☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ווערטער-בוך פאר סמייליס

ווערטער-בוך פאר סמייליס

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3180

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:48 am

· #95495
ווערטער-בוך פאר סמייליס
ווען איינער שרייבט א הודעה אדער תגובה האט ער אייביג א ברירה אין דער זייט צוצולייגן אלע מינע סמייליס און פנימער. למעשה שטייט נישט קלאר דארט וואס יעדעס פנים מיינט, און אסאך מאל קען מען צוקומען צו גרויסע מכשולות, למשל דער נותן מיינט א גוט ווארט, און דער מקבל נעמט עס אן פאר א קללה.
על כן האב איך געטראכט עס איז שוין העכסט צייט צו מאכן אזא קליינע ווערטער בוך מסביר זיין פארן ציבור גענוי וואס יעדער פנים מיינט, אזוי העמער נישט אויסקוקן ווי דער דור הפלגה
דער עולם קען זיך דינגען כ'זאג נישט קבלי דעתי,
וזה החלי:

חיוכים ומחמאות
🙂 דאס מיינט א לייכטע שמייכל, בערך אזוי ווי דער רבי האט זיך אונטער געשמייכעלט פאר א האלב אומגעלינגענע וויץ פון רעב עזריאל אין נעפענעיק.

😃 דאס מיינט א גלעכטער, און אנדערע ווערטער די וויץ איז געלונגען.

😂 דאס מיינט אשפ"ג.

😛 איך באלעק מיך די פינגער מיט דיין וויץ, דאס הייסט אויסער א א לאך קען מען פון די זאפט זיך רויט מאכן דעם צינג.

😈 דאס איז א שמייכל פאר אזא פורים וויץ למשל אזא וויץ ווי סומכעס ףורימ. (אדער די ענדע ך פון דבלה)

👍 דאס מיינט אן אגודל, עס איז עפעס אזוי ווי א לייק, עס קען ספעציעל צוניץ קומען פאר אזעלעכע ניקס ווי חשבון און בדחן וואס האבן אויס גערופן א חרם אויף'ן רעגיולער לייק קנעפעל,
אדער קען עס אויך צוניץ קומען פארן אלגעמיינעם ציבור ווען איינער וויל געבען מער א פליישיגער לייק.
אדער ווען איינער וויל געבן מער ווי איין לייק פאר א תגובה.
אדער ווען קופערניקוס האט נישט זיין אידישע קיבארד מיט זיך, און וויל זיך נישט צוברעכן די ציינער מיט פארהאקטע ענגלישע ווערטער, אבער דאך וויל ער ווייזן זיין גרויס צופרידענהייט פין א געוויסע תגובה מאכט ער א גאנצע שורה פון די סחורה און דאס דינט פאר א גאנצע אידישע פאראגראף.


כעס ורוגז, (ובכיה)
😞 יוא פיסט מי אוף.

😢 יוא פיסט מי אוף מיט א שאלה צום סוף, ווי איינער פרעג: זענט איר באוויסטזינוג מיטן אויבערדערמאנטן פאקט ?, (וי"א איך וויין)

😉 מיינסט עס ערנסט?



שאלות ותמיהות
😮 איך חלש.

😲 די אויגן עפענן זיך אויף פאר שאק, אזא בחינה למשל ווען וועבערמאן האט פארלוירן.

🙄 איך ראלל מיינע אויגן, כגלייב נישט וואס כ'לייען דא ס'זיכער א טעות, למשל ווען ברוך מרדכי איז באפרייט געווארן.

❓ דאס מיינט א שאלה וואס איך ערווארט א תשובה.

💡 דאס מיינט א שאלה וואס איך ערווארט נישט קיין תשובה, און אויב מיינסטו אז דו האסט יא א תשובה טראכט עס גוט איבער פארדעם, ווייל דו האסט א טעות.


שאר ירקות
😁 קללה (למשל די הערשל קלאר לחש).

➡️ די עקזיט צו אייוועלט איז דארט.

🤓 🤓 דאס מיין איך איז נאר געמאכט פאר ספאנישע, ערשטענס ווייל איך קען אפילו נישט אנהויבן טראכטן וואס דאס מיינט, צווייטענס זעהן זיי אויס ווי ספאנישע[/quote]

זר זהב » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:54 am

· #95497
איי דיסאגריע מיט עטליכע דעפעניציעס.

משה געציל » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:10 am

· #95504
ריזיג ריזיג!

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:20 am

· #95512
YOU NEVER MISS TO MAKE ME SMILE 👍

זר זהב » מאנטאג מערץ 11, 2013 1:34 am

· #95516
בענדזשעמין היקר האט מיר געבעטן צו זאגן מיין דעפענישענס.
וזה החלי:

חיוכים ומחמאות
🙂 דאס מיינט א לייכטע שמייכל, בערך אזוי ווי דער רבי האט זיך אונטער געשמייכעלט פאר א האלב אומגעלינגענע וויץ פון רעב עזריאל אין נעפענעיק.

😃 דאס מיינט א גלעכטער, און אנדערע ווערטער די וויץ איז געלונגען.

😂 דאס מיינט אשפ"ג.

😛 איך פריי מיר צו הערן גוטע נייעס, א עקסידענט וואס האט זיך געענדיגט מיט ניסים, א איד איז ארויסגעלאזט געווארן פון תפיסה (במ"ל, זיגעלמאן עטס.)

