☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ך' פייף דיר אן!

ך' פייף דיר אן!

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3159

משה געציל » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:38 am

· #94756
ך' פייף דיר אן!
ערגעץ ווי, אין א צימערמאנדיג'ע מאמענט נאכן גיסן נעגל וואסער און זאגן מוחה אני. האט קופערניקוס זאל זיין געזונט מוחה געווען א מחאה נמרצת אנטקעגען דאס באניץ פון דבילה'ס באליבטע ך'. וואס פונקטליך עס באדערט אים ווייס איך נאכנישט, אבער מיר שמעקט עס גראדע זייער. עס ברענגט מיר אויף נאסטלאגישע זכרונות פון אן אלטן אמאל וואס איך האב נישט געקענט. פרעג מיך נישט פארוואס.
דאס איז נאר געווען בדרך אגב, איך האב געוואלט זען וויאזוי קופערניקוס רעאגירט צו א רויטע שמאטע.

יעצט צום נושא, איך האב פריער באמערקט ווי אנאנים האט מיר באגריסט לרגל מיין טויזענטסטע הודעה. אלטס איינער וואס האט ליב נאכצוגיין פאקטן, האב איך שנעל א בליק געטאן אונטער מיין בלענק אוואטער, איך רייב זיך די נאז און ציפ זיך די זאקן, איך האב נאך צוויי תגובות צו גיין ביז טויזענט! איז דא צוויי הודעות וואס די מנהלים באהאלטן פון מיר?! האט ממי_ עפעס א חשבון וואס מען רעכענט די כולל, אויך מיט צוויי ציפערן אפגערוקט?! איך האב געוואלט אנפאנגען מאכן א טומעל וויאזוי מען לאזט צו אזעלכע ליצנות דא, אבער איך האב מחליט געווען אז איך פייף יעדעם אן! איך גיי קיין ווארט נישט רעדן דערפון! און איך בין זייער שטאלץ אז איך האב טאקע די כוחות זיך צו האלטן שטיל!

און אז מען רעדט שוין פון די טויזענסטע תגובה, וויל איך קלאר שטעלן פאר די אלע וואס ווארטן אויף עפעס גוטס; כ'פייף ענק אן! הרב לעמיל האט אונז שוין מגלה סוד געווען אז ניין הונדרעט ניין און ניינציג איז אויך א ציפער! איך האב אנגעפרעגט ביי אפאר ביזנעס קעפ און זיי האבן כולם פה אחד מסכים געווען צו לעמיל'ס הנחה!

זר זהב » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:18 am

· #94779
וועלכע ביזנעס קעפ? איין ביזנעסמאן, הערמאן קעין... דעטס איט!

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:01 am

· #94795
זייער שיין משה געציל, (כ'האב געמיינט ס'גייט קומען א פאעזיע).
בנוגע דעם ך, ס'נישט אזוי פשוט זיך צו באנוצען מיט דעם. מען קען זעך צאם ליידן ערנסטע קאנסעקווענצן, 'ך למשל לייד מיך צאם פון דבלה וועגן דעם. ס'האלט דערביי אז ער זאל מיך שלעפן צו דין תורה, ער טענה'ט אז ער האט א קאפירייט אויף דעם ענדע ך. סאו וואטש אואט.

טעפל » פרייטאג מערץ 8, 2013 3:13 am

· #94824
האסט אונז צום סוף גוט אנגעפיפען און......געשריבען עפעס גוט'ס!!
(אוי וויי ס'אזי נישט דא קיין כ' דא וואוו וועל איך לייגען דעם ך' ?)

משה געציל » פרייטאג מערץ 8, 2013 9:18 am

· #94853
ך' טראךט צו גיין א סטעפ ווייטער פון דבילה. מנצפכ'ן אינמיטן א ווארט, און ענדיגן דאס ווארט מיט די פתוחות. איך מיין אז עס האט עפעס א געוואלדיגע קלאסישקייט.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2013 10:25 am

· #94883
מייןסט צו זאגנ צו גיינ א סטעף ווייטער פונ דבילה? וואס וועסטו טונ מיט אנ אויבערשטרע'ךל?

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 8, 2013 11:11 am

· #94906
די פ' ףונ סטעפ דארפ זיינ לאוער קעיס, אוןז זעםער געבליבנ אז ם'גייט ףאר'סוף'נ איןםיטנ ווארט און ףארםיטיגנ די עןדע, םםילא דארפ סטעפ, אףילו ס'קוםט ץו זיינ א רעגעלער ף אויכ זיינ א ףלעיןע פ'.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2013 11:34 am

· #94913
פארגעסן אונטערצושרייבן:
כעוורע סימכעס ףורעמ

איך אויך » זונטאג מערץ 10, 2013 1:08 am

· #95092
שמעקעדיג
פארגעסן אונטערצושרייבן:
כעוורע סימכעס ףורעמ

נ"א: פאר מער גייט ליינט דעם פארקאקטן פארווערט.

טעפל » זונטאג מערץ 10, 2013 3:36 am

· #95107
איך אויך
שמעקעדיג
פארגעסן אונטערצושרייבן:
כעוורע סימכעס ףורעמ

נ"א: פאר מער גייט ליינט דעם פארקאקטן פארווערט.

אי'ך אוי'ך פארוואת האתתי די'ך אויפגערעגת?

משה געציל » זונטאג מערץ 10, 2013 3:29 pm

· #95243
וואו קומט דער פארווערט אריין דא?

זר זהב » זונטאג מערץ 10, 2013 3:31 pm

· #95246
לכאורה, ווייל זייער יידיש איז אויך אן אפקומעניש צו ליינען