☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מען קען וויסן די תכונות הנפש לויט די לייקס

מען קען וויסן די תכונות הנפש לויט די לייקס

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3191

יאיר » דינסטאג מערץ 12, 2013 10:50 am

· #95960
מען קען וויסן די תכונות הנפש לויט די לייקס
א נייע שטודיע צייגט אז מען קען ארויסהאבן פארשידענע פרטים פון מענטשנ'ס לעבנס בלויז דורך באאבאכטן זייער לייקס אויפ פעיסבוק. צום ביישפיל, די קלוגערע מענטשן לייקן אזעלכע זאכן ווי סייענס און די קאלבערט רעפארט, בעת ווייניגער קלוגע לייקן מער אויבערפלעכליכע זאכן אזוי ווי ווי sephora (א געשעפט פאר מעיקאפ און דאס גלייכן).
וואס האלט דער עולם, מען קען ארויסהאבן די נאטורן פון די קאווע שטיבל מעמבערס לויט זייערע לייקס? למשל אויב לייקט איר די דאזיגע הודעה קען דאס מיינען אז איר זענט זייער א קלוגער מענטש, איר גלייכט אריגינעלע שטודיעס, און איר האט ליב צו פארשטיין די געדאנקען גאנג פון פארשידענע מענטשן, און אויך זענט איר אן אפענמיינדעד מענטש וואס האט הנאה פון נייע געדאנקען.

ידען » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:04 am

· #95982
לאמיר זעהן אויב מע קען זעהן מיינע נאטורען.

מע קען שרייבען גוט, שלעכט. פאזיטיוו נעגעטיוו.

אויב מע שרייבט נאר גוטס מיינט אז מע זעהט נישט גוט אויף דעם..

ידען » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:07 am

· #95984
איך וויל לייקען יאיר, אבער מע קען נישט וויסען לויט דעם ווייל ער האט געשריבען אז ווער סע לייקט עס, מיינט אזוי און אזוי, וועלעך שפעטער זעהן אויב איךוועל עס לייקען.

נאך דעם איז דא מענטשען ואס לייקען שנעל און סע דא וואס יעדע לייק קאסט זיי טויזענט דאלער און זיי געבען נישט אזוי שנעל אוועק אזוי סאך געלט.

ברסלבער » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:32 am

· #96009
יאיר, עס איז שטארק מסתבר וואס דו זאגסט, אבער פון דעם וואס איך האב דיר יעצט געלייקט קען מען נאך גארנישט וויסן, מען דארף קוקן אלע לייק'ס און מאכן א סך הכל, אמאל לייקט מען אלץ די תוכן, אמאל אלץ רחמנות, אמאל אלץ די הומאר, אמאל אז יענער זאל זיך אפטשעפענען פון מיר, ועוד.

יואב » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:33 am

· #96011
א נייער טאקטיק פון הרב יאיר צו קריגן לייקס,

גראדע שרייבט יאיר אסאך תגובות,
ווי עס וויל זיך לייקן פון זיך אליינס,

ער קומט אן און אלע פאורמס,
מיט ווערטפולע הערות,

Keep Up

אביגדור » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:41 am

· #96017
ניין.

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:43 am

· #96020
דער עצם פאקט אז עס איז פארהאן אזעלכע וואס קריטיגורן פארשינדע ניקס "פארוואס זיי קארגן" צו געבען לייקס,
אזוי אויך זענען די מהדרין און מהדרין מן המהדרין, צו געבן לייקס.
זענען דא גאר וואס זענען דאס אלס חוב קדוש אדער עקסטרים חומרא צו געבן א לייקס, נישט קיין נפק"מ ווי נעריש קינדערש דער תגובה איז.
דער לייק געבען זיי מיט אזא זהירות פשוט אלס חיזוק פאר דעם באטרעפענעם ניק, לאז אויס וואס ער האט געשריבען.
היוצא לנו מזה אז א לייק אויף קאווע שטיבל איז ארויס צו ווייזען סימפאטיע פאר א ניק נישט קיין נפק"מ וואס דער ניק זעלבסט האט געשריבען.
אדער וויל ער פשוט אנקומען צו דער רשימה פון דער טאפ טען לייק געבערס.
ממילא קען מען עכט נישט ארויס האבען דער תכונת הנפש וואס ליגט באהאלטן אונטער דעם לייק'ער.

