☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א חלום

א חלום

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3158

רעבעל » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:26 am

· #94745
א חלום
איך האב געהאט די נאכט א חלום. אז איך בין צוגעבונדן צו א שטאנג, איך זע ווי מען שלאגט און מען פייניגט, מיינע ליבע און זיסע קינדער. איך וויל מיך ארויס רייסן מיט אלע כוחות, אבער מיין ווייב שטייט דארט און מיט די הילף פון מיינע עלטערן און די שטיצע פון אירע עלטערן כאפט זי שטארק אן דעם שטריק און לאזט מיך נישט אויסרייסן. איך בעט מיך צו איר ווי צו גזלן, מיט ביטערע טרערן אין די אויגן, העלף מיר ראטעווען אונזערע קינדער, און אז נישט לאמיך כאטשיג זיי אליין ראטעווען! זי קוק מיך אן פארהארטעווטע אויגן, און זאגט מיר ניין. זאלן די קינדער ווערן געפייניגט אבער דא וועלן מיר בלייבן.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:37 am

· #94754
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2321">viewtopic.php?f=10&t=2321</a><!-- l -->

בונעס איירעס » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:38 am

· #94757
דער חלום איז נאך פון די נעכטיגע נאכט?
אדער שוין פרישע ווארע פון דיזע נאכט, אין סאיז פשוט איבערגעהאקט געווארן דער זיסער חלום?

יאיר » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:38 am

· #94758
רעבעל, וואס האסטו געטראכט בייטאג?

בונעס איירעס » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:39 am

· #94760
יאיר
רעבעל, וואס האסטו געטראכט בייטאג?


ווי זיין ווייב איז צוגעבינדען צו דעם שטאנג

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:04 am

· #94776
רעבעל, כ'וועל דיר פתור חלום זיין, וויפיל די ווועסט נאר וועלן רעבאלירן רעוואלטירן און אנטלויפן פון די סאסייעטי צוזאמען מיט דיינער קינדער מען זאל נישט מאכן פון זיי קיין קאליקעס אזוי ווי מען האט געמאכט פון דיר, וועט עס דיר נישט העלפן, ווייל דיין ווייב איז נישט מיט דיר, זי שטייט טריי צו די אלע אנטקעגן וועם די רעוואלטירסט, און יאפ זי האט אויף איר זייט די רבנים עסקנים דזשאדזשעס און קאונסלערס.
חלמא טבא חזיתא חלמא טבא חזיתא

היימישער ליטוואק » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:07 am

· #94797
רעבעל
איך האב געהאט די נאכט א חלום. אז איך בין צוגעבונדן צו א שטאנג, איך זע ווי מען שלאגט און מען פייניגט, מיינע ליבע און זיסע קינדער. איך וויל מיך ארויס רייסן מיט אלע כוחות, אבער מיין ווייב שטייט דארט און מיט די הילף פון מיינע עלטערן און די שטיצע פון אירע עלטערן כאפט זי שטארק אן דעם שטריק און לאזט מיך נישט אויסרייסן. איך בעט מיך צו איר ווי צו גזלן, מיט ביטערע טרערן אין די אויגן, העלף מיר ראטעווען אונזערע קינדער, און אז נישט לאמיך כאטשיג זיי אליין ראטעווען! זי קוק מיך אן פארהארטעווטע אויגן, און זאגט מיר ניין. זאלן די קינדער ווערן געפייניגט אבער דא וועלן מיר בלייבן.

דער שטאנג איז די מסורה פון הלכה'דיגע אידישקייט מדור דור, צו וועלכע דו ביסט - שלא ברצונך - צוגעבונדן. דו זעסט ווי מען שלאגט און פייניגט דיינע קינדער אין די נאמען פון אידישקייט. דו ווילסט ארויס, אבער דיין ווייב און אירע עלטערן און אפילו דיינע אייגענע עלטערן צווינגען דיך צו בלייבן.

איך האב נאר איין קושיא, פארוואס האסטו נישט געזעהן ווי מען פייניגט דיך? דיינע קינדער זענען דאך נישט געווען צוגעבונדן!

נולד מאוחר » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:23 am

· #94800
רעבל כמיין אז דאס אלעס חלומסטו ווען ביסט אויף awake.
ביינאכט קענסטו חלומען ווי די מיט זיינע קונדער זענען אויפגעבינדען געווארן.

און אויב די ביסט שוין בוחר דיינע חלומת לייג שוין צי אז צים האסט דיך ארויסגרעריסן , און פליצלינג באמערקט אז זיין ציגעבינדען צים שטריק, און דיינע קונדערס פייניגעריי איז נישט מממש אזוי שלעכט ווי סקוקט אויס.

טעפל » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:42 am

· #94806
"אין מראים לו לאדם אלא מהרהורי לבו" (ברכות דף נ"ה ע"ב) ..נו פאק אויס..

איחוד פעלד » פרייטאג מערץ 8, 2013 8:52 am

· #94847
דער חלום שטימט נישט, ווייל כל זמן מען איז צוגעבינדען צום שטאנג כאפט מען נישט אז מען שלאגט.

איך אויך » זונטאג מערץ 10, 2013 12:35 am

· #95083
א רעבעל אן קיין חלום איז דאך קיין רעבעל ניקס.