קהילות אין משפחה ציפערן
28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3151
קהילות אין משפחה ציפערן
די בעסט שטיקל אינפארמעשען וואס איך האב ארויסענומען פון די בעלזע שול יו טוב טור גייד קליפ איז געווען עפעס וואס איך האב שוין פון לאנג געוואלט וויסן. און דער ענטפער לויט יענעם אלץ-ווייסער איז געווען: 9000! אזויפיל פאמיליעס האט בעלזא אלוועלטליך. (איז עס וואר?)
ווילעך אויך וויסען די נומערן פון אלע אנדערע חסידות'ער/קהלות הקדושים גרויסע ווי קליינע. גור, וויזניץ אר"י/מאנסי, קלויזענבורג, צאנז, ביידע סאטמאר'ס, אלע ספינקא'ס, סאדיגורא, שומרי אמונים, תולדות אהרן/אברהם יצחק, מינצבערג מתמידים, ניקלשבורג מאנסי, באיאן, סערעט, ברסלב שכטר, מארגנשטערן, קרמער, מערמעלשטיין, (און די קלענערע ווי סיגוט קרעטשנוף, זאלביטוב, אא"וו)
איך האב זיכער אויסגעלאזט מערערע חסידות'ן און קהילות, איך בין נישט א בקי אינעם כל העולם כולו....
ווער ס'האט א ידיעה זאל מיטטיילן די נומערן וויפיל איטליכער פון די אלע קהילות (וואס איך האב אויסגערעכנט און וואס איר וועט צולייגן צום ליסט) האבן אלוועלטליך.
א דאנק!!
ניקלשבורוג ( יונגרייז)
ער האט משפחות? כאגעמיינט נאר פלג גופא'ס
גיט גאזאגט
קענסט שוין אנהייבן, ווייל סוף כל סוף גייט עס סייווי אנקומען צו דעם:
ארונים 35,000.
זלונים: 55,000.
ארונים: 62,000.
זלונים: 78,000.
וכו' וכו' וכו'
גוט {לייק}
דיין לייק באטאן ארבעט נישט?
און פארוואס רופט זיך קיינער נישט אן ווארעם? נישטא קיינער וואס קען די נומערס?
שלום-חברקענסט שוין אנהייבן, ווייל סוף כל סוף גייט עס סייווי אנקומען צו דעם:
ארונים 35,000.
זלונים: 55,000.
ארונים: 62,000.
זלונים: 78,000.
וכו' וכו' וכו'
פינקט ווי בעלזא 9000
ס'שווער צו ענטפערן.
> האט געלערנט אין די מוסדות.
> שיקט זיינע קינדער אין די מוסדות.
> דאווענט שבת אין ביהמ"ד.
> האט א פלאץ אין ביהמ"ד.
> דאווענט נישט אין ביהמ"ד אבער קומט צו די טישן.
> קוויטלט זיך ביים רב.
> קומט זאגן לשנה טובה.
> שטעלט זיך פאר צו א נייע מחותן אלס א באבוב'ער.
> שטאמט פון א באבוב'ער משפחה.
> איז א צוגעקומענע אבער אלס איידעם.
> איז א צוגעקומענע אבער איז שוין דא צענדליגע יארן.
> וואוינט אויפן בלאק און נוצט באבוב אלס א רעגן בית המדרש.
> קומט פון דער פרעמד און באבוב האט דיך קולט געוועהן לשם מצוה.
I LOVE U, אבער וואס איז מיט
>צאלט יערליכע מעמבער שיפ?
קאווע טרינקער, ניין.
finally, מיט אזא unique קהילה, וואס איינקאסירט נישט קיין מעמבער-שיפ, הייב איך אן צו פארשטיין פארוואס ס'נעמט (אדער ווי מ'זאגט ביי אונז אין באבוב: געדאועערט) 8 יאר צו צו קומען צו א פסק.
מה לך נדרם? שרייב מער.
איבער סאטמאר, צייל אפ די אנשי שלומינו ביכל... און צוטייל עס לויט דיין געשמאק צווישן די צוויי פארטייען..
signoutפינקט ווי בעלזא 9000
ביי די בעלזא חתונה, איז געוועהן 9500 מענטשען, כולל דער גאלארי. דער גאלארי איז געוועהן בלויז געאייניקט פאר בחורים.
