☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וועלכע מצות עסט איר, און פארוואס?

וועלכע מצות עסט איר, און פארוואס?

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3133

זר זהב » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:07 pm

· #93723
וועלכע מצות עסט איר, און פארוואס?
ס'דא גענוג און נאך פון וואו צו טשוזן, און יעדער קען רואיג זאגן פון וואו ער נעמט און פארוואס ער קויפט פון יענע, אן ארויסגעבן זיין קהילה איידענטיטי. גענוג סאטמארע קויפן פאפא צעלים און פארקערט אויך. אסאך קויפן קערעסטיר צוליב איר דינקייט. איינער זאגט מיר אז מאנטריאלע מצות איז גוט אין טעיסט (יעדער האט זיך זיין טעיסט, איז דאך נישט קיין ראיה)... לעיקוואודע מצות האט פאר אלע סארט דיעטן. -- איז וועלכע מצות עסט איר און פארוואס? און זאל יעדער זאגן זיין מבינות אויף די מצות וואס ער האט שוין אמאל גע'טעיסט.

איך בין אויפגעוואקסן מיט די סאטמארע מצות, איז נאטורליך אז איך בין צוגעוואוינט דערצו און איך האלט ווי גאר אסאך אנדערע אז ס'איז די בעסטע אין טעם. אבער דאס זאג איך נאך בעפאר איך האב געטעיסט 'אלע' ברענדס... איך האב שוין טועם געווען קערעסטיר, פאפא צעלים, און חרדים. סאטמאר פאקט זיי אלע איין, פאפא צעלים גלