☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » וואס איז דאס חמץ?

וואס איז דאס חמץ?

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3137

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 6, 2013 5:24 pm

· #93916
וואס איז דאס חמץ?
איז חמץ א מציאות, א לומד'ישער זאך אדער ביידע אינאיינעם?

א. איז עס א מציאות, דהיינו עס געשעהט פיזיאלאגישע ענדערונגען אין דעם טייג, אזוי ארום אז עס ווערט אן אנדערער חפצא וואס הייסט "חמץ".
די פארדינסט פון דעם איז אז מיר קענען פארשטיין פארוואס פארשידענע מינים ווערן נישט חמץ'דיג, למשל, אורז ודוחן, להחולקים על ר"י בן נורי.
אבער נאך אלץ וועלן מיר דארפן קלארשטעלן וואס פונקטליך איז דער שינוי וואס דעפינירט די מציאות פון חמץ.

ב. א לומדישע זאך, מיינט, גזירת הכתוב אז ווען א טייג ליגט באופן כזה, לסכום שעות, וכו' באקומט דאס א "דין" חמץ.
לאור זה וועלן מיר קענען פארשטיין פארשידנע הלכות וועלכע וואלטן לכאורה זיך געדארפן ווענדן לפי המקום והמצב, למשל שיעור חימוץ, מים שלנו, חום התנור וכו'.
און אפילו מיר וועלן ערצייגן א גדר פון חימוץ ביי אורז ודוחן, איז דאס נישט קיין חמץ ווייל נישט פון דעם האט די תורה גערעדט. און עס איז מעגליך צו זאגן אז אין א געוויסע מצה עסזיסטירט די מציאות פון חימוץ, נאר פונדעסטוועגן, אויב האט מען איר ערצייגט כפי כללי ההלכה איז דאס על פי תורה קיין חמץ.

ג. ביידע אינאיינעם. ואם אחת מהנה לא יעשה לה, איז דאס נישט קיין חמץ. אדער קען מען זאגן להיפוך ממש, אז איינס פון די צוויי איז שוין גענוג אויף צו שאפן דעם שם "חמץ".

ביטע זאגט אייערע מיינונגען און ראיות לכאן ולכאן.

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 6, 2013 6:08 pm

· #93940
א. איז עס א מציאות
דארף מען דן זיין איז דאס די מציאות פון 1) ווערן אויפגעבלאזן, אדער 2) ווערן אנגעהייצט אדער גאר 3) דער פאקט אז דער טייג שטעלט זיך נישט אנטקעגן די באצילן וועלכע ווילן איהם אויסצוהען.
זעהט דא

מאטי » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:54 pm

· #94399
איז דא א נפ"ק להלכה(חוץ מקדש זיין א אשה על תנאי צדדי החקירה) ווייל אורז ודוחן שטימט לויט ביידע וועגן

בדחן » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:58 pm

· #94403
קענסט דאך זען מיט די אייגענע אויגן ווי אזוי א טייג יערט און ווערט אויפגעבלאזן,
עס הייבט אן יערן פון 18 מינוט אפילו מען ארבייט דערמיט,

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:08 pm

· #94538
ליטוואק, דיין צווייטע צד איז אז די טייג דארף בעצם נישט ווערן אויפגעיורן כדי צו הייסן חמץ, ס'איז נאר א זייטיגע תוצאה? 😕

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:12 pm

· #94541
יאיר
ליטוואק, דיין צווייטע צד איז אז די טייג דארף בעצם נישט ווערן אויפגעיורן כדי צו הייסן חמץ, ס'איז נאר א זייטיגע תוצאה? 😕

קאררעקט!

יידל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:13 pm

· #94542
בדחן
קענסט דאך זען מיט די אייגענע אויגן ווי אזוי א טייג יערט און ווערט אויפגעבלאזן,
עס הייבט אן יערן פון 18 מינוט אפילו מען ארבייט דערמיט,

עס הייבט אן יערן פריער פון 18 מינוט. און אויב ארבעט מען מיט עס אן אויפהער קען מען עס צוריקהאלטן פון יערן אפילו נאך 18 מינוט. כמדומני אז אין איינע פון די ראשונים אדער גדולי האחרונים איז קלאר מבואר אז 18 מינוט איז נישט מער ווי די גדר מיט וועלכע מ'האט מגדיר געווען חמץ - א.א.וו עס איז נישט מער ווי א 'לומד'ישע' מושג (כ'גלייך נישט דעם נאמען, נאר אז דער פותח האשכול האט גענוצט די ווערטער וועל איך סטיקן דערצו).

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:13 pm

· #94543
moti107
איז דא א נפ"ק להלכה(חוץ מקדש זיין א אשה על תנאי צדדי החקירה) ווייל אורז ודוחן שטימט לויט ביידע וועגן

כמה נפק"מ להלכה. מיר וועלן אי"ה אנקומען דערצו.

