☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מעמד לבנת הספיר

מעמד לבנת הספיר

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3167

הדד בן בדד » זונטאג מערץ 10, 2013 3:17 am

· #95103
מעמד לבנת הספיר
איך זעה אזוי פיל איבער דעם מעמד לבנת הספיר, וואס ווי איך פארשטיי איז דאס עפעס אזא סארט אנהייב פון א ציגל קאמפיין (איר געדענקט נאך?) פאר דעם נייעם בנין התלמוד תורה פון סאטמאר אין בארא פארק, נאר איין זאך קען איך בשום אופן נישט אויספיגערן, ווי אין די וועלט איז דאס דער נייער בנין פון וואס מען מאכט דעם גרויסן טראסק, איך זעה נישט אין ערגעץ שטיין ווי דער בנין איז, איז דאס עפעס א מין סוד?

גאלד » זונטאג מערץ 10, 2013 9:41 am

· #95131
ערגעץ דארט ווי 13טע עוו הייבט זיך אן ביי 36 סט. מיינעך

אבי גערעדט » זונטאג מערץ 10, 2013 4:45 pm

· #95269
זעט אויס צו זיין א שיינער מעמד
📎 IMG-20130310-WA0014.jpg 📎 IMG-20130310-WA0015.jpg

גאלד » זונטאג מערץ 10, 2013 4:50 pm

· #95271
געווען ביים מעמד, (מחמת סיבות נישט דוקא ווייל איך בין א ר' אהרן סימפאטיקער)
עכט הערליך שיין געווען, זייער הארציג, געווען א געפאקטע 2 שטאקיגע סטעידש מיט רבנים,
מ'האטזיך געמוטשעט צו באזעצן יעדן, כ'נישט דערקענט יעדן, אבער ס'געווען דארט אסאך פעלצן, דאס אליין האט געמאכט ענג די אויבנאן,
זייער א שיינע כאור פון די חדר אינגלעך, פארשטייטסעך א "משוגענע" עולם
ר' בעריש מייזליש'ס זוהן פון אר"י איז געווען דער גאסט רעדנער, זייער שיין גערעדט,
ער האט געזאגט א אינטערסאנטע זאך אז אין וומ"ב האט דער רבי (ר' אהרן) געזאגט אז ער זוכט נישט צו האבן די גרעסטע ער זוכט די בעסטע,
האט ער אויסגערופן מיט פאטאס: דא אין ב"פ זעמיר די בעסטע און די גרעסטע מוסד אין שטאט!! (זענען זיי?)
צום סוף האט סאטמאר רבי ר' אהרן גערעדט, נאכדעם האט מען געהאפקעט אויפן ניגון הידוע "עד הנה עזרנו"
נאכדעם האט מען געלייגט דעם שטיין באגלייט מיט שטאטע מוזיק,
נאכדעם ימים על ימי מלך, "דער רבי זאל לעבן.." און דער עולם האט זיך צישפרייט גוט געלאונט

אבי גערעדט » זונטאג מערץ 10, 2013 4:53 pm

· #95275
מהר"א
📎 IMG-20130310-WA0016.jpg

גאלד » זונטאג מערץ 10, 2013 5:01 pm

· #95276
א בילד פונעם רבי'ן שליט"א
📎 groundBreaking.JPG

smart » זונטאג מערץ 10, 2013 6:21 pm

· #95305
דעע בילדינג דארף זיך שוין צובועין פאר די ליצטע 10 יאר גייט מען עס יעצט טאקע בויען? וואס האט געשלעפט ביז יעצט? האט עס צוטוהן מיט די אינסייד מחלוקת אינערהאלב די בארא פארקער קהילה?

signout » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:15 am

· #95481
smart
דעע בילדינג דארף זיך שוין צובועין פאר די ליצטע 10 יאר גייט מען עס יעצט טאקע בויען? וואס האט געשלעפט ביז יעצט? האט עס צוטוהן מיט די אינסייד מחלוקת אינערהאלב די בארא פארקער קהילה?

