פארוואס קאסט האנד מצות אזוי סאך?
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3171
פארוואס קאסט האנד מצות אזוי סאך?
איך עס כמעט נישט מצות ביי מיך אין דער היים, און וויפיל איך דארף האבעך אלץ גענומען ביי מיין טאטע, אבער כאב געזעהן א צעטעל מיט די פרייזען און כאב מיך דערשראקען אז א פונט מצות קאסט בערך ווי א אנס זילבער.
איך פיל יעצט ווי א גנב אז איך עס ביי מיין טאטע און מיין שווער מצה און אפשר וועלעך מיך קויפען מצה ווען איך גיי ביי זיי צו די סדרים.
פארוואס קאסט עס אזוי פיל?
איז דא עפס א וואס מע לייגט אין די מצות אז סע זאל קאסטען אזוי סאך?
וויפיל צאלט מען פאר ווייץ?
וואסער?
ארבעטערס?
רענט?
וואס נאך?
labor - ארבעט,
איך וואלט געזאגט דע סיבה איז ווייל דער עולם באצאלט
סתם פאר אינטערסאנטקייט,
אין פאפא צעהלים מצה בעקעריי איז שוין נישטא צו באקומען קיין מצות פארן ציבור פאר עטליכע טעג
טראצדעם וואס זיי בעטן אויף א געפעפערטן פרייז
ווען עס וואלט געווען אזא גוטע ביזנעס וואלטען מער מענטשען אריין אין דעם
ווען א פריוואטע מענטש טיט עס וואלט עס קיינער נישט געקויפט עכ"פ אינזער עולם
ווייל אינז האט מחנך געווען אז מצות באלאנט צי דע קהלה
קהילות וועסטי זיען יעדער טיט עס היינט קיק סאטמאר
זאלונים האבען היינט ווימ"ב מאנרא מאנסי עקסטערע בעקעריי
ארוינים מאנרא ווי"ב עקסטערע
בני יואל א עקסטערע
זיי וואלטען עס קיינמאל נישט געטיען ווען נישט זיי פארדינען
איך גלייב אז די לעיבאר קאסט זייער אסאך אבער 25$ איז בעיני ארויס פון אלע גבולים!!
איך האב נאך נישט געקויפט קיין מצת היי יאר
אבער דעיס איז דע פרייז 25$ א פונט?
יא, בערך $25 א פונט, דאס מיינט אז א באקסעלע מצות איז $75.
איך קען נישט די חשבונות פון די בעקערייען, אבער אז מען רעכנט אריין אז אויף די מצות ארבעט מען שוין איבער א יאר (אדער לכה"פ קרוב צו א יאר), פון דעם מקום הזריעה, קצירה מיט אלע שוועריגקייטן און הלכות ארום, און דערנאך א גאנץ יאר שמורה, און סטארעזש, זיכער מאכן די טעמפעראטור איז געאייגענט, און די מצה בעקעריי אליין זיכער מאכן אז אלעס איז מסודר ברוחניות ובגשמיות, און די שווערע לעיבאר נאך אויך, און נאך אסאך אנדערע קלייניגקייטן וואס כ'האב אויסגעלאזט, קען מען דערהערן פארוואס עס קאסט אזויפיל.
מצות און לולבים האבן דעם זעלבן שפיעל יעדס יאר . ''סדא א מאנגל''
פרעג נישט פארוואס . בלומען טשיעס קעיק פאר שבועת איז קיינמאל נישט דא קיין מאנגל.
שמעקעדיג איך בין נישט אזא גיטער מעטאמאטיקער צי קענען אויסרעכענען וויפיל עס קאסט צי פראדאצירען א שאכטעל מצות
אבער דיעס איז מיר קלאר ווען נישט מען מאכט רוווח פין דיעם וואלט מען זיך נישט געשלאגען אז יעדער זאל אליין מאכן מצות
ווער רעדט נאך גיי אריין אין דע פלעטבאשער געשעפטען ווי מען פארקויפט מצות
ווען נישט מען מאכט גרויס געלט ווואלט מען עס נישט געטיען, קיינער זארגט זיך נישט פאר זייערע אידישקייט
ווער עס איז נישט צופרידן מיט'ן פרייז קען רואיג קויפן מאשין מצות פאר צען צענט א שטיק. אויב איר ווילט שמורה משעת קצירה, געבאקן דורך היימישע אידן, און אלע חומרות על גבי חומרות, דאן דארפט איר באצאלן דעם פארלאנגטן פרייז. אדער האט איר א ברירה צו מאכן אן אייגענע חבורה און אפדינגען א מצה בעקעריי. צו א גרויסע העסעל, הא?
