א אנדרויד דיווייס, אויב איז נאר דא אויף עפפל וועל איך טוישן אויף אייפוין.

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:01 pm

· #96113
בין איך געהאלפן געווארן אויף אייוועלט דורך א איד וואס רופט זיך משה יאנקל, ער האט מיר געשיקט די נומער פון טעג און משמרת.

איך האב גערופן טע"ג, זיי זאגן אז נאך זיי לייגן ארויף די פילטער, און אפשר א ווייטליסט, און די עפפ-לאק, קריג איך א כשר סטיקער אויף מיין פאון.

די נומער איז;טעג 7184371824
משמרת 7186697028

דרך אגב האט טעג נישט קיין אפיס אין וויליאמסבורג קרית מלך רב.

זר זהב » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:05 pm

· #96115
וואויל איז דיר לעמאן דזשוס!! כמוך ירבו בישראל!

יידל » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:07 pm

· #96116
טעג אינסטאלירט סך הכל k9. א גוטע פלאץ צו קוקן איז דא <a class="postlink" href="http://venishmartem.com/devices/item/android-devices">http://venishmartem.com/devices/item/android-devices</a>

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:09 pm

· #96117
יידל
טעג אינסטאלירט k9.


דעטס איט? האב איך דאך א אייגענע טעג ביי מיר אין שטוב, אבער די סטיקערס האבן נאר זיי!!!

די לעידי וואס האט געענטפערט מיין רוף האט מיר געזאגט אז זיי האבן עפעס א אפציע פון ווייט-ליסט אויך,

נאך א זאך זאגט זי מיר, אז עפל איז גאר שווערער צו פילטערן, ווייסט איינער פארוואס?

יידל » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:11 pm

· #96119
אין דעם סייט וואס כ'האב געלינקט האבן זיי אויך אן אפציע צו ווייט-ליסטן. עפל לאזט זיך נישט פילטערן וויבאלד זיי זענען נישט קיין אפן סארס

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:14 pm

· #96121
איך מיין א משמרת לאזט נישט אדורך קאווע שטיבל.

יידל » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:15 pm

· #96123
משמרת איז די סאטמערע jnet?

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:16 pm

· #96124
יידל
אין דעם סייט וואס כ'האב געלינקט האבן זיי אויך אן אפציע צו ווייט-ליסטן. עפל לאזט זיך נישט פילטערן וויבאלד זיי זענען נישט קיין אפן סארס


אבער מען קען דאך לייגן עפפלאקס און K9, נישט אזוי?

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:19 pm

· #96126
יידל, ווער איז ונשמרתם??!

ריזן דאנק פאר די לינק...

און זיי טיילן אויך סטיקערס? איצט בין איך זייער אינטערעסירט אין א סטיקער, די פילטער האב איך שוין פונלאנג, די סטיקער ברויך איך ווייל איך וויל קענען זיין א עד ביי א חופה!

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:23 pm

· #96129
יידל
משמרת איז די סאטמערע jnet?


יא.

יידל » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:23 pm

· #96131
לעמאן, פאר א סטיקער, פרינט דיר דאס ארויס: <a class="postlink" href="http://rlv.zcache.com/100_kosher_sticker-r378e40ea17e44d03984a31807845062f_v9waf_8byvr_512.jpg">http://rlv.zcache.com/100_kosher_sticke ... vr_512.jpg</a>

לעמאן דזשוס » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:28 pm

· #96138
יידל
לעמאן, פאר א סטיקער, פרינט דיר דאס ארויס: <a class="postlink" href="http://rlv.zcache.com/100_kosher_sticker-r378e40ea17e44d03984a31807845062f_v9waf_8byvr_512.jpg">http://rlv.zcache.com/100_kosher_sticke ... vr_512.jpg</a>


פיין... און איך וועל קענען זיין א מסדר קידושין גאר.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:05 pm

· #96169
יידל
משמרת איז די סאטמערע jnet?

ניין! משמרת איז א ועד\אפיס איבער טעכנאלאגיע געביטן פאר דעם סאטמארער עולם, ענליך צו טע"ג, נאר זיי דארפן\ווילן\העלפן אינפארסירן די מאנדאטארישע תקנות.
דער סאטמארער פילטער הייסט משומר!
(וכל זה קבלנו מעיתון דער איד).

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:14 pm

· #96173
יידל
משמרת איז די סאטמערע jnet?

