כינוס כלל ישראל - א יאר שפעטער
53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3193
כינוס כלל ישראל - א יאר שפעטער
מיר האלטן שוין א יאר נאך דער גרויסע פראפאגאנדע פון די כבוד הונגעריגע קינדער פון סקולענע רבי, מיט נאך עטליכע חדשים ארום וועט ווערן א יאר צום היסטורישן אזוי גערופענע 'כינוס כלל ישראל', ברוך השם דער אחדות ביי כלל ישראל היינט צו טאג איז אויף דער העכסטע שטאפל זייט מתן תורה, אין טאקע מיט אט דעם כח פון אהבה אחוה ושלום וריעות האט מען געגעבען דעם יצר הרע א געזונטע שטופ צום ווינקעל, אין מען האט צוריק געווארפען זיין טריפענעם אינטערנעט, מיר האבען איהם געזאגט ניין מיר ווילן עס נישט האבען האלט דיך דערמיט!
אכשר דרא!
איך ווייס נישט צו די האסט די שאכטל סארקאזם ביי דיר צו ניין, אבער די פאקט איז אז זינט די כינוס כלל ישראל למיניהם, און טעפ לעריהם, און משמרת, משומר, מאושר לשמותיהם, איז די באנוץ פון די פילטערס געשטיגן אויף א גרויסן פארנעם. והעיקר די באנוץ פון די סמארט-פאונס איז געווארן זייער אן אפגעפרעגטע זאך בקרב עדת ישראל.
וואס טוט זיך למעשה אין די טאשן, און אין די חדרי חדרים, זאגט דאך שוין די פסוק, ויראת מאלוקיך אני השם, און היסתר איש במסתרים ואני לא יראנו נאום השם, און במסתרים תבכה נפשי!!
איבערפאָרן K9 אין ווייניקער ווו איין מינוט
באנוץ פון די סמארט-פאונס איז געווארן זייער אן אפגעפרעגטע זאך
<a class="postlink" href="http://blog.whitesites.com/How-to-remove-K9-without-password__634468736280312500_blog.htm">http://blog.whitesites.com/How-to-remov ... 0_blog.htm</a>
How to remove K9 without password
Posted on Jul 21, 2011 by Paul White
One of my clients recently called me, and asked me how do I get rid of this K9 internet protection? Turns out his laptop was busted, so he took his kids laptop with him. But he forgot that K9 limits what websites he can visit, and even worse he forgot his password for K9. So I remoted into his system and hacked the system to stop K9. I figured others might be in the same situation so I will share how I did it.
Keep in mind this does not remove K9 from your system. It just disables it.
Instructions for disabling K9 Web Protection without a password
Open Control Panel
Open Administrative Tools
Open Services
Look for the Service by Blue Coat, Right Click Properties
Change the Startup Type to Disabled.
Click on Apply
Stop the service
Click Ok
Close all open windows ( Services, Administrative Tools, Control Panel )
Open My Computer
Open C: ( or whatever drive windows is installed on )
Open Windows ( or whatever your Windows Folder is called )
Open System32
Open Drivers
Delete the file bckd.sys
Reboot the computer
K9 should now be disabled.
At least this worked for me.
Hopefully this helps others who need to disable the K9 Web Protection
real jewבאנוץ פון די סמארט-פאונס איז געווארן זייער אן אפגעפרעגטע זאך
באָראָ פּאַרקער מאָביל טעלעפאָן געשעפטען האָבן פארקויפט טויזנטער סמאַרט פאָנעס אין די לעצטע זעקס חדשים
<a class="postlink" href="http://blog.whitesites.com/How-to-remove-K9-without-password__634468736280312500_blog.htm">http://blog.whitesites.com/How-to-remov ... 0_blog.htm</a>
How to remove K9 without password
Posted on Jul 21, 2011 by Paul White
One of my clients recently called me, and asked me how do I get rid of this K9 internet protection? Turns out his laptop was busted, so he took his kids laptop with him. But he forgot that K9 limits what websites he can visit, and even worse he forgot his password for K9. So I remoted into his system and hacked the system to stop K9. I figured others might be in the same situation so I will share how I did it.
