☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » די טעקס ריפאונד איז אנגעקומען, הא הא!!

די טעקס ריפאונד איז אנגעקומען, הא הא!!

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3186

זר זהב » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:52 pm

· #95781
די טעקס ריפאונד איז אנגעקומען, הא הא!!
יעצט וואס?

יעצט דארף איך נישט זוכן א דזשאב נאך א 2 חדשים!

וואס טוט מען? וויפיל קען מען דען זיצן דא אין שטיבל?

שוין דא מיליאן ניקים ב"ה, איינער קלוגער פונעם צווייטן. איטליכע טרעפן עפעס מיט וואס אנצוהייבן אן עשקעל, ס'איבעריגע בלייבן סטאק אין איין אויסגעדראשענע אשכול און מ'רייסט זיך ביי די קעפ ביז מ'ווערט אזוי צובלוטיגט אז מ'פארגעסט ב"ה פון די דעפרעסיע אין וואס מ'געפינט זיך.

סוי וואס טוט מען? נאך איינער איז מיט מיר? כ'ווער משייייייייייייייייייייייגע, (העי דו טראכסט אז איך בין שוין? סטאפ)

אויס מענטש » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:56 pm

· #95783
ביטע געב עס אהין פאר די וועבערמאן אפיעל קאורט קאסטן
יישר כח

לעמיל » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:56 pm

· #95784
לייג ארויף דא דיין בענק אקאונט נאמבער און די עולם וועט אריין שיקען גלייב מיר וועסט מאכען מער ווי ווען דו נעמסט א דשאב

זר זהב » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:57 pm

· #95785
איך טייל נישט צדקה. קוים אויף צום לעבן האבעך

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2013 7:04 pm

· #95803
זר... ווער נישט משוגע. כאב דיר שוין איינמאל געבעטן: ענדיג פרק ערבי פסחים אויף ליל התקדש חג. וועסטוך מחיה זיין. ומתן שכרו בצדו: א שמחת יום טוב גאראנטירט!

פאלאו דיין נייע חתימה...

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 11, 2013 8:53 pm

· #95829
באצאל מיר די חוב!!

ידען » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:09 pm

· #95851
זר זהב
איך טייל נישט צדקה. קוים אויף צום לעבן האבעך

האסט נישט גוט געלייענט.
לעמעל שרייבט אז דו זאלסט לייגען ”דיין” בענק עקאנט, ווייל יעדער וויל דו זאלסט שרייבען און מע וועט דיך צאלען פאר עס.

טעפל » דינסטאג מערץ 12, 2013 5:51 am

· #95931
זרעלע יעצט אז דו האסט רואיג אויף פסח וכו' קענסטו רואיג ארויסגיין זוכען א דזשאב און מיר וועלען מתפלל זיין דא פאר דיר זר בן סביב

חשבון » דינסטאג מערץ 12, 2013 3:03 pm

· #96146
וואויל איז דיין חלק. פריי דיר אז די ביסט נישט פון די אידן וואס צאלן אריין

הירשל ציג » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:07 pm

· #96171
refund, נישט רעטוירן
די פארמס הייסט א רעטוירן, די געלט איז א ריפאנד

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 4, 2014 3:35 pm

· #188541
א מחיה, עס קומט שוין נאכאמאל..........

ישרות » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 7:50 am

· #189054
דער פורום הייסט טאקע "שמייכל". דאס מיינט נישט אז יעדער ביליגער איינפאל און וואולגארער הערה מעג דא ארויפגעלייגט ווערן.

ביטע האלטן דער מקום אויף איר הויכער ניווא!