אין די בילדער איז כמעט נישט געוועהן קיין פרעמדע, בלויזע בעלזא חסידים, איינער אינדרויסען פון בעלזא האט נישט באקומען קיין איינטריט 'כרטיס', סיידן א רבי אדער א רב.
9000 נפשות איז וויפיל "פאמיליעס"?
בערך 8800 שטריימלעך, בחורים איז געוועהן בערך 600,
רעכן אראפ 600 פון 9500,
כ'האב געשריבען 8800 אלץ פחות או יותר
אין דאס איז פון כל קצוי תבל וואס זענען געקומען צופליען פון איבעראל, אוודאי זענען געבליבען עטליכע הונדרעט וואס זענען נישט געקומען צום חתונה.
אהא
יא?
ביי ר' יעקב מאיר שעכטער זיצט די שכינה. מיר דארפן נישט גשמיותדיגע בשר
קדוש יאמר לו!!
הגרימ"ד מקרית צאנז נתניה מאכט שוין פראפאגאנדע פאר זיין קינדס חתונה הבעלל"ט זיי פסח, יעדער וואך אין דער 'בצילא' פולט ער אן פעידשעס כאילו, דער צאנז'ער מאכט חתונה זיין ערשטע אייניקעל, ווארט נאר צו זעהן צו ער וועט האבען מער א עולם, ווי א סיי ווען געווענטליכע צאנז'ער צוזאמקום.
דולה ומשקה עס קומט דיר א קאמפלאמענט פאר דיין בקיעות אבער וואס זאל מען טוען אז ווינטער איז געווען די חתונה פון זיין ערשטער אייניקל, און יעצט איז דאס סתם נאך אן אייניקל
דולה ומשקה, בחורים איז געוועהן בערך 600,
דאס איז די גאנצע??? איך מיין ער האט אסאך מער בחורים ווי ווייט איך ווייס האט ער פיר ישיבה גדולות וואס און יעדע איינס איז דא בערך 200 בחורים פלאס ישיבה קטנות
דער ישיבות קטנות האט מען נישט ערלויבט אנטייל צו נעמען אין דער חתונה מחמת אפס מקום, מ'האט עס פאר זיי געוויזען אויף א ריזיגע סקרין.
די דמיונסט פיין. עס איז נישט געווען אזויפיל מענטשען
אין ביי די וועי איך אפען פיקטשער האב איך געזען דריי סאטמרע חסידים און מן הסתם איז געוועזען נאך אין זיכער פון אנדערע קהילות
איך ווייס נישט ווער ס'האט באשלאסן אז ס'איז געווען 9,500 מענטש'ן, אבער אז מ'קוקט אויף די בילדער זעט מען 6,000-7,000 מענטש'ן, דהיינו: די רעכטע פארענטשעס (לינקס פון אויבןאן ) איז ברייט 60 הויך 16 =960 די צענטראלע פארענטשעס (קעגן איבער דעם אויבןאן ) איז צוויי פארענטשעס ברייט 40 ,סא 80×16=1280, די לינקע פארענטשעס (רעכטס פון אויבןאן ) איז לאנג 80 ,סא 80×16=1280 די גאלערי (נאר פאר בחורים... לאנג הונדערט, סא 100×8=800 ס"ה 960+2360+800=4120 ,לאמיר צורעכענען 2000 פאר די פלאר איז 6120...
בד"וו עס איז נישט געווען נאר בעלז,ווייל ישראל'טשע האט געהייסן אלע זיינע חסידים גיין..
נ"ב זיינע אלע ישובות ביינענזאם (גדולות מיט קטנות) איז עפעס מער פון טויזענט בחורים ...
סא,די 9,500 קען נאר זיין ביים חופה ... מיט "אלע" אנדערע קרייזן...
יא און זאלי ניצט נאר דריי שטיקלך טוילעט פאפיר א טאג אנשטאט די פינף וואס מען זאגט סתם לא לא קיש קיש.
אך ווי ווייניגער טוילעט פעיפער אלץ הייליגער...