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:36 pm

· #94558
היימישער ליטוואק
יאיר
ליטוואק, דיין צווייטע צד איז אז די טייג דארף בעצם נישט ווערן אויפגעיורן כדי צו הייסן חמץ, ס'איז נאר א זייטיגע תוצאה? 😕

קאררעקט!

און וואס וועט זיין מיט אלע חסידי'שע תורות אויף די שייכות צווישן די אויפגעבלאזענע מצה און דעם שטן-סטרא אחרא-גאוה-כעס?

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:42 pm

· #94563
יידל - 1. פליז דערמאן זיך, זייער אינטערסאנט פאר מיר. 2. זיי מציע אן אנדערע נאמען פאר די שיטה.
יאיר - פארקערט, עס וועט זיין א לומד'ישע אויפגעבלאזאכטס, גענוי אזויווי דער שטן-סטרא אחרא-גאוה-כעס.

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:46 pm

· #94564
אויב אזוי קען מען אויך אריינגיין אין דעם עצם לומדות פון א בעל גאוה, איז דאס אן אמת'ע מציאות אדער א לומד'ישע זאך, אדער קען גאר ביידע זיין אמת. עס זענען דא עכטע בעלי גאוה וואס גייען ארום מיט'ן גראדן רוקן און גראבן בייכל, און עס זענען דא לומד'ישע בעלי גאוה וואס גייען ארום מיט א פראק אויף וואס עס הענגט א צעטל "תנו כבוד לתעירע".

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 7:52 pm

· #94567
העי, לויט'ן צווייטן צד פון ליטוואק איז שאור שבעיסה נישט קיין חמץ און חמץ איז נישט קיין שאור שבעיסה, ס'איז צוויי דינים, ס'דא א גברא פון חמץ, און ס'דא א חפצא פון שאור שבעיסה.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:23 pm

· #94592
ביטע האלטן די דזשאוקס פאר א באזונדערן אשכול, מיר זענען אין "תורה און מחשבה" אצינד!

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:38 pm

· #94605
לכאורה איז אכצען מינוט ווען די חכמים האבען געזאגט אז זיי ווייסען אז עס קען ווערען חמץ. נישט אז עס איז זיכער חמץ. וצריך לבדוק בספרים.

כדי דן צו זיין די חקירה, דארפסטו ר' ליטוואק ברענגען דוגמאות פין צוויי אנדערע דינים אין די תורה, איינס וואס איז זיכער א מציאות, און נאך איינס וואס איז זיכער א דן, כדי מען זאל קענען מאריך זיין אין דן זיין דער צוויי צדדים ווי עס דארף צו זיין.

ביטע?

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:38 pm

· #94607
אז ליטוואק בעט, האב איך דרך ארץ. אבער א קליין שאלה, מיט וואס איז אנדערש חוקר זיין אויב גאוה איז אן אמת'ער מציאות ווי צו חוקר זיין אויב חמץ איז, ביידע חקירות זעען אויס אין מיינע אויגן ווי א... איך גיי נישט זאגן ווי א דזשאוק, אבער איך האף אז מען וועט פארשטיין.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:44 pm

· #94612
בתולים, למשל, איז באמת א מציאות, אבער איז שייך אויך אין א לומד'ישן אופן, למשל: אחר נשואין אדער ביאה שלכ"ד.
טריפה איז א מציאות, נבילה איז א לומדות.

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:56 pm

· #94620
דער לומד'ישער אופן פון בתולים - ווי דו רופסט עס אן - איז טאקע א פאלשע בתולים, די תורה רופט דאס נישט אן א בתולה, און קיינער וועט טאקע נישט זאגן אויף אן ערנסטע אופן - למשל אין קאורט - אז די פרוי וואס האט געהאט ביאה שלא כדרכה איז נישט קיין בתולה. מיט מיין פשוט'ער הבנה פארשטיי איך אז די תורה רעדט אויך אויף א פשוט'ע שפראך, צו פשוט'ע מענטשן, און די איידיע אז די תורה שרייבט כל מחמצת לא תאכלו מיינט נישט קיין זויער טייג נאר עס מיינט באמת עפעס א לומדות וואס די חכמים גייען מגדיר זיין אומקלאר טויזנט יאר שפעטער און ר' חיים גייט קומען עס קלאר מאכן צוויי טויזנט יאר דערנאך קוקט מיר אויס אביסל ווייט. נישקשה, פון די חקירה כשלעצמו האב איך אויך הנאה, און איך בין שוין נייגעריג צו הערן וואס זענען די נפק"מ להלכה, איך ווייס נאר נישט צו ס'איז א באגרינדעטע חקירה. 😉

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:03 pm

· #94624
כ'האב א נאמען, חמץ איז אזא דין אזא!

מאטי » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:59 am

· #95886
לכאורה פונעם דין אז מי פירות אינו מחמיץ איז א סימן אז סאיז ממשותדיג חמץ הגם מקען זאגן אז סאיז א גזירות הכתוב אזויווי ליטוואק האט געוואלט ענפערן ביי אורז ודוחן
איז נישט מסתבר אז די תורה זאל סתם אזוי אויסקלייבן נאר וואסער פאר חימוץ אן א סברה, בשלמה אורז ודוחן קען מען זאגן אז סאיז בכלל נישט ממין דגן פונקט ווי פאטעטא סטארטש וואס סאיז נישט קיין הו״מ סזאל מחמיץ זיין
אלא מאי איז חמץ מציאות און חז״ל האבן משער געווען אז ביי מי פירות איז נישט דא דער מציאות.

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 12, 2013 1:15 am

· #95890
מענין לענין, כהאב אמאל געהערט פשט על פי עומק הפשטות ,שבעת ימים שאור 'לא ימצא בבתיכם'. מיינט די תורה אז אין די ברויט באקס זאלסט נישט האבן קיין חמץ. די תורה זאגט דארט ווי די האלטס דיין ברויט ווארף עס ארויס פון דיין הויז. סאיז בכלל נישט די כונה פון בודק זיין די בעד רומס.
סמאכט סענעס?

כ'טראכט א משל די דאקטער זאגט פאר איינעם וואס איז עלערדזשיק צי ניס, גיי אהיים ווארף ארויס ניסלך פון דיין היוז ס'זאל זיך נישט געפינען .גייט נישט די מענטש אהיים און טשעקט אויב אינטער די בעטן איז ניס.

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 12, 2013 9:14 am

· #95936
אזוי ווי וקשרתם לאות על ידך מיינט נישט ליטערל האנט.
רשב''ם

יאיר » דינסטאג מערץ 12, 2013 10:29 am

· #95944
ממי שאמרו, פרעג נישט אזויפיל קשיות. זיי מעיין אין רשב"ם אויף וקשרתם לאות על ידיך, פאר א נויט בליק אויך אריין אין אבן עזרא, וועסטו זען אז פשט מוז נישט אייביג זיין א גענויער ליטעראלער אפטייטש פונ'ם ווארט.

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 13, 2013 7:14 pm

· #96762
"טומאה" איז א לומדות נישט א מציאות.

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 13, 2013 7:17 pm

· #96764
עס איז באקאנט דעם טומל לגבי מעל (FLOUR) צו עס איז חמץ אדער נאר חשש חמץ. היות די דרך איז אז מען שווענקט דאס אפ מיט וואסער ביפאר מען מאלט עס.
אויב איז חמץ א מציאות, דאן איז אוממעגליך צו זאגן אז דער מעל וואס האלט זיך אזוי לאנג און ווערט נישט פארדארבן, איז נחמץ געווארן!
אויב איז דאס א דין (מעל+וואסער+שיהוי זמן=חמץ) דאן איז דאס יא חמץ.

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך מערץ 13, 2013 7:24 pm

· #96771
די טייטש פון חמץ איז חימוץ, זויער. ווי קען מען טראכטען אז דאס איז עפעס א נייע דין פין זויער? אוודאי איז דאס א מציאות. מיט גדרים וואס איז נקבע בכל מקום ובכל זמן, כדי שלא לתת הדברים לשיעורים.

יידל » מיטוואך מערץ 13, 2013 7:27 pm

· #96773
היימישער ליטוואק
יידל - 1. פליז דערמאן זיך, זייער אינטערסאנט פאר מיר. 2. זיי מציע אן אנדערע נאמען פאר די שיטה.

איך האב זיך נאר באצויגן צו בדחן אז עפעס פאסירט ביי 18 מינוט. חמץ איז חמץ אויב עס האט שוין מחמיץ געווען פריער און איז נישט חמץ אפילו אויב נאך 18 מינוט איז עס נאך נישט נחמץ געווארן. די שיעור פון 18 מינוט איז נאר ביי בצק שלא נראו בו סימיני חימוץ ושהה בלי עיסוק שיעור שיהלך בו אדם מיל. דאס וואס כ'האב דערמאנט אז דאס איז נאר א 'לומדיש'ע' גדר ווערט דערמאנט דוכט זיך אין מגן האלף סי' תנ"ט ס"ק ב (איך זאג דוכט זיך ווייל כ'האב עס נישט נאכגעקוקט אויפן מינוט און איך שרייב דעם מראי מקום מתוך ספר ליקוט).

boxcover » מאנטאג יולי 1, 2013 5:39 pm

· #129844
[ציטאט אראפגענומען]

ארעם