ברסלבער » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:46 am

· #96022
ער רעדט נישט פון די עקסטרעמע חברה אויף רעכט'ס אדער לינקס.
אבער די עווריטש לייקערס, קען מען לכאורה יא זעהן בערך ווי אזוי זייער מח לויפט.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:54 am

· #96030
דא האב איך געשריבן דערוועגן

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/91886">viewtopic.php?p=91886#p91886</a><!-- l -->

לעמיל » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:56 am

· #96031
איך מיין מ'קען מאכען א עקסטרע פורום פאר די נושא פון לייקס עס איז שוין דא א גאנצע סטאק פון אשכלות דערויף

ידען » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:00 pm

· #96034
איך לייק גארנישט וועגען סימפאטיע, נאר ווען כאב הנאה פון יענעם, אפי' א פיצי הנאה פון יענעם וועלעך לייקען.

און אויך נישט אז ווייל מע האט מיך געלייקט וועלעך צוריק לייקען. איך מאך נישט חשבונות.

ווען די לייק קנעפעל וואלט נישט רעפרעשט די דף וואלטעך נאך מער געלייקט.

איך ווייס טאקע אז סע דא ניקס וואס פייגערען פאר א לייק אבער איך בין נישט פון זיי,. ווען יא, וואלטעך שוין לאנג אויפגעהערט צו שרייבען דא. סע דא אזוי פיל זאכען וואס כאב געשריבען און איך פארשטיי נישט פארוואס קיינער לייקט עס נישט ווייל אויב א צווייטער וואלט עס געשריבען וואלט מען יענעם באשאסען מיט לייקס, אבער איך קיק אפי' נישט איבער מיינע זאכען צו זעהן אויב מע האט מיך געלייקט.

אביגדור » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:10 pm

· #96042
ועוד.

אביגדור » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:25 pm

· #96051
מענין לענין.

לאדיך אפ » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:26 pm

· #96053
מזל טוב שיפס קאפיטאן!

טעפל » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:26 pm

· #96054
ידען
איך לייק גארנישט וועגען סימפאטיע, נאר ווען כאב הנאה פון יענעם, אפי' א פיצי הנאה פון יענעם וועלעך לייקען.
ווען די לייק קנעפעל וואלט נישט רעפרעשט די דף וואלטעך נאך מער געלייקט.

ס'איז שוין אויסגעשמואסט געווארן דא כמה וכמה פעמים די נושא, ידען איך שטום צו צו דיינע אויבהדערמאנטע ווערטער.
דא האט מען ארומגערעדט פון דעם טעפל..
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2888">viewtopic.php?f=10&t=2888</a><!-- l -->

--------------
מזל טוב.

ברסלבער » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:46 pm

· #96068
שמעקעדיג
דא האב איך געשריבן דערוועגן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/91886">viewtopic.php?p=91886#p91886</a><!-- l -->

שמעקעדיג
איך האב שוין אפילו געהאט א אפנהארציגע שמועס מיט די מנהלים דערוועגן, וואו מען האט דיסקוסירט צו מען זאל דיסעיבלען דעם 'לייק' קנעפל פון צימעס, וויבאלד עס פארפארט גענצליך פונעם מטרה פון די לייק סיסטעם. אונטערשטע שורה האט מען עס געלאזט, אבער עס מיינט נאך נישט אז עס איז מתוקן.

אפשר קען מען מאכן אז די לייק'ס אין צימעס זאלן ארבעטן עקסטער, עס זאל זיין א באזונדערע לייק סיסטעם אין צימעס, און באזונדער פאר די אנדערע פארומ'ס?

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 5:11 pm

· #96200
איך האב מעביר-לייק געווען מיין חלק אין קאווע שטיבל.
יא, יאיר איז גערעכט, איך בין קלוג, און איך שטימט מיט מיינע לייקס.

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג מערץ 12, 2013 5:27 pm

· #96212
ידען
איך לייק גארנישט וועגען סימפאטיע, נאר ווען כאב הנאה פון יענעם, אפי' א פיצי הנאה פון יענעם וועלעך לייקען.

און אנדערע ווערטער מיינסטו צו זאגן: אז פון די אלע הונדרעט און דרייסיג תגובות וואס כ'האב מיך געפלאגט צו שרייבן דא האסטו בסך הכל הנאה געהאט פון 16, די איבעריגע 114 האט דיר נישט פארשאפט "אפי' א פיצי הנאה", דעטס עי ביג קאמפלעמינט.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 12, 2013 5:55 pm

· #96223
אה בענשי, בארואיגט אייך... וועגן דעם האט ער געשריבן:

ידען
ווען די לייק קנעפל וואלט נישט רעפרעשט די דף וואלטעך נאך מער געלייקט.