דאס זעלבע איז מיט אתרוגים. מען קען רואיג קויפן ערב יום טוב א מהודר'דיגע אתרוג לכל הדעות פאר פינף און צוואנציג דאלער. אויב ווילט איר קוקן מיט זיבן שפאקטיוון און פינף לעקטערס און אוועקווארפן יעדן אתרוג וואס האט א פינטל אזוי גרויס ווי די ווערים אין די וואסער, דאן מוזט איר באצאלן דעם פארלאנגטן פרייז.
יאיר: מיר קויפען טאקע דע מצות וואס איז געבאקען חומרות על גבי חומרות , און מיר צאלען א געפעפערטע פרייז
אבער נאך אלעם טיט ווייי פארוואס מיר מיזן אזוי פיל צאלען
באס דרייווער, ביסט גערעכט. די טענות דארפן גיין פאר די וואס האבן אונז געברעינוואשד אז אונטער דעם טעם הכמוס פונ'ם צאנזער רב ליגט באמת באהאלטן עפעס.
@יאיר, האסט רעכט, אבער זאג מיר נישט אז קאסטן האבן זיך געדאפעלט אין צען יאר, נישט לאנג צוריק האט געקאסט א פונט נישט מער ווי 14 טאלער.
געפילטע, דו ווייס וויפיל חומרות זענען שוין צוגעקומען זינט דעמאלט? 😃
אגב, ביסטו זיכער אז דער פרייז האט זיך טאקע מער געהעכערט ווי אנדערע זאכן? למשל ברויט און פרוכט האט זיך נישט מער ווי געדאפלט אין די לעצטע צען יאר?
איי דאונט טינק סאו, ברויך מיר ארויסנעמען די ספר הזכרונות.
יאירבאס דרייווער, ביסט גערעכט. די טענות דארפן גיין פאר די וואס האבן אונז געברעינוואשד אז אונטער דעם טעם הכמוס פונ'ם צאנזער רב ליגט באמת באהאלטן עפעס.
איך הייב אן ערענסט צו טראכטען צו קויפן מאשין מצות און אריין גיין צו פאמענגרענט און איינקויפן מכל טוב וטוב איך האש שוין נישט קיין געדולט צו קיין משוגאתן,
די איינציגסטע סיבה פארוואס איך האב נישט געטון ביז היינט אזוי איז וועגן ווייב און קינדער ,די יאר האב איך שוין נישט די פראבלעם,און סאם האה ,בין איך נישט עקסיידעט פון די טעם כמוס איסור,
מגייט האבען א שמחת יו״ט
עטס קענטץ אלע פראווען תענתים,איטס נאט פאר מי ענימאר
ס'סתם געריסען געלט פינעם עולם, פארואס נישט, איינער גייט ארויף מיט די פרייז אין אנדערע טוען נאך,
כ'דענק נאך ווען מען האט געזאגט אז די שטריימלעך קאסטען טייער ווייל פשוט די שווענץ איז זייער טייער, ביז ס'געקומעןם א קאמפעטישען אין געהאקט די פרייזען, אין ווינדער איבער ווינדער זיי מאכען נאך אלץ געלט דערפין,
פארשטייט זיך אז מען טאר נישט פרעגען די קשיא אז טאמער די פרייז איז טייער וועגען די שווענץ דאן פארוואס איבער מאכען א שטריימעל וואס מען דארף נישט צילייגען שווענץ איז דא וואס בעטען אין די רוחות אריין, איי ס'קאסט נישט קיין שווענץ, נו ווילסט הערען מעשיות אדער ווילסט פרעגען קשיות ?,
די זעלבע ביי די מצות, ביז ס'וועט קומען א גוטע קאמפעטישען מיט א גוטע הכשר אין קלאפען די פרייזען, וועט עס קאסטען אין די וועלט אריין, אין נאכדעם וועט מען פליצלונג זעהן אז מען קען נאך מאכען געלט ביים פארקויפען פאר 12 דולר א פונט,דעטס אבאוט איט.
איינער קען געבן א שאצונג וויפיל ריינע פראפיט איז דא אין די בראדוועי בעקערי?
יעדער קען שרייען אז מ'רייסט געלט, און כ'האלט אויך אז מרייסט. אבער קיינער ווייסט באמת נישט וואס ס'קאסט אפ. ס'א סוד!?!
סהייסט אז סאיז באנקרטירט און אברהם בער יאקאבאוויטש נעמט עס איבער און גייט עס פירען ווי א ביזנעס
א זכר אויף ביזזת הים איז נישט אוועק מאכן.
זר זהבאיינער קען געבן א שאצונג וויפיל ריינע פראפיט איז דא אין די בראדוועי בעקערי?
יעדער קען שרייען אז מ'רייסט געלט, און כ'האלט אויך אז מרייסט. אבער קיינער ווייסט באמת נישט וואס ס'קאסט אפ. ס'א סוד!?!
זיי צאלען נאך רענט אדער מארגעזש?
לעניות דעתי, דארף מען מער פאפולעזירן מאשין מצות. עס איז דא מיט די הכשר פון די עדה החרדית.
די משפחה פון הגאון ר' ישראל יעקב זצ"ל פישער - ראב"ד איז מהדר נאר צו עסן פון די מאשין מצות. און אזוי אויך טויזנטער אנדערע אידן.
האו עבאוט כאטש פאר די קינדער זאל מען געבן מאשין מצות.
איך רעד נישט פון צאנזע חסידים, נאר פון די המון עם.
לעניות דעתי, אויב די צאנזע אייניקלעך גייען שוין מיט שייטלעך, מעגן מיר שוין עסן מאשין מצות...
האבן דען די מאשין מצות דעם זעלבן געשמאקן טעם ווי די האנט מצות? אדער ווי די חמץ׳דיגע מצות.
איך וויל דאס אויך שטארק וויסן, וויאזוי טעיסטן די מאשין מצות?!
דוכט זיך מיר אונזערע חמץ'דיגע מצות פון א גאנץ יאר פון גפן און קמח, ווערן געמאכט ביי מאנישעוויץ אלץ כשר'ע מאשין מצות. געהעערט פון א משגיח.
שמעקעדיגיא, בערך $25 א פונט, דאס מיינט אז א באקסעלע מצות איז $75.
איך קען נישט די חשבונות פון די בעקערייען, אבער אז מען רעכנט אריין אז אויף די מצות ארבעט מען שוין איבער א יאר (אדער לכה"פ קרוב צו א יאר), פון דעם מקום הזריעה, קצירה מיט אלע שוועריגקייטן און הלכות ארום, און דערנאך א גאנץ יאר שמורה, און סטארעזש, זיכער מאכן די טעמפעראטור איז געאייגענט, און די מצה בעקעריי אליין זיכער מאכן אז אלעס איז מסודר ברוחניות ובגשמיות, און די שווערע לעיבאר נאך אויך, און נאך אסאך אנדערע קלייניגקייטן וואס כ'האב אויסגעלאזט, קען מען דערהערן פארוואס עס קאסט אזויפיל.
אמת אז עס איז דא אסאך אינוואלווד במשך די יאר אבער אז די פרייז זאל זיך פאדריטלען אין די לעצטע פאר יאר מיין איך איז סתם גענומען עדווענטשיש פונעם ציבור
גנדידוכט זיך מיר אונזערע חמץ'דיגע מצות פון א גאנץ יאר פון גפן און קמח, ווערן געמאכט ביי מאנישעוויץ אלץ כשר'ע מאשין מצות. געהעערט פון א משגיח.
שטייט דאך אויפן באקס אז עס איז חמץ, און נישט כשר לפסח!
(אפשר ווייל עס איז זאלציג?..)
שמעקעדיגהאבן דען די מאשין מצות דעם זעלבן געשמאקן טעם ווי די האנט מצות? אדער ווי די חמץ׳דיגע מצות.
די געשמאק איז טאקע אזויפיהל ווערט? מאך א שנעלע חשבון וויפיל עס איז די דיפערענס בי איינער וואס נעמט 30 פונט מצות, איך מיין אז עס איז $4-500 און פאר די וואס צאהלן האלב פרייז $2-250
אויב די טעיסט איז חמצ'דיג געשטימט לוינט זיך עס נישט. ס'ווערט 500 דאלער נישט צו האבן א צושטערטן יו"ט
פסח צייט קויפט מען מער דעם עפל סיידר געטראנק. ווילעך מעורר זיין אז די פרייז איז גאר שטארק ארויף, העכער 4 אדער קרוב צו 5 דאלער א באטעל. א יאר צוריק האט עס נאך געקאסט אזוי ווי ארענדז דזשוס.
שמעקעדיגגנדידוכט זיך מיר אונזערע חמץ'דיגע מצות פון א גאנץ יאר פון גפן און קמח, ווערן געמאכט ביי מאנישעוויץ אלץ כשר'ע מאשין מצות. געהעערט פון א משגיח.
שטייט דאך אויפן באקס אז עס איז חמץ, און נישט כשר לפסח!
(אפשר ווייל עס איז זאלציג?..)
לשיטת הדברי חיים?
זר זהבפסח צייט קויפט מען מער דעם עפל סיידר געטראנק. ווילעך מעורר זיין אז די פרייז איז גאר שטארק ארויף, העכער 4 אדער קרוב צו 5 דאלער א באטעל. א יאר צוריק האט עס נאך געקאסט אזוי ווי ארענדז דזשוס.
זר עס ליגט מיך און קאפ אז דו האסט שוין געמאכט א אשכול דערוועגען, אפשר ברעינגסט עס ארויף?
אפשר א תגובה, נישט א אשכול
און וואס טוט זיך מיט די ער"פ פאר 10 דולר א מצה?
דאס איז יא אויסגעהאלטן? איז דאס ווערד פאר די מצוה?
דאס איז שוין חוץ וואס מ' קען זיך באשטעלן פאלשע ציין צוזאמען מיט די מצות
krm האב איך געזען $9.99 ענד אפ, אידאס האנט מצות?
למדןדאס איז שוין חוץ וואס מ' קען זיך באשטעלן פאלשע ציין צוזאמען מיט די מצות
😂 😂 😂 😂
יעצט געזען אז דו דערמאנסט טאקע שוין דאס ענין אין אינטערנעט אשכול, נישט געוואוסט אז איינער ברענגט דאס שוין ערגעץ (טאקע נישט בייגעפאלן צו קוקן אין פלאץ ווי עס קומט)
איךהאלט מיט די פיינענשיל חלק אין א פריוואטע מצה בעקעריי עס קומט אויס צווישן 16-17 א פונט מצה קאסט פרייז די איבריגע איז ריוח, און קען זיין אז דארט ווי מען באקט גאר אסאך ווי אקהלישע מצה בעקעריי, איז מער ריוח, אזוי איז מסתבר
די אלע וואס ווילן עסן מאשין מצה געזונטערהייט, א שאד יעדן דאלער וואס זיי צאלן פאר האנד מצה, עס איז א מיכלא דהימנותא אין דאכט זיך מיר אז די חברה גלייבן שוין נישט, סאו וואט די העק, צו צאלן טייער אבי געזונט
פאפא צעהלים בעט ביליגער ווי אלע אנדערע היימישע מצה בעקערייען אבי געהאקט אז זייזענען טייער סיי קרית יואל און סיי בראדווי זענען א פאר דאללער טייערער.
ס'איז וויכטיג צו באטאנען, אז נישט צופיל מענטשן באצאלן דעם מאקסימום פרייז ביי די קהילה בעקערייען, אלע כלי קודש באקומען דיסקאונטס, גרעסער משפחות באקומען דיסקאונטס, אסאך ביזנעסער אין ארגאנאזאציעס מאכן דיעלס מיטן בעקעריי אין טיילן קיופאנס פאר די ארבעטער, די וועד קמחה דפסחא צאלט א שיבוש וכו.
קומט אויס אז נישט צו א גרויסער פראצענט באצאלט דעם פולן פרייז, א זאך וואס דארף ווערן גענומען אין באטראכט
אז מען וויל מאכען א שנעלע חשבון וויפיל בערך עס קאסט א פונט מצה, קען מען טוהן אזוי.
אויב אן בעקעריי גיט ארויס 15 מיירעס א אכצען מינוט.
איז עס בערך דרייסיג פונט X דריי X אכט שעה א טאג, איז עס 720 פונט מצה א טאג.
