☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » געזונטער פליק פאר בלומבערג, דזשאדזש ווארפט אפ סאדע געזעץ

געזונטער פליק פאר בלומבערג, דזשאדזש ווארפט אפ סאדע געזעץ

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3184

זר זהב » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:20 pm

· #95710
געזונטער פליק פאר בלומבערג, דזשאדזש ווארפט אפ סאדע געזעץ
א ניו יארק דזשאדזש האט ארויסגעווארפן, ממש גע'פסל'ט, די געזעץ וואס האט געדארפט אריינגיין מארגן אין קראפט וואס וואלט פארבאטן פאר געשעפטן צו פארקויפן זיסע געטראנקען אין 16 אונס'דיגע גלעזעלעך.

דער סטעיט דזשאדזש מילטין טינגליג האט אנגערופן דעם געזעץ "קאפריזיק און ארביטראריש" און דערקלערט אז ס'איז 'אינוואליד'!!

בלויז עטליכע שטונדען פריער האט נאך בלומבערג געזאגט אז דער געזעץ איז א מאדעל וואס יעדע סיטי דארף נאכמאכן!

כאשר החילות לנפול.. נפול תיפול!!

והשתיה כדת 1 אונס 2 אונס 16 אונס, וויפיל איר ווילט!

לעמיל » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:20 pm

· #95711
א נקמה און אים

ניו יארק » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:28 pm

· #95715
לאמער האפן אז דאס זאל זיין די אנהייב פונעם סוף פאר דעם עוכר המענטשהייט בלומבערג זאל זיין קראנק און שטארק

ניו יארק » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:32 pm

· #95719
בעל כורחו יענה אמן!!!
📎 Capture.JPG
קרעדיט

randy_couture » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:45 pm

· #95726
Finally some good news

Bloomberg is a plain dictator

ניו יארק » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:25 pm

· #95762
איי די די די דיי דיי די דאם, איי די די די דיי דיי די דאם
איך זיץ ביי מיר אין אפיס, איך בריקע מיט די פוס, דריי מיט די הענט, שפאציר אויפן קאפ, און נאך זאכן וואס איך שעם זיך מפרסם צו זיין, דער עולם פרעגט מיר פארוואס איך בין אזוי העפפי היינט????

האב איך געקלערט אזוי, ווער עס קען דערגיין וואס די מעשה איז וועט באקומען א ניקעל (א געבענטשטע).
מען וועט נאר דארפען ארויסשרייבן די בענק אקאנט נאמבער, פעסווארד און איך וואלט אויך הנאה געהאט פון די סואשעל אויך.

איי די די די דיי דיי די דאם, איי די די די דיי דיי די דאם

אה.... כמעט פארגעסן.....מען וועט אויך דארפען וויסען פארוואס איך שרייב יעצט פינקט אין די אשכול???

איי די די די דיי דיי די דאם, איי די די די דיי דיי די דאם

ברסלבער » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:27 pm

· #95765
אלעס אקעי? איר דארפט הילף?

יאיר » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:11 am

· #95992
בלומבערג שעלט אוועק. ער זאגט אז די פסק פונ'ם ריכטער איז א קלארער טעות, און ער סטראשעט אז ער גייט אפיעלן. נישקשה, מיינסט אז נאר די עסקנים פאר מציצה בפה מעגן אפיעלן? ער באלאנגט אויך צום עם קשה עורף.

לעמיל » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:22 am

· #96000
כאשר החילות לנפול.. נפול תיפול!!
אפי' זיי פארשטייען שוין אז ער מאכט זיך צופיל נאריש

יואב » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:25 am

· #96006
איך גלייב אויב עס וועט זיך דערקייקלען ביז צום סופרים קארט,
וועט עס מן הסתם אנידערגעשטימט ווערן,

עס לאזט זיך שווער גלייבן די 5 קאנסערוואטיווע ריכטער,
וועלן געבן גערעכט אזא ביל,

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 12, 2013 3:43 pm

· #96157
זר זהב
והשתיה כדת 1 אונס 2 אונס 16 אונס, וויפיל איר ווילט!

געוואלדיג!
👍 👍 👍 👍 👍

זר זהב » דינסטאג מערץ 12, 2013 3:45 pm

· #96158
א גאנצן מעת לעת האט דיר עס גענומען?...

חזקיהו המלך » דינסטאג מערץ 12, 2013 3:53 pm

· #96163
(קרעדיט אייוועלט)

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:48 pm

· #96192
זר זהב
א גאנצן מעת לעת האט דיר עס גענומען?...

ביז יעצט האבעך געלאכט.
תיכף נאכן זיך בארואיגן האב איך דיר אנגעגאסן מיט לייקס,
יעצט שליקעץ איך ביז מארגן

חשבון » דינסטאג מערץ 12, 2013 8:33 pm

· #96270
דאס איז א געזונטע פליק פאר דעם עגאאיסט. נאך אזוי איין טאג בעפאר אריין גיין אין קראפט

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:31 am

· #96960
נאך א פארשעמונג פאר בלובמערג. דער גראבסטער שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן איז מיססיססיפפי, און יענער סטעיט האט היינט דורעכגעפירט א געזעץ, דער "אנטי בלומבערג" געזעץ הייסט עס. דער געזעץ פארבאט לאקאלע גאווערמענטס אין מיסיסיפי פון דורכפירן עני סארט פארציע-סייז רעסטריקציע געזעצן.

והעיר מיססיססיפפי צהלה ושמחה....

ופני בלומבערג חפו

זר זהב » פרייטאג מערץ 15, 2013 2:10 pm

· #97399
Jackson, MS - New York City Mayor Michael Bloomberg is chiding the Mississippi Legislature for passing a bill pre-empting local food restrictions.
If the Mississippi bill becomes law, cities and counties won’t be allowed to enact rules limiting such things as the size of soft drinks, the salt content in food or the shortening used in cookies.
Mississippi lawmakers are calling it the anti-Bloomberg bill.
Bloomberg’s attempt to limit the portion sizes of sugary drinks was struck down by a New York judge this week.
Bloomberg said on his WOR Radio show Friday that Mississippi has the highest obesity rate in the nation. He said life expectancy is low there compared to the Northeast.
He called the anti-Bloomberg bill “ridiculous.”

קאווע טרינקער » מוצ"ש מערץ 16, 2013 10:28 pm

· #97475
שרה פעלין טרינקט ברבים און כוס של אליהו
וואס איז נייעס
📎 sara.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 5:45 pm

· #100237
אין נאך א געזונטן פליק יעצט פאר דעם דיקטאטור, איז געווארן צוריקגעוויזן זיין פארלאנג צו אינסטולירן ספיד קעמרעס אויף די ניו יארקער גאסן. <a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/127088/2013/03/28/new-york-bloomberg-blasts-lawmakers-over-speed-cameras/">http://www.vosizneias.com/127088/2013/0 ... d-cameras/</a>

לעמיל » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 5:50 pm

· #100238
זר זהב

כאשר החילות לנפול.. נפול תיפול!!

נייגעריגער » דאנערשטאג מערץ 28, 2013 9:13 pm

· #100272
דער "ישיבה ווארלד ניוס" באריכטעט היינט אז אונזער דיקטאטור בלומבערג נפ"ת [=נפול תפול] האט שוין אנגעהויבן מיט זיין אפיעל קלאגע קעגן דער פסק פונעם ריכטער אז זיין 16 אונס סאדע געזעץ איז אומלעגאל.

אין א שמייכעלדיגע קעפל רופן זיי דעם מעיאר מיטן צונאמען: Mayor BanBerg!