☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » תשמישי מצוה נזרקין

תשמישי מצוה נזרקין

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3176

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 10, 2013 8:49 pm

· #95375
תשמישי מצוה נזרקין
איך מאך דא פסח'דיג און סווערט נולד א בארג שימות.
וואס דארף מען גונז זיין און וואס מעג מען אוועקווארפען?
כ'האב אמאל געהערט אז סדא זאכן וואס מיר פירען זיך צי לייגן אין שימות , באמת מעג מען זיי לייגן און גארבידזש בדרך כבוד.

די גמ' און מסכת מגילה ברענגט תשמישי מצוה נזרקין, די גמ' רעכנט אויס כגון סוכה ,לולב ,שופר ,ציצית.
איז פארוואס ברענגט דער עולם די אלטע טליתים צים שימות טראק?

ווער סקען פעסטן די גמ'מגילה כו ע''ב פליז.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 10, 2013 9:07 pm

· #95388

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 10, 2013 9:11 pm

· #95391
איך האב געזען די גמ' אנליין ווען איך פעסט קומט עס אויס פארקערט.
שכוח געפילטע.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 10, 2013 9:50 pm

· #95411

ת"ר תשמישי
מצוה נזרקין תשמישי קדושה נגנזין ואלו הן
תשמישי מצוה סוכה לולב שופר ציצית ואלו הן
תשמישי קדושה דלוסקמי ספרים תפילין ומזוזות
ותיק של ס"ת ונרתיק של תפילין ורצועותיהן

יאיר » זונטאג מערץ 10, 2013 9:59 pm

· #95416
איך האב מורא אז דער ספר "דאס לערנען פון איראק" וואס דו ברענגסט איז נישט געשריבן געווארן דורך ערליכע אידן, עכ"פ נישט דורך אידן מיט אונזער מסורה. ווער ווייסט דען נישט אז טרעטן אויף סכך איז ביהרג ואל יעבור, א לולב איז מען מחוייב צו פארברענען ביי שריפת חמץ, און אז פסול'ע ציצית גיבט מען א קיש און מען לייגט עס אין שמות?

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 10, 2013 10:28 pm

· #95435
יאיר , ווער ברענגט א ספר ''דאס לערנען פון איראק''?
גולם וואס איך בין ''תלמוד בבלי''

יאיר » זונטאג מערץ 10, 2013 10:30 pm

· #95438
פיין פיין, נולד מאוחר, טאקע געבוירן שפעט, אבער צום סוף קומסטו אן...

גנדי » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:33 am

· #95487
יאיר
דער ספר "דאס לערנען פון איראק" וואס דו ברענגסט


איך האב דריי מאל איבער געליינט ביז איך האב געכאפט און אויסגעשאסן אשפ"ג. עס איז אייזן! 👍

ווי אזוי האט יענער געזאגט, ווען די רמב"ם וואלט געווען היינטיגע צייטן וואלט מען גשריגען ער איז נישט א היימישע רב...

טעפל » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:16 am

· #95541
גנדי
יאיר
דער ספר "דאס לערנען פון איראק" וואס דו ברענגסט


איך האב דריי מאל איבער געליינט ביז איך האב געכאפט און אויסגעשאסן אשפ"ג. עס איז אייזן! 👍

ווי אזוי האט יענער געזאגט, ווען די רמב"ם וואלט געווען היינטיגע צייטן וואלט מען גשריגען ער איז נישט א היימישע רב...

הרב עובדי' פלעגט אראפלייגען וואו צוויי אשכנזים טענען זיך אין א שווערען רמב"ם אינימיטן קומט צו א קליינע גראבע ספרדי און מישט זיך אריין, רופען זיי אויס מיט פאטוס ,וואס פארשטייט א פרענק אין א רמב"ם?? רופט ער זיך אהן "הלו אני הרמב"ם"
נחזור לענין..ר' פישעלע הרשאקוויטש שליט"א פלעגט זאגען אויף די אלע תורהדיע צייטונגען צו לייגען אין צוויי זעקלעך אין מיסט, וכן אנו נוהגין..

נולד מאוחר » מאנטאג מערץ 11, 2013 9:23 am

· #95550
וואס איז מיט א קונטרס וואס די מחותן האט ארויסגעגעבען לכבוד די חתונה, דארף עס גניזה?
די גיליונת אויף פרשת השבוע צריך גניזה?

גנדי » מאנטאג מערץ 11, 2013 9:32 am

· #95554
ואס איז מיט די קונטרס "צומות (צימעס) הגידין" וואס די עולם האט באקומען אויפן פאסט, דארף עס גניזה?

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 11, 2013 11:06 am

· #95586
איך האב אויך באקומען די צומות הגידין פאשקעוויל, איך וויל קודם וויסן ווער ס'האט מיך ארויפגעלייגט אויף זייער מעילינג ליסט.

איך האב עס צוריק געגעבן פארן מעיל מען, זאלן זיי עס לייגן אין גארבידש.

נולד מאוחר » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:26 pm

· #95619
טעפל די שרייבסט '' ר פישעלע הרשאקוויטש שליט"א פלעגט זאגען אויף די אלע תורהדיע צייטונגען צו לייגען אין צוויי זעקלעך אין מיסט, '' איז דאס ווייל די גארביטש ווערט צים סוף גונז אדער וויל סדארף נישט קיין גניזה?

גנדי געפיקסט טעות

גנדי » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:30 pm

· #95622
נולד מאוחר
גנדי, דאס וואז די שרייבסט '' ר פישעלע הרשאקוויטש שליט"א פלעגט זאגען אויף די אלע תורהדיע צייטונגען צו לייגען אין צוויי זעקלעך אין מיסט, '' איז דאס ווייל די גארביטש ווערט צים סוף גונז אדער וויל סדארף נישט קיין גניזה?


טעפל?

לעמיל » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:13 pm

· #95704
ער האלט אז עס דארף נישט קיין גניזה אבער מ'זאל עס לייגען און א דאבעל בעג

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:33 pm

· #95767
גנדי
ואס איז מיט די קונטרס "צומות (צימעס) הגידין" וואס די עולם האט באקומען אויפן פאסט, דארף עס גניזה?

זיי שרייבן אויפן דעקל "טעון גניזה".
און גענוי ווי געפילטע, ווילעך וויסן ווער עס האט מיר ארויפגעלייגט אויף זייער ליסטע.
אבער ווילאנג זיי בעטן מיר נישט קיין געלט... (כ'האב נישט אזויפיל שקלי הקודש אין סטאק, אלעס איז געווארן גע'פטר'ט ביי מנחה תענית אסתר)

זר זהב » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:37 pm

· #95769
מיין דיין האט מיר געזאגט אז איך קען דעם צומעס הגידין ארומוויקלען מיט אן עלים לתריפה מיט אביסעלע לעיבער פון 82 און אריינווארפן אין מיסט בדרך כבוד

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:52 pm

· #95780
שוין עטליכע מאל געפרעגט וועלכע דיין דו נוצט

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/29324">viewtopic.php?p=29324#p29324</a><!-- l -->
און נאך אפאר פלעצער

זר זהב » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:53 pm

· #95782
איך פארגין אים נישט פאר קיינעם

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 11, 2013 9:00 pm

· #95833
די דיין אויף מיין בלאק איז אויך געווארן צו פאפולער לעצטענס, אפשר מאכט איינער א פאליטיק און נעמט עם צו א דריי פערטל עולם?

איך אויך » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:45 pm

· #95865
ווייסט איר דען נישט אז א פאליטיק דאפעלט גאר דעם עולם?

טעפל » דינסטאג מערץ 12, 2013 5:40 am

· #95925
לעמיל
ער האלט אז עס דארף נישט קיין גניזה אבער מ'זאל עס לייגען און א דאבעל בעג

יא, אזוי האט ער געזאגט פאר מיין טאטן זז"ג.

למדן » דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:45 pm

· #99231
גנדי


ווי אזוי האט יענער געזאגט, ווען די רמב"ם וואלט געווען היינטיגע צייטן וואלט מען גשריגען ער איז נישט א היימישע רב...



ווען משה רבינו קומט ווען היינט אראפ מיט די תורה שיקט מען איהם צוריק ארויף ריטורן טו סענדער ווייל ס' נישט גענוג פרום פאר אונז

boxcover » דאנערשטאג יוני 20, 2013 7:11 am

· #126578
גנדי
יאיר
דער ספר "דאס לערנען פון איראק" וואס דו ברענגסט


איך האב דריי מאל איבער געליינט ביז איך האב געכאפט און אויסגעשאסן אשפ"ג. עס איז אייזן! 👍

ווי אזוי האט יענער געזאגט, ווען די רמב"ם וואלט געווען היינטיגע צייטן וואלט מען גשריגען ער איז נישט א היימישע רב...

אזוי איז טאקע געווען. מען האט פארברענט זיינע ספרים.