☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » הערשעלע אסטראפאלער

הערשעלע אסטראפאלער

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3135

ידען » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:01 pm

· #93855
הערשעלע אסטראפאלער
הערשעלע איז געווען א לץ ביי ר' ברוך מעזשעביש וואס איז געוועזען א לב שבור און האב געדארפט מע זאל איהם פריילעך מאכען פון צייט צו צייט און איז געווען א גרויסע ידען בכל מקצועות התורה און האט אלץ מחזק געווען ר' ברוךל.

מע דערציילט אז ער האט געשיקערט (די בלאט ספעלינג) אבער סע נישט מעגלעך ווייל ער איז געווען חשובע מענטש א ת”ח און ירא שמים.

מע האט געטראפען זיין מצבה וואס שטייט הרה”ק רבי צבי מאסראפאלי זי”ע.

א בדחן מיט אזעלעכע לשונות? אפשר איז געווען צוויי מיט די זעלבע נאמען?

אזוי האבעך געלייענט אין די בלאט א פאר וואכען צוריק, און זיי האבען אבער נישט געהאט עכט ווערטלעך פון איהם.

איך האב אמאל געהערט אז ער האט געהאט אזעלעכע ווערטלעך וואס מע קען נישט שרייבען דא, אדער אפשר האט מען עס ארויף געלייגט אויף זיין נאמען?

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:04 pm

· #93858
אז ר' ברוך'ל האט געמעגט הערן זיינע ווערטער, מעגן מיר אוודאי.

אוהב דעת » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:04 pm

· #93859
<a class="postlink" href="http://archive.org/details/nybc203305">http://archive.org/details/nybc203305</a>
<a class="postlink" href="http://archive.org/details/nybc210979">http://archive.org/details/nybc210979</a>

enjoy

דולה ומשקה » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:48 pm

· #93889
רויזעלע ע"ה אדער להבחל"ח שרוצ'עלע

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 6, 2013 8:05 pm

· #93979
דולה ומשקה
רויזעלע ע"ה אדער להבחל"ח שרוצ'עלע

רויזעלע ווייס איך (א יעדער ווייסט(. אבער ווער איז שרוצה'לע? תחי'

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 6, 2013 8:08 pm

· #93981
סיפורי מעשיות וועגן ר' הערשעלע אסטראפאליער
מ'האט אמאל געפרעגט ר' הערשעלע (וועלכער איז געווען א גרויסער ארימאן( וואו ער האלט מיט'ן פסח. האט ער געענטפערט אז א האלבן9 פסח האט ער שוין. חמץ האט ער שוין נישט!!!

משה געציל » מיטוואך מערץ 6, 2013 8:11 pm

· #93982
גוט גוט ר׳ בערל!
איר האט נאר בטעות געשריבן דעם קעפל "גיפורי מעשיות וועגן ר׳ הערשעלע אסטראפאליער", לכאו׳ האט איר געוועלט שרייבן א "ענטפער צו רבי׳ הערשלע".

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 6, 2013 8:18 pm

· #93986
סיפורי מעשיות פון ר' העשעלע אסטראפאליער
אלס יונגל איז ר' הערשעלע אמאל פארוואגלט געווארן צוזאם מיט זיין טאטן אין הויז פון א קארגן גביר וועלכער האט געגעבן גאר קליינע גלעזעלעך פאר די ארבע כוסות. האט זיך ר' הערשעלע אנגערופן בלשון קשיא. "איך פארשטיי נישט. מ'האט יעצט אויסגערעכנט די צען מכות. נאכדעם שטייט ר' יהודה הי' נותן בהם סימנים. פארוואס דארף מען נאך האבן די ראשי תיבות? האט ער אויסגעפיהרט-- ר' יהודה האט געוואוסט מיט רוח הקודש אז ס'וועט זיין א קארגער גביר וואס וועט געבן קליינע גלעזעלעך. אויב מ'וועט דארפן אראפגיסן צען מאל וועט גארנישט בלייבן. דערפאר האט ער עס געזאגט מיט ראשי תיבות דצ"ך עד"ש באח"ב..

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 6, 2013 8:22 pm

· #93989
משה געציל
גוט גוט ר׳ בערל!
איר האט נאר בטעות געשריבן דעם קעפל "גיפורי מעשיות וועגן ר׳ הערשעלע אסטראפאליער", לכאו׳ האט איר געוועלט שרייבן א "ענטפער צו רבי׳ הערשלע".

שקויעך פאר'ן מעורר זיין. מיר גייען עס פאררעכטן אי"ה בקרוב. ס'איז נאך תוך ל' יום פון פורים עללן מיר זיך ערלויבן צו זאגן אז דער בעל עגלה קריגט אויף די גמרא וואס זאגט "שבשתא כיון דעל על". נאר מ'קען עס פארענטפערן אז הני מילי אויב מ'מאכט נישט אויפמערקזאם אבער מיט אזעלכע גוטע ידידים ווי מיר האבן דא אין ק"ש ב"ה איז דאס נישט שייך.

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:33 pm

· #94076
[ציטאט אראפגענומען]

איציק מאנגער אין זיין בוך נאנטע געשטאלטן, שרייבט פאר א פשטות, אז רבי ברוכ'ל, וואס איז געווען באקאנט פאר א קפדן, איז געווען דער וואס האט אראפגעשטיפט ר' הערשעלע די שטיגן, (און נישט זיינע חסידים וויאזוי דו שרייבסט). אבער גיי גלייב די משכילים.

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:45 pm

· #94084
אויב אזוי איז מאנגער'ס גירסא שוין בעסער, לויט זיין גירסא האט ר' ברוכ'ל אים נאר א שטיפ געטאן (שלא בכוונה אראפצוווארפן די טרעפ), נאר ער איז פשוט געפאלען אלע טרעפ. ער שרייבט אז ר' ברוכ'ל איז נישט געגאנגען צו די לויה, אבער ער איז ער געגאנגען שפעטער אים איבערבעטן ביי זיין מציבה. גיי ווייס.

איחוד פעלד » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:59 pm

· #94088
די ערשטע מעשה אין ביכל איז גאר גוט.

ווען ר' הערשעלע אוסטראפליע (רה"א) איז דער ערשטער מאל געקומען צום רבי ר' ברוכל (רר"ב) איז דער רר"ב געזעצען ביים טיש שטארק פארטראכט, און אראפגעלאזט דעם קאפ. איז רה"א צוגאנגען צום טיש גענומען דער ליכט און אנגעהויבען זוכען אויף דער פאדליגע עפעס. פרעגט אים דער רר"ב ר' קרוב וואס זיכט איר? ענטפערט רה"א איך זיך דער רבינ'ס נאז, דער רבי האט זי אראפגעלאזט זעהט אויס.............