בלומבערג: נייע מלחמה אנטקעגן הויכע מוזיק
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3138
בלומבערג: נייע מלחמה אנטקעגן הויכע מוזיק
בלומבערג וויל זיין ווי מער אין די נייעס און אז מע זאל געדענקען אז ער האט געמאכט ניו יארק געזונטער. יעצט איז ער זיך גענומען צו די הויכע מוזיק, אז מענטשן לייגן זיך אריין די פיצי עירפאנס און זיי קענען טויב ווערן.
<a class="postlink" href="http://www.nypost.com/p/news/local/mayor_deaf_jammer_S37gCMR9xUDKw2vx9bjFVM">http://www.nypost.com/p/news/local/mayo ... w2vx9bjFVM</a>
דאס ערשטע גוטע מלחמה פון בלומבערג וואס איך הער
ראש המדבריםדאס ערשטע גוטע מלחמה פון בלומבערג וואס איך הער
דו הערסט?
האסט געמאכט הויעך די וואליום?...
הויכע מוזיק אין די עירפאונס? קאמ-אן!!
ער זאל זיך שטעלן אויף די באמבארדירנדע אויער-פארטייבענדע מוזיק וואס די שחורים (און אסאך לבנים) צינדן אן ביי זיך אין זייער קאר, און די BASS ציטערט אויף די געדערים פון יעדן פארבייגייער. און זייער ספארטס-קאר לאזט ארויס א קול פון זייער מאפפלער ווי 6 מאטארסייקלעך ביינאזאם,
נארוואס ערהאלטן די נייעס אז בלומבערג'ס פריש קאריאזען איניצאטיוו האט באקומען די אינדארסירונג פון די היימישע זיידע אסוסיאציע וועלעכע דעריאגן דעם מענטשהייט ביי יעדע חתונה איבער הויכע מוזיק. און אנדערע נייעס ווערט אויף גענומען מיט פרייד אז דער פאריקטען דריי פארטיי שפיציגען ביליאנער וועט בקרוב פארלירן זיין סטאטוס אלס מעיאר, עס איז צום שטוינען צו צוזעהן זאכן וואס מיר אלס קינדער האבן זיך געוויצלט. וועלענדיג פאנטאזירן זאכן וואס קען אלץ באשעפטיגן ערוועלטע פאליטיקאנטן. ווערן טריקענערהייט רעיאליטיזירט, עס איז בכלל נישט רעלאוואנט די לאגיק וואס דער בהמה שפריצט אריין און זיינע נאכאנאנדע קאפריזישע געזעצליכע פארשלאגן,,,,, אטעמט געמיטלעך ווי לאנג לופט איז "נאך" פריי פון רעגולאציעס
און די קלאפעדיגע באמבעדיגע זעצעס פון די 'אינסטרומענטן' פון די שחורים אויפ'ן סאבוועי וואלט ער שוין אויך געמעגט מתקן זיין.
ממי שאמרו, און דאס אז א"י עלטערן שיקן ארויס פופצן יעריגע בחורים קיין אמעריקע זיך אליין חתונה מאכן?
אבער וואס דארפסטו גיין אין טריפה'נעם סאבוועי צו אויפזוכן קינדער-שנארערס ווען דו קענסט האבן דאס האבן ביינאונז אין ראדני פאר'ן זעלבן פרייז? ס'דאך איכא דרכא אחרינא!
NYC און אלגעמיין וועט זיכער נישט באקומען איר תיקון דורך קאווע שטיבל, (אפשר דער {אונזער} סיסטעם- למחצה לשליש ולרביע) אונזער זיידעס האבן זיך געטראפן א וואוין ארט און אונז פארוואגלט אויף דורות אז עס איז א נחת, און מיין וויסטען חלום וואלט איך נישט געקענט טראכטן פון אזא מקום מנוחה
i love the big apple!
דו בענקסט זיך נאך די אלטע באבעס?
@ ממי, נניח אונזערע אומשולדיגע זיידעס. זיי זענען דאך אנטלאפען פונעם גיהנם ווי די רוח האט זיי געטריבן, אונזערע עלטערן אבער, זיי האבן דאך פארשטאנען אז פון די איסד סייד דארף מען אפטראגן. געלאנדעט אבער האבן זיי דערמאטערט 5 מינוט דערויף. טאקע אינעם (הארץ) פון וויליאמסבורג, דאס איז דאך טיפשות געמישט מיט רשעות
יאירi love the big apple!
Well, apparently there are some folks among the over 8 million inhabitants living in this damn city who are actually satisfied
ווענדט זיך וואו דו דרייסט זיך.
[ציטאט אראפגענומען]
וואס מיינט 2 רעכט 1 מאכט נישט אומגערעכט...
אז מען דעדט שוין פון הויכע מוזיק, איז דא א ווארט אז ווען מען הערט הויכע מוזיק קען עס שאטען פאר די אויער!
נישט לאנג ציריק האט חיים ישראל האלפערין געהאט א אינטערוויא אויף קול מבשר, אין ער זאגט דארט אז נאך 10 יאר שפילען ביי חתונות האט ער זיך געגאנגען זיך אונטערזיכן און א שפיטאל צי זיינע אויערען זענען געווארען עפעס אנדערש, האבן זיי עם געזאגט אז זיי זען נישט גארנישט דיינע אויערען זענען פיין!
וואס איך מיין ארויס ציברענגען איז, אז ווען א מענטש הערט מוזיק און א עיר פאון וועט עם עס לכאורה נישט שאטן, חתונה מוזיק איז אסאך העכער ווי עיר פאוןס!
ווער איז אויפגערעגט אויף וויליאמסבורג?
ווען גייט בלומבערג ארויס פון אמט? עס זעט אויס ווי ער גיסט אויס אלע זיינע שגענון פארן גיין
חשבוןווען גייט בלומבערג ארויס פון אמט? עס זעט אויס ווי ער גיסט אויס אלע זיינע שגענון פארן גיין
די יאר.
אונז העמער נאך א סאך הערען פון איהם ביז ער גייט.
יעדן טאג וואס ער איז נאך אין אמט און מ'הערט נישט קיין פרישע גזירה אטעמ איך אפ
חשבוןווען גייט בלומבערג ארויס פון אמט? עס זעט אויס ווי ער גיסט אויס אלע זיינע שגענון פארן גיין
וואלן פאר א פרישן מעיאר וועט ווערן אפגעהאלטן היי יאר נאוועמבער דעם 5'טען, פארלאזן אפיציעל זיין אפיס יאנואר דעם 1'טען 2014
חשבוןיעדן טאג וואס ער איז נאך אין אמט און מ'הערט נישט קיין פרישע גזירה אטעמ איך אפ
שוין א וואך צייט נישט געוועהן קיין גזירות!
הייסט נאך א דריי פערטל יאר צו גיין. ווער ווייסט צו עס וועט עפעב בלייבן פון אונז. אפשר מוף מיר קיין דזשולענד פאר די יאר