געהערט אז מען האט עס נישט געוואלט בויען ביז די די''ת ענדיגט נישט, אין נאכדעם האט מען געווארט מהרז''ל זאל עפענען מוסדות טראכטענדיג אז דאס וועט ברענגן אביסל ליידיגע קלאסען אין דער בנין וועט נישט אויספעלן אבער למעשה האט דער נייער מוסד זייער ווייניג ארויסגנומען האט מען אפגעמאכט אז מען בויעט דעם נייעם בילדיג

גנדי » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:38 am

· #95491
איז דאס געווען אן הנחת אבן הפינה אדער עפעס אנדערש?

הדד בן בדד » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:06 am

· #95539
נאך די בילדער בין איך נאך מער צומישט, ווי פונקטליך איז דער נייער בנין (אדער דער שטח דערפון), דעם עולם זעט מען דארט ביי די אנהייב דרייצנטע עוועניו, אבער דארט קעגן איבער ביי די זעקס און דרייסיגסטע סטריט איז דאך די פוילישע מצה בעקעריי (היינט בארא פארק שמורה).

אבי גערעדט » מאנטאג מערץ 11, 2013 9:40 am

· #95560
דאס בילד האב איך געטראפן אויף גוגל סטריט וויט, לכאורה איז עס די שטח
📎 2013-03-11_09-37-56-1.jpg

גאלד » מאנטאג מערץ 11, 2013 9:49 am

· #95563
ס'נישט ממש אויף 13. ס'אביסל אריינציר אויף 36 צו 12טע עוו, די קארנער פון 36 און clara סט.

אבי גערעדט » מאנטאג מערץ 11, 2013 10:01 am

· #95565
דא איז די מעמד פארגעקומען, אונטערן אויבן אן אריבער די גאס איז דער שטח
📎 2013-03-11_09-57-12-1.jpg

זר זהב » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:41 pm

· #95774

הדד בן בדד » מאנטאג מערץ 11, 2013 11:44 pm

· #95870
אהא, קוקט מיר אויס אז מ'רעדט פון דעם לאט פון דעם געוועזענעם טייער שאפ. אקעי, אסאך הצלחה זאלן זיי בויען נאך בילדינגס לשם ולתפארת הפארטיי

אבי גערעדט » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:22 am

· #95872
הדד בן בדד
אהא, קוקט מיר אויס אז מ'רעדט פון דעם לאט פון דעם געוועזענעם טייער שאפ. אקעי, אסאך הצלחה זאלן זיי בויען נאך בילדינגס לשם ולתפארת הפארטיי

וואס פונקטליך דרוקט דיר?

הדד בן בדד » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:47 am

· #95879
אבי גערעדט
הדד בן בדד
אהא, קוקט מיר אויס אז מ'רעדט פון דעם לאט פון דעם געוועזענעם טייער שאפ. אקעי, אסאך הצלחה זאלן זיי בויען נאך בילדינגס לשם ולתפארת הפארטיי

וואס פונקטליך דרוקט דיר?


וואס פאלט דיר ביי אז עפעס דרוקט מיר?

לעמיל » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:17 pm

· #96043
וואס עפעס איז אדמו"ר רמ"ד מבאבוב געוועין דארט?
📎 LivnosBP'73-P2-40.JPG

היסטאריקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:37 pm

· #96063
ער גייט איבעראל, ווי מ׳ רופט אים

משא״כ ר׳ בנציון, גייט נישט כמנהג אביו ואחיו זצל

קרעקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:57 pm

· #96110
דער רמ"ד מאכט ערענסטע קאפויי פאר רב"צ
ווי ער קומט אן קען רב"צ נישט קומען און אזוי אייסאלעיט ער זעך מער און מער

פיינע קאווע » דינסטאג מערץ 12, 2013 2:21 pm

· #96128
איך זעה נישט ווי ער זאל זיין אייסעלעטד. ער גייט און קומט ווי זיין הארץ באגערט. זיין עולם ביי די תפילות אין טישן זענען צוויי מאל אזוי פיל ביי רמ"ד.

קרעקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 3:49 pm

· #96160
סקען זיין צעהן מאל מער
אבער טאקע נאר ביי זיינע עולם
און ער גייט נישט און קימט נישט ווי זיין הארץ באגערט ווייל ווי רמד ריקט זיך אן קען ער נישט קומען

היסטאריקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 3:58 pm

· #96167
קרעקער
סקען זיין צעהן מאל מער
אבער טאקע נאר ביי זיינע עולם
און ער גייט נישט און קימט נישט ווי זיין הארץ באגערט ווייל ווי רמד ריקט זיך אן קען ער נישט קומען



היסטאריקער
ער גייט איבעראל, ווי מ׳ רופט אים

משא״כ ר׳ בנציון, גייט נישט כמנהג אביו ואחיו זצל

אבי גערעדט » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:13 pm

· #96172
הציבור הגדול
📎 LivnosBP'73-P2-33.JPG

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:16 pm

· #96174
לעמיל
וואס עפעס איז אדמו"ר רמ"ד מבאבוב געוועין דארט?

געהערט, ער איז געקומען זעהן ווי אזוי מ'לייגט א אבן הפינה...

בעל הבית » דינסטאג מערץ 12, 2013 5:31 pm

· #96214
למעשה מרדכי דוד איז א שטארקע בעל דעת א גיטע דיפלאמט בנ"צ ליידט פין פאביעס סאשיל אינגזייטי ער ברוכט אביסיל ספעשיל עד אביסיל פראפירט עם חיים יענקל צאשנוער צו געבען אבער וערשיינדליך נישט גענוג

ראש המדברים » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:10 pm

· #97062
גראדע האט ר' בן ציון אויך געדארפט ערשיינען אבער ער האט געמאכט א מעמד א' ויקרא אין מאנסי

שעפטל » פרייטאג מערץ 15, 2013 11:54 am

· #97361
גאלד
ר' בעריש מייזליש'ס זוהן פון אר"י איז געווען דער גאסט רעדנער, זייער שיין גערעדט,
ער האט געזאגט א אינטערסאנטע זאך אז אין וומ"ב האט דער רבי (ר' אהרן) געזאגט אז ער זוכט נישט צו האבן די גרעסטע ער זוכט די בעסטע,
האט ער אויסגערופן מיט פאטאס: דא אין ב"פ זעמיר די בעסטע און די גרעסטע מוסד אין שטאט!! (זענען זיי?)

סתם פאר אינטערסאנטקייט (און צוריקצודרייען דעם שמועס צום ארגינעלע נושא...)

סאטמאר בארא פארק (מהר"א) איז גרעסער ווי ביידע באבוב'ס צוזאמען.

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 5, 2013 12:45 am

· #101583
אונזער רבי מהר"א שליט"א איז בליעה"ר זייער א געשיקטער איד. ער קען האלטן א האמער (מיט נעגל) אין די הענט פאר קביעת מזוזה. און לעצטנס א קארדלעסס דריל. אויך ביים מעמד לבנת הספיר זעיט מען ווי ער כאפט אן דעם צעמענט שמירער (טראלל בלע"ז) ווי א פראפעשיאנאל. נישט אזוי ווי א סאך רבנים וואס האבן צוויי לינקע הענט (ווער רעדט נאך פון א לינקן מח(. נאר איין זאך פעלט נאך בקהילתנו הק'. א מענטש וואס זאל קענען גוט אראפלייגן א פסוק אדער א מאמר חז"ל אן קיין ספעללינג מיסטעיקס. למשל ביים מעמד האבן זיי געשריבן "הרחיבו מקום אהלך" נאר ס'איז מעגליך אז דאס האט צו טון מיט אכשר דרא. ווייל דער ריכטיגער וועג "הרחיבי" איז דאך לשון נקיבה, ר"ל. און דאס טאר מען דאך נישט כשיטת דער בלאט הק'.