<a class="postlink" href="http://meshimer.com/">http://meshimer.com/</a>
דאס איז דער סאטמערע מעשה.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:38 pm

· #96186
משומר למשמרת לגזירה שוה.
סארי פאר מיין מיסטעיק.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 5:17 pm

· #96204
לדעתי, נעגעטיווע נעמען אויף פילטער איז נועל דלת פאר נארמאלע מענשטען.

קאמפיאטער » דינסטאג מערץ 12, 2013 7:48 pm

· #96252
קאווע טרינקער
לדעתי, נעגעטיווע נעמען אויף פילטער איז נועל דלת פאר נארמאלע מענשטען.



ביי מיר איז די נאמען משומר פאזעטיוו!!!!!!!

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 9:01 pm

· #96280
איר קענט נישט די שפראך פון די תורה.
(ס'נישט דיין שולד)

יואב » פרייטאג מערץ 15, 2013 2:36 am

· #97322
K9 געווענדליך זייעט נישט אן קיין שום פראבלעם אויף א קאמפיוטער,

נאר אויף פאונס רעדט מען זיך אפ,

יואב » פרייטאג מערץ 15, 2013 2:40 am

· #97324
לעמאן דזשוס
איך פארמאג א קאמפיוטער, און א סמארטפאון אין טאש, איך וויל עס פילטערן פון שלעכט'ס און עס מאכן ס'מערסטע כשר שייך. איך האב אינסטאלירט אויף מיין פאון א עפפלאק וואס האט פארשלאסן אלע עפפס וואס שפילן ווידיאו'ס, אלע סאציאלע עפפס ווי טוויטער פעיסבוק ודומיהן וואס קומען מיט די פאון און מען קען עס נישט פטור ווערן, אזוי אויך האב איך צוגעשלאסן אלע אנדערע בראוזער'ס חוץ K9 אויך די גוגל פלעי געשעפט האב איך פארשלאסן אונטער א פעסווארד וואס נאר, און נאר מיין פרוי האט!!!

מיין פראגע איז, איך מיין אז K9 הרג'ט מיין פאון, עס פרירט און גייט אבנארמאל שטייט, אזוי אויך איז די אינטערנעט עקספיריענס נישט אזוי באקוועם און שיין ווי אנדערע בראוזערס, למעשה וויל איך איצט גיין נאך א טריט און שאפן א ווייט-ליסט דערויף, ווייסט איינער צו איז דא אזא מעגליכקייט אויף א אנדרויד דיווייס, אויב איז נאר דא אויף עפפל וועל איך טוישן אויף אייפוין.


איי אין אפוטרופוס לעריות?
ביזט דען פארזיכערט דיין ווייב,
וועט נישט אריינבלאנדשנען אין מקומות האסורים?
(אויב זי האט צוטריט)

לעמאן דזשוס » פרייטאג מערץ 15, 2013 7:04 am

· #97329
ניין, אונז זענען אין די דעה אז א פרוי, עכ״פ געוויסע אדער אסאך...האבן נישט די יצר אויף הסתכלויות!

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 31, 2013 6:25 pm

· #100775
אין דער איד די וואך שרייבט ער אז משומר האט מצליח געווען און ערפינדן א גוטן פילטער און ווייט ליסט פארן אייפאון.

מאדנע אז זיי שרייבן אז ענדליך איז זיי געלונגען דאס צו טון מיטן הארטסטן קערל, עפל, וועלכע איז א פארמאכטע סאורס, אבער דערנאך שרייבן זיי אז נאר עפל איז מסודר, און ענדרויד נישט. איך פארשטיי עס נישט.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 31, 2013 6:36 pm

· #100782
שמעקעדיג
אין דער איד די וואך שרייבט ער אז משומר האט מצליח געווען און ערפינדן א גוטן פילטער און ווייט ליסט פארן אייפאון.

עלובה עיסה שנחתומו מעיד...

וואלפה » מיטוואך אפריל 3, 2013 3:48 pm

· #100961
איך האב ישמרנו עס איז הפלה'דיג
ישמרנו איז א נדבן פון keep your eyes (עפעס אזוי) און
דער רב און איינע פון די דיינים פון די קהילה וואס איך געהער, קען זעהן ווי, און ווי לאנג איך בין געווען איבעראל,
אויב עפעס טויגט נישט באקומט ער א רויטע ריפארט ווי איך בין געווען און ווי לאנג.