☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "בחדרי חרדים" געלט-אויספּרעסן סקאנדאל

"בחדרי חרדים" געלט-אויספּרעסן סקאנדאל

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #319

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 3, 2012 10:34 am

· #3879
Re: "בחדרי חרדים" געלט-אויספּרעסן סקאנדאל
יעצט איז בחדרי פארמאכט, האט עס מיט דעם?

לאדיך אפ » דינסטאג אפריל 3, 2012 10:59 am

· #3884
Re: "בחדרי חרדים" געלט-אויספּרעסן סקאנדאל
שמואל הלוי
יעצט איז בחדרי פארמאכט, האט עס מיט דעם?

אודאי אזוי. אלע דריי באלעבאתים זענען פארהאלטן אין תפיסה.

הדד בן בדד » דינסטאג אפריל 3, 2012 4:27 pm

· #3921
Re: "בחדרי חרדים" געלט-אויספּרעסן סקאנדאל
אויב איז אמת וואס זיי האבן געטוהן קומט זיך עס זיי, אבער בחדרי זעהט מיר אויס געהעריג אפן.

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 3, 2012 4:43 pm

· #3923
Re: "בחדרי חרדים" געלט-אויספּרעסן סקאנדאל
יעצט איז עס טאקע שוין אפן אויך ביי מיר

קול גדול » דינסטאג אפריל 3, 2012 8:05 pm

· #3936
Re: "בחדרי חרדים" געלט-אויספּרעסן סקאנדאל
דא קען מען דען די ווידעא:
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4211666,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4211666,00.html</a>

גדעון » דינסטאג אפריל 3, 2012 11:05 pm

· #3964
Re: "בחדרי חרדים" געלט-אויספּרעסן סקאנדאל
איך בין נייגעריג צו די היימישע קהילות האבן אויך אינטערגעצאלט פאר בחדרי, אז זיי זאלען געבן דעקונג פאר זייערע פראפעגאנדע

יידל » דינסטאג אפריל 3, 2012 11:06 pm

· #3965
Re: "בחדרי חרדים" געלט-אויספּרעסן סקאנדאל
גדעון
איך בין נייגעריג צו די היימישע קהילות האבן אויך אינטערגעצאלט פאר בחדרי, אז זיי זאלען געבן גרויס דעקונג פאר זייערע פראפעגאנדע

ס'א בנין אב, גזירה שוה וק"ו.

שרגא » מיטוואך אפריל 4, 2012 2:37 am

· #3987
Re: "בחדרי חרדים" געלט-אויספּרעסן סקאנדאל
דאס אז מען האט זיי געכאפט ביי די מעשה, אויב עס איז טאקע אמת, איז גוטע נייעס פאר'ן אינטערנעט. דער אינטערנעט מוז דורכגיין די סטעידזש ווי יעדע נייע ערשיינונג אין געשיכטע, עס מוז איוואלוון און זיך אויספארעמען צו ווערן באלאנסירט. עס איז נאטירליך אז אויף אזא פריי פלאץ ווי יעדער קען שרייבן אן קיין שום דין וחשבון און קיין קאנטראל, זאלן עס אסאך וועלן אויסניצן צום שלעכטן ווי מען האט דא געזען, יעצט דארף קומען די געזעצליכע האנט און ווייזן אז אזעלכע מענטשן וועלן צאלן א פרייז, און אנדערע סייטס וועלן קודם יעצט גוט ארייננעמען אין קאפ אז מ'קען באצאלן מיט די ביזנעס פאר אזעלכע אקטן און אויך אנקומען אין תפיסה. די לשון הרע און באשמיצן מארקעט וואס דער אינטערנעט האט צוגעשטעלט ווי קיינמאל פריער, מוז דאך באקומען עפעס אן אויפוואכונג אז עס זאל נישט גענצליך ארויס פון קאנטראל.

ידען » פרייטאג אפריל 6, 2012 5:38 pm

· #4160
Re: "בחדרי חרדים" געלט-אויספּרעסן סקאנדאל
<a class="postlink" href="http://rotter.net/cgi-bin/go-news.pl?file=20137.html">http://rotter.net/cgi-bin/go-news.pl?file=20137.html</a>

פראפעסאר שפירא » פרייטאג אפריל 6, 2012 5:54 pm

· #4162
Re: "בחדרי חרדים" געלט-אויספּרעסן סקאנדאל
שרגא
דאס אז מען האט זיי געכאפט ביי די מעשה, אויב עס איז טאקע אמת, איז גוטע נייעס פאר'ן אינטערנעט. דער אינטערנעט מוז דורכגיין די סטעידזש ווי יעדע נייע ערשיינונג אין געשיכטע, עס מוז איוואלוון און זיך אויספארעמען צו ווערן באלאנסירט. עס איז נאטירליך אז אויף אזא פריי פלאץ ווי יעדער קען שרייבן אן קיין שום דין וחשבון און קיין קאנטראל, זאלן עס אסאך וועלן אויסניצן צום שלעכטן ווי מען האט דא געזען, יעצט דארף קומען די געזעצליכע האנט און ווייזן אז אזעלכע מענטשן וועלן צאלן א פרייז, און אנדערע סייטס וועלן קודם יעצט גוט ארייננעמען אין קאפ אז מ'קען באצאלן מיט די ביזנעס פאר אזעלכע אקטן און אויך אנקומען אין תפיסה. די לשון הרע און באשמיצן מארקעט וואס דער אינטערנעט האט צוגעשטעלט ווי קיינמאל פריער, מוז דאך באקומען עפעס אן אויפוואכונג אז עס זאל נישט גענצליך ארויס פון קאנטראל.


ס'האט גארנישט מיט לשון הרע אויף די אינטערנעט, פארקערט ווען זיי שרייבען ווען די לשון הרע וואלט מען זיי גארנישט געטוהן, די פראבלעם איז אז זיי האבען ארויסגעפרעסט געלט וואס דאס איז נישט לעגאל,

ידען » מאנטאג אפריל 9, 2012 12:53 am

· #4183
Re: "בחדרי חרדים" געלט-אויספּרעסן סקאנדאל
איז אמת אז מגייט פארמאכן בחדרי חרדים?

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 5:36 am

· #70440
[ציטאט אראפגענומען]

און בערגער גייט אין תפיסה 😉