Keep in mind this does not remove K9 from your system. It just disables it.
Instructions for disabling K9 Web Protection without a password
Open Control Panel
Open Administrative Tools
Open Services
Look for the Service by Blue Coat, Right Click Properties
Change the Startup Type to Disabled.
Click on Apply
Stop the service
Click Ok
Close all open windows ( Services, Administrative Tools, Control Panel )
Open My Computer
Open C: ( or whatever drive windows is installed on )
Open Windows ( or whatever your Windows Folder is called )
Open System32
Open Drivers
Delete the file bckd.sys
Reboot the computer
K9 should now be disabled.
At least this worked for me.
Hopefully this helps others who need to disable the K9 Web Protection
איך בין געווען נישט לאנג צוריק ביי א גרויסע רבי'שע חתונה. איך וויל נישט זאגן וועלכע, אבער אזא וואס איינע פון די רבי'ס זענען אויסגעשפראכן אנטקעגן אינטערנעט/סמארטפאונס, און האקט דערויף אין זיינע דרשות בכל עת מצוא, און נעמט אפילו אפיר זיינע חסידים פריוואט דערוועגן.
פארשטייט זיך אז דער עולם איז געזעסן מיט די פאונס, ס'האט נישט אויסגעקוקט ווי איינער שעמט זיך אפילו דערמיט.
ארומגייענדיג אבזערווירן האט זיך מיר ארויסגעשטעלט בערך דעם פאלגענדן בילד: 75% פארמאגן סמארטפאונס, ווי אייפאון, ענדרויד, אדער בלעקבערי. די איבריגע 25% האבן געהאט די פאלם סענטראוס אדער אלטמאדישע "דאמב" פאונס.
איך בין דן לכף זכות אז אלעס האט געהאט פילטערס, אבער עכ"ז איז עס געווען אן אויפפאלנדן בילד.
בכלל איז נאך נישט קיין יאר שפעטער, ועיין עוד באשכול "א האלב יאר נאכן כינוס".
נ.ב. אלס אייניקל פון א סקולענע חסיד (...) וויל איך מעורר זיין, אז אויב האט סיי ווער דא פוגע געווען אינעם כבוד פונעם איש אלקים, סקולענער רבי'ן שליט"א, בין איך מוחה דערויף.
אלזא, קוקט אויס ווי איך דריי מיך אין גאנץ א גוטע שול'עכל לויט דעם.
און ביי די יעניגע חתונה בין איך נישט געוועזן. דרך אגב איך ווייס נישט וויפיל גרויסע זינד מען קען אפטון פון בלעקבערי'ס דוכט זיך אז ביז מארטש 22 ווען די נייע גייט זיין צו קריגן איז דוקא אייפוין און אנדרויד בכלל ה'גזירה.
אז מען מיינט עס ערנסט קען מען פיין זינדיגן אויפן בלעקבערי אויך. אגב מיר שיינט אויך אז א גרעסערער ציבור האט סמארט פאנס ווי נישט. דער גאנצער פילטער גרידער איז בעיני אזא מין קאווער-אפ וואס איז אויבן פוץ אונטן שמוץ. למשל K9 קען מען דיסעבלען אין א מינוט און צירוקשטעלן כאילו לא היה. דער כינוס האט אזויפיל אויפגעטאהן אז רבנן ותלמידהון פילן שוין נישט קיין דרוק הלמאי מען טוט גארנישט איבער די טעכנעלאגיע עס איז דאך געווען דער כינוס.
איך דינג זיך שטארק...