😈 דאס איז א שמייכל פאר אזא פורים וויץ למשל אזא וויץ ווי סומכעס ףורימ. (אדער די ענדע ך פון דבלה)

👍 דאס מיינט אן אגודל, עס איז עפעס אזוי ווי א לייק, עס קען ספעציעל צוניץ קומען ווען מ'וויל לייקן אזעלעכע ניקס ווי חשבון און בדחן וואס האבן אויס גערופן א חרם אויף'ן רעגיולער לייק קנעפעל,
אדער קען עס אויך צוניץ קומען פארן אלגעמיינעם ציבור ווען איינער וויל געבען מער א פליישיגער לייק.
אדער ווען איינער וויל געבן מער ווי איין לייק פאר א תגובה.
אדער ווען קופערניקוס האט נישט זיין אידישע קיבארד מיט זיך, און וויל זיך נישט צוברעכן די ציינער מיט פארהאקטע ענגלישע ווערטער, אבער דאך וויל ער ווייזן זיין גרויס צופרידענהייט פין א געוויסע תגובה מאכט ער א גאנצע שורה פון די סחורה און דאס דינט פאר א גאנצע אידישע פאראגראף.


כעס ורוגז, (ובכיה)
😞 יוא פיסט מי אוף.

😢 שלעכטע נייעס ליידער, א איד איז נישט געזונט, אדער א איד איז אוועק, אדער איינגעזעצט אין תפיסה וכדומה

😉 איך האב דיר טאקע אריינגעפליקט אבער מ'בלייב מיר נאך פרענדס... איא?



שאלות ותמיהות
😮 איך חלש.

😲 די אויגן עפענן זיך אויף פאר שאק, אזא בחינה למשל ווען די מתיוונים שונאי ישראלים געווינען.

🙄 איך ראלל מיינע אויגן, כגלייב נישט וואס כ'לייען דא ס'זיכער א טעות, ביניך אויף א היימישע סייט אדער אויף VIN ?

❓ דאס מיינט א שאלה וואס איך ערווארט א תשובה.

💡 דאס מיינט א שאלה וואס איך ערווארט נישט קיין תשובה, און אויב מיינסטו אז דו האסט יא א תשובה טראכט עס גוט איבער פארדעם, ווייל דו האסט א טעות.


שאר ירקות
😁 קללה (למשל די הערשל קלאר לחש).

➡️ די עקזיט צו פעילד מעסייע איז דארט.

🤓 🤓 דאס מיין איך איז נאר געמאכט פאר ספאנישע, ערשטענס ווייל איך קען אפילו נישט אנהויבן טראכטן וואס דאס מיינט, צווייטענס זעהן זיי אויס ווי ספאנישע

טעפל » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:19 am

· #95543
שוין, אויף דעם קען מען זאגען אלו ואלו דאך ודו"ק..

יתרו » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:28 pm

· #98577
פארוואס איז נישטא קיין מיטעלסטע פינגער פיקטשער? עס קען אסאך צוניץ קומען

Espresso » מיטוואך מערץ 20, 2013 11:32 am

· #98849

שעפטאל » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:07 am

· #546477
Re: ווערטער-בוך פאר סמייליס
די לאכער'ס זענען געקומען צו מיר אין חלום זיך אויסוויינען אז מ'ניצט זיי מער נישט. עמער זיי געבן אביסל אויף מערקזאם'קייט.

קאווע שטיבל שרייבט א טייטש אויף יעדע עמאדשי.
כ'מיין אז יעדע ניק אדער אשכול האט א פיהלינג וואס ער געט ארויס, אדער מצד זיין נאמען, אדער סיי וואס פאר אן ענדליכקייט צו א עמאדשי..


:צעמישט: צעמישט
@צומישט און צוחישט

:ששש ששש
@שטילע אינגערמאן

:קאווע: קאווע
@java

:צוויי: צוויי
@צוויי

:בייביי: בייביי
@רביה"ק זי"ע

:דיסלייק דיסלייק
ווען @-- מאכט זיינע מערכות ומחאות

:אויוויי: אוי וויי
@קינות גירושין

:קראץ: קראץ
קינות נשואין

:קראנק קראנק
ר' בערל (ע"פ שמעקעדיג שמחפש רופא עבורו.. אלטע ווערטל)
אדער די @אנאנים, (ער איז דאך - עטץ ווייסט אליין - אקעי כ'וועל עס ארויס שרייבן מיט באקציינער- ער איז דאך מיט גרינע אותיות)

:דמיונות: דמיונות
שעפטאל

:פארנומען: פארנומען
@שמן למאור

אבימלך » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:13 am

· #546490
Re: ווערטער-בוך פאר סמייליס
ווי איז טאקע @שמן למאור ?
ער פלעגט זיין סאך מער אקטיוו דא !!

שעפטאל » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:29 am

· #546491
Re: ווערטער-בוך פאר סמייליס
האסט נישט געזעהן? פארנומען.
--

אגב. כ'ווייס נישט צו ס'פעהלט אויס צו שרייבן. (אפשר פאר די ניקים וואס קענען מיך נישט) מיין פריעדיגען תגובה איז סתם קאפ פארדרייעניש'ן צו נאך לאזן די נערווען אביסל, געבן א שמייכל.
אבער חלילה וחס באופן ביטול צו א צווייטען.
(כ'האב ארויס גענומען וואס כ'האב חושש געוועהן ס'קען שטערן, כ'האב נאר געלאזט וואס איז קלאר ריין ווערטל).

משה שמואל » מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:37 am

· #547421
Re: ווערטער-בוך פאר סמייליס
גוט!