יעצט די הוצאות.
בערך 25 וועלגערערס. אכט דאלאר א שעה. $1600
דער טיילער פירערס רייניגערס פאקערס, בערך נאך א מנין מענטשען. מענער, געוועהנליך, צען דולר א שעה. $800
דער קנעטער, דער שיבער. דרייסיג דאלאר א שעה. $240 מאל צוויי, $480
יעצט די כלים.
די סענד פעיפער, און וועלגער העלצער, און דרענגלעך און פאפיר פאר די טישען און רעדלעך. איך האב נישט קיין אהנונג וויפיל די זאכען קאסטען, אבער לאמיר אויף מאכען א נאמבער 150 א טאג.
נאך 720 דולר פאר די מעהל.
די עלעקטריק. די האלץ. און די קוילען. בין איך משער א ערך פין הונדרעט א טאג.
בואו חשבון.
1600
800
480
150
720
100
________
3850/720
6 דולר א פונט מצה.
מען קען צורעכענען נאך הוצאות ווי דער פלאץ, און די באקסעס פין די מצות. טעלעפאן וכו'.
לאמיר זאגען אז מיר האבען זיך פאררעכענט און עס 12 דאלאר א פונט. אבער נישט זעכצען דולר.
האסט בכלל נישט אריינגערעכענט דאס שניידן דאס ווייץ, עס סטארעדזשען, טראקס, טרעילערס, דעליווערן, משגיחים, אא"וו.
פאר מער ליינט דא
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=73&t=7288&hilit">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7288&hilit</a>
איך מיין אז א זאק מעל קאסט לערך הונדרעט דאלאר, צו מען שנייד אליין צו נישט.
טאמער עפעס איז עס ביליגער ווען מען שנייד אליין.
כ'אב גערעכענט א דולר א פונט מעל. עס קען זיין איך בין מיך טועה, אבער עס איז נישט ווייט פין דעם.
דאס וואס ער שרייבט דארט אז יעדעס מאל מען ראלט דער פעיפער ביי די אכצען מינוט קאסט צוואנציג דולר, איז סתם אויסגעזויגען פין פינגער (מן הסתם שרייבט יענער אסאך גוזמאות וכלשונו "ואכמ"ל וד"ל"). א ראל ראזין פאפיר וואס איז טייערער פין דער ביליגער פאפיר פאר די מצות קאסט צו מערסטענס צוואנציג דאלאר, און א ראל איז גענוג אויף א גאנצען טאג.
<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/Pacon-5850-Kraft-Wrapping-Natural/dp/B000NDKVJY/ref=sr_1_6?ie=UTF8&qid=1363233207&sr=8-6&keywords=roll+paper">http://www.amazon.com/Pacon-5850-Kraft- ... roll+paper</a>
דאס איז צוויי הונדרעט פיס, און דער טיש וואס מען וועלגערט איז לערך דרייסיג פיס? איז עס גענוג פאר 3 אכצען מינוט פאר א דאבל טיש. איז דער פאפיר אליין 160 א טאג.
איחוד
קודם באצאלט מען 10 דאלער אן ארבייטער
שיבערס איז די בילגיסטע 40 א שעה
פאפא צעהלים צאלט 65 א שעה
נו אפילו מען פארררעכט אים אביסעל איר ער נאך גוא ווייל לויט זיין חשבון קומא אויס 6 דולר א פונט ער דאבעלט עס צו צוועלף למען הרווחה, אבער מער??
אויס מענטשאיחוד
קודם באצאלט מען 10 דאלער אן ארבייטער
שיבערס איז די בילגיסטע 40 א שעה
פאפא צעהלים צאלט 65 א שעה
לעומת זה גיט פאפא צעהלים ארויס אין איין אכצען מינוט דאבעל פין א צווייטע בעקעריי.
איך מיין אז טאמער לייגט מען דער קאסט אויף ניין דאלאר א פונט, איז עס גאנץ ריזינעבעל
וועלכע היימישע מצה בעקערי רעכנט דאס ביליגסטע?
Re: פארוואס קאסט האנד מצות אזוי סאך?
ליפאוועלכע היימישע מצה בעקערי רעכנט דאס ביליגסטע?
געהערט האב איך מאנסי מצה בעקערי איינער פין קרית יואל $11 א פונט
#נישט קאנפירמד