קען זיין אונזערע רבנים, קען זיין טייל רבנים-ליצים. אבער עס איז קלאר דא וואס האבן זיך ערענסט שטארק געזארגט...הלכה למעשה קענען די רבנים אסאך מער טון, אבער דער ציבור לאזט זיך נישט געהעריג רודה זיין במקל, און בכלל האט יעדער מורא, עס איז אנדערע צייטן, ודו"ק.
מיר דוכט זיך אז פילטערס איז געווארן א גאנגבאר ארטיקל אבער סמארט פאונס? ווער האט דען נישט היינט קיין סמארטפאון? אונטער 35, נישט אין כולל פארמאגן רובא דרובא סמארטפאונס, עכ"פ אין מיין ווינקל פון שטאט.
לעמאן דזשוסאיך ווייס נישט צו די האסט די שאכטל סארקאזם ביי דיר צו ניין, אבער די פאקט איז אז זינט די כינוס כלל ישראל למיניהם, און טעפ לעריהם, און משמרת, משומר, מאושר לשמותיהם, איז די באנוץ פון די פילטערס געשטיגן אויף א גרויסן פארנעם. והעיקר די באנוץ פון די סמארט-פאונס איז געווארן זייער אן אפגעפרעגטע זאך בקרב עדת ישראל.
איך ווייס נישט וואו דו דרייעסט זיך, אבער פון וואס איך זע איז די סמארט פאון באנוץ גאר געשטיגן אין די לעצטע יאר צייט. אמת, גלייך נאך די כינוס, די ערשטע פאר וואכן האט מען נאך ארום געקוקט, נישט געווען זיכער וואס גייט דא זיין, ווי שטרענג די מוסדות גייען עס נעמען, אבער יעצט כמעט א יאר דערנאך, איז סך הכול צו געקומען אפאר תקנות אויף וואס מ'זאגט ליגענט פאר די מוסדות, בנוסף צו קאמפיוטער און DVDs, און ס'איז בכלל נישט קיין בושה זיך אנצורופן ביי א קרעמל, אז איך האב דעס און דעס געזען אויפן אינטערנעט.
און לגבי פילטערס, גערעכט אז ס'געווען א שטארקע אויפוואכונג אין דעם ענין, אבער לויט ווי טעקנישענס געבן איבער, איינמאל די התעוררות האט אויסגעוועפט האבן אומצאליגע מענטשען געבעטן צו לייגן אויף די שוואכסטע לעוועל, אדער אינגאנצן אראפנעמען.
געפילטע פישלויט ווי טעקנישענס געבן איבער, איינמאל די התעוררות האט אויסגעוועפט האבן אומצאליגע מענטשען געבעטן צו לייגן אויף די שוואכסטע לעוול, אדער אינגאנצן אראפנעמען.
דו האסט מקורות? וועלכע טעקנישענס זאגן אזעלכע זאכן?
און בכלל איז די התעוררות צוריק ארויף א שטאפל זינט די גלויבער טראגעדיע (מקור: אייוועלט)
שמעקעדיג, די תירוץ איז אז ס'ווענד זיך וואו מ'דרייט זיך.
שמעקעדיגדו האסט מקורות? וועלכע טעקנישענס זאגן אזעלכע זאכן?
דו ווילסט נעמען?
יידלשמעקעדיג, די תירוץ איז אז ס'ווענד זיך וואו מ'דרייט זיך.
למשל נישט יעדער דא דרייטצעך אויף אייוועלט...
כווייס נישט ווי עטץ לעבטס אבער אין מיין קווארטעל האט יעדער געהריגע סמארט פאונס אויכט די פרויען
נאכען כינוס האט מען גערעד וועגען פילטערס אבער שפעטער האט מען שוין אויפגעהערט רעדען וועגען עס
יידלשמעקעדיג, די תירוץ איז אז ס'ווענד זיך וואו מ'דרייט זיך.
די גאנצע לעוועל פון פילטער ווענד זיך וואו מ'דרייט זיך.
יעדע קהילה האט "דרגות" וכו'.
אינטערסאנט, אז לויט מיין מסורה איז סך-הכל איין תורה געגעבן געווארן פאר מיין זיידע משה.
איך האלט גראדע מיט מיין קלינע דעת בעל הבית אז די כינוס האט געמאכט א גרויסע טויש אין כלל ישראל, קוק אן אויף אלע צעטלעך פון די מוסדות יעדער שרייבט אונטער אז מען האט גארנישט קיין קאמפיוטער, דאס אז מען האט יא איז שוין א עבירה בצנעה, כאטש די חילול השם איז נישט דא
לדעתי האט דער השפעה פונעם כינוס אויסגעוועפט פיל שנעלער ווי די עסקנים האבן זיך געראכטן, אין ס'נישט קיין שום בושה אין קיין שום אידישע געגנט זיך צו דרייען מיט סיי וואספארא אינטערנעט כלי (ליידער) וואס ווער עס געדענקט איז דאס געווען פון די הויפט צילן פונעם כינוס.
שמעקעדיגגעפילטע פישלויט ווי טעקנישענס געבן איבער, איינמאל די התעוררות האט אויסגעוועפט האבן אומצאליגע מענטשען געבעטן צו לייגן אויף די שוואכסטע לעוול, אדער אינגאנצן אראפנעמען.
דו האסט מקורות? וועלכע טעקנישענס זאגן אזעלכע זאכן?
און בכלל איז די התעוררות צוריק ארויף א שטאפל זינט די גלויבער טראגעדיע (מקור: אייוועלט)
יא איך האב עס קאנפירמט מיט א טעקנישן, פארשטייט זיך אז איך גיי נישט שרייבן קיין נאמען ברבים
בעל הביתאיך האלט גראדע מיט מיין קלינע דעת בעל הבית אז די כינוס האט געמאכט א גרויסע טויש אין כלל ישראל, קוק אן אויף אלע צעטלעך פון די מוסדות יעדער שרייבט אונטער אז מען האט גארנישט קיין קאמפיוטער, דאס אז מען האט יא איז שוין א עבירה בצנעה, כאטש די חילול השם איז נישט דא
וואס מיינסטו מיט חילול השם?
לכאורה מיינט ער די בחינה פון "למה יאמרו הגוים" זיי האבן פילטערס און אידן נישט....
ער מיינט די חילול השם אז געוויסע זאגן ליגט אויף שטאט פראגראמען און נישט צו אונזערע אייגענע מוסדות. יעצט זאגן מיר ליגנט אויך אויף אן אפליקעישאן פון אונזערע מוסדות.
sssssssssssssshhhhhhhhhhhhhhhhhhh
לעמאן דזשוסאיך ווייס נישט צו די האסט די שאכטל סארקאזם ביי דיר צו ניין, אבער די פאקט איז אז זינט די כינוס כלל ישראל למיניהם, און טעפ לעריהם, און משמרת, משומר, מאושר לשמותיהם, איז די באנוץ פון די פילטערס געשטיגן אויף א גרויסן פארנעם. והעיקר די באנוץ פון די סמארט-פאונס איז געווארן זייער אן אפגעפרעגטע זאך בקרב עדת ישראל.
וואס טוט זיך למעשה אין די טאשן, און אין די חדרי חדרים, זאגט דאך שוין די פסוק, ויראת מאלוקיך אני השם, און היסתר איש במסתרים ואני לא יראנו נאום השם, און במסתרים תבכה נפשי!!
גערעכט, דער עמך אינגערמאן וואס האט מצליח געווען ברוחנית און ער זיכט צו געפעלן פאר השי"ת האט גאר שטארק פארדינט פינעם כינוס..
ביזען כינוס איז געווען נערמאל צו האבן און ראדני/הופער/לעקוואד/אא,וו א אומגעפילטערטע סמארטפאון, היינט צוטאגס שעמט זיך מען דערמיט, אפילו ווער עס האט עס יא, ווייזט א זער אז טוט א עוולה,
מען האט געטוישט די ווינט פון די זאך.
איך שעמעך אז כאב נאך א בלעקבערי אבער סע מיך נישט איינגעפאלען מיך צו שעמען אז סע א סמארטפאן...
איך דריי מיך און דאווען אין סאטמאר.
איך ווייס נישט אויף זעכער אויב מע קען מער טוהן עבירות אויף א אנדערע מין סעלפאן אבער אויף bbm אפי' מיט א פילטער קען מען טוהן אלע גראבע עבירות.
@REAL JEW,
לדעתי איז דא נישט דער פלאץ אראפצוברענגען וועגן וויאזוי אויסצושפילען דעם K9 וועב פראטעקשען,
איך גלויב חברה וואס זיכען וויאזוי פטור צו ווערן פירן אליינס דורך א חיפוש,
איך ווייס נישט דיין אידישקייט סטאטוס,
יעדער האט רעכט צו שרייבן דא,
אבער לענ"ד איז עס חוצפה אראפצוברענגען דעטאלירט אויף א היימישן בלאג
א יאר שפעטער אין קאווע שטיבל איז געווארען גרעסער אין שענער
מער אריינשרייבערס אין סאך מער אקטיווער ניקס
די מספר פון אשכולות און הודעות ארויף פיל פאכיג
האט "כינוס כלל ישראל" געהאט א נעגעטיוו אויסבראך?
אויב כינוס כלל ישראל האט צאם געברענגט פערציג טויזענט מאחינו בני ישראל, מ'האט געמיינט אז יענער נאכט וועט אראפקומען ישועתן של ישראל, אין דער טריפה אינטערנעט וועט נעלם ווערן פון כלל ישראל, פארוואס דארף מען נאך אלס רעדן כאילו מ'הייבט נאכאמאהל פון אל"ף.
איז הרב שיף פון אנטווערפון אין הרב פאדווא פון לאנדאן דער ראחמיסטרווקא פון ירושלים פרעזענטליכע איינטייל נעמען אין דעם 'כינוס' נישט געהאט א אוטומאטישע השפעה אז מיר אלע זאלן נישט זיין קיין "קאווע טרינקערס"?
פארוואס האט דער סקולען רבי'ס קינדער נאכאמאהל גערופן א אסיפה אין שטוב פון זייער פאטער הויז נעכטן נאכט? האבן מיר אלע דען נישט געהערט זיין פייערדיגע דרשה ביים כינוס אז מ'טאר נישט זיין קיין בהמות וואס קוקען צו דער ערד?
כינוס כלל ישראל - האבן די רבנים געהאט א גוטע געלעגנהייט אין האבען דאס געפערליך פארפאטשקיט מיט נערישקייטן?
כפי הנראה איז אינטערנעט פון די זאכן וואס ברויכן שטענדיג חיזוק, קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז די כינוס איז א פולקאמע ישועה, אלזא וואס יא? ווייסט איין באשעפער...
בן מלךכפי הנראה איז אינטערנעט פון די זאכן וואס ברויכן שטענדיג חיזוק, קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז די כינוס איז א פולקאמע ישועה, אלזא וואס יא? ווייסט איין באשעפער...
לערנען מיט די קינדער (אין מיט אינז) אמתע יראת ה' אין אהבת ה' א טעם אין א מוצה האנטלויפען פין אן עברה. דאס איז די איינציגסטע וועג צי פראטעקטען אינזער קינדער פין 10G. קיין שים תקנה אדער אינטערשריפט קען נישט נעמען דעם פלאץ, ביזדערווייל איז מען פארנימען מיט ליפטיגע זאכן.
אויב שמירת עניים איז מיר וויכטיג וועל איך אליין אויספיגערן אז איך דארף א פילטער וכו'.
פארען עווריטש אינגערמאן ווען דער רב זאגט אז אינטערנעט איז טרייף רעדט ער בכלל נישט זיין שפראך פין דא אין ווייטער קען ער שוין טיישען אין פסק ווי אזוי ער וויל
וואס וועל איך דארפן טון ווען מיין פרידש אין suv אין קאווע מעשין וועלן אלע זיין online ?
ס'וועט שוין נישט נעמען לאנג ביז א יעדע obgyn וועט זיין mandated ציצישטעלן א ip address פאר א יעדע אינפענט
נאך דער אסיפה אין סקולען רבי'ס הויז, איז מען ארויס בהחלטה אחת, אז די רבנים זאלן האלטן דרשות מחומר הענין של נגע האינטערנעט.
ב"ה לא אלמן ישראל...
דולה ומשקהנאך דער אסיפה אין סקולען רבי'ס הויז, איז מען ארויס בהחלטה אחת, אז די רבנים זאלן האלטן דרשות מחומר הענין של נגע האינטערנעט.
ב"ה לא אלמן ישראל...
A new asifeh on erev R'choidesh siven on the 18th ave. Park Again with ALL the rabonim !!
פארשטייציך חוץ מהרב"צ מבאבוב 48
בעל הביתפארשטייציך חוץ מהרב"צ מבאבוב 48
Most probably this time R' ARON will be there !
עס איז דעך נישטא אזויפיל סווינגס און גליטשערס פאר אזא עולם?
לכאורה יעדער שטאט וועט האבן איהר אייגן אסיפה כללית, מיטן באטייליגן פון יעדער שטאט מיט אירה רבנים, דהיינו בארא פארק מיט אלע בארא פארקער רבנים וכו', די אלע אסיפות זאלן פארקומען אין די זעלבע נאכט.
וואס קען מען נאך זאגן ביי פרישע אסיפות וואס מ'האט נאכנישט געזאגט פאראיאר?
ווינדאוס 8 איז דאך ארויסגעקומען אין די יאר ר"ל, און מ'קען עס דאך נישט פילטערן, ממילא גייט מען פראבירן בכך הרבים צו בעטן פון די קאמפאניס וואס מאכן די סאנסא קליפ אז מ'זאל עס נישט קענען קאננעקטען צו קיין סקרינס.
עפעס רעדן זיי ביי די לעצטיגע אסיפה פון א היימישע קאמפעני פאר אלע טעכנעלאגישע מכשירים, אזא חסידישע סטיוו זשאבס.
א יאר שפעטער - אין די גרויסע מוחות פון היינטיגען דור, וואס אונזער דור יתום האט זוכה געוועהן זיי צו האבן אלס דור דור ומנהיגיו, האבן זיין בפה אחת מחליט געוועהן אז... ממשיכים, יאפס, נאך א אסיפה...
לא אלמן ישראל, ס'דא וואס זארגען זיך פאר אונז
אדער בעסער געזאגט נישט פאר אונז נאר פאר אונזער קינדערס עתיד...
אט האסטו וואס מ'גייט אויפטוהן! דאס איז דאך דער פראבלעם פונעם דור! 😃 😃 😃
📎 IMG-20130502-WA045.jpg
נייגעריגער, דאס בילד ערשיינט נישט.
ביטע סקען אריין די גאנצע ארטיקל, אדער זאג וועלכע צייטונג, וועלכע פעידזש. א דאנק.
ס'איז א קאפי-פעיסט, איינער האט געטענהט אז די פאנט איז פון דער בלאט!
צוויי יאר שפעטער
פיר יאר שפעטער
...און ווי אנדערש (...בעסער) זענען מיר געווארען זייט דעמאלטס?
זענען לפי ערך ווייניגער צוגעקומען צו קאווע שטיבל נאך דער גרויסע כינוס ווי איידער דער כינוס?
אדער איז דער כינוס געווארען בבחינת: כאילו לא היה
מ'האלט שוין פינעף יאר שפעטער, און מיר זעהן שוין איינמאל די גוטע האראוואניע פון טייערע עסקנים. עס בלייבט נאר איבער א גרויסע דאנק פאר די חשוב'ער רבנים און זייערע אמת'ע, געטרייע און איבערגעגעבענע שלוחים.
Re: כינוס כלל ישראל - א יאר שפעטער
איך זעה אז אויף הייד פארק זענען אלע פארומען אויף אידיש איינגעשלאפן בערך אין די יאר נאכן כינוס, כאטש קאווע שטיבל האט זיך אויך בערך דעמאלס געעפנט און עס זעהט אויס ווי אנפאנג איז עס טאקע געווען א שטיקל ריפלעיסמענט, בעיקר די צימעס אפטיילונג, און עס האבן זיך דא אריינגעמופט הייד פארק סטייל שמועסן, האט זיך עס אבער גאנץ שנעל אויפגעהערט און פון אביסל שפעטער זענען שוין כמעט נישט דא דא קיין ניקס וואס עס גייט נאך אהן אזעלכע זאכן ווי צום ביישפיל ווער עס האט דעם אמתן דרך פון רבין ז"ל וכדומה וואס די אלע זאכן זענען געווען בעיקר די שמועסן אויף היידפארק.
וואס איך נעם פון דעם ארויס איז אז כאטש דער כינוס האט טאקע נישט אויפגעטוהן פאר מענטשן וואס לאכן פון די רבנים און פונעם סיסטעם, האט עס דאך אויפגעטוהן אז עס איז שוין כמעט נישט דא די טובלים ושרץ בידם וואס פון איין זייט זאלן זיי זיין ביזי אויף די געפערליכע עוולות וואס דער אדער יענער טוהט און פון די אנדערע זייט זאלן זיי האבן אפענע אינטערנעט און זיך דרייען אין אלע מקומות קעגן וואס זיי אליינס האקן.
דו ווייסט וואס טוט זיך אויף פעיסבוק? דער וועלט רוקט זיך נאכאנאנד פאראויס, און עס איז זינלאז צו טראכטען אז נאר דורך דער כינוס כלל ישראל קען מען דאס פארשטייען.
ובפרט אז היידפארק איז זייער א נישט געשמאקער סייט. פאר א נייעם באנוצער איז עס זייער פרעמד, האלב די זאכען זענען פארשפארט. כאטש אויף קאוועשטיבעל טשעפערט מען נישט די פרעמדע מיט די פארשפארטע חלקים. איך האב שוין א פאר מאל פראבירט דארט זיך אומצוגייען און עס גייט מיר נישט.
Re: כינוס כלל ישראל - א יאר שפעטער
דער מציאות איז אבער אז ביזן כינוס איז הייד פארק געווען פיל מיט אידישע פארומס און זיי זענען אלע איינגעשלאפן און לכאורה איז דער כינוס מיט די קהילה פילטערס דערנאך וואס בלאקן הייד פארק א גרויסער, אדער דער עיקר, גורם דערצו.
[ציטאט אראפגענומען]
"און ווער עס ווייסט האט היידפארק א שמוציגע אפטיילונג"
וואס מיינט דאס? און ווער האט דיר דאס געזאגט?
[ציטאט אראפגענומען]
"און ווער עס ווייסט האט היידפארק א שמוציגע אפטיילונג"
וואס מיינט דאס? א פלאץ וואו מ'רעדט אויפן רבין? און מער וואונדערליך איז גאר, ווי אזוי ווייסטו דאס? די דרייסט דיך אויף פלעצער אפגעפיקעוועט מיט ציונות און וואו מ'רעדט אויפן רבין? ס'קען נישט זיין, יעך קאן דאס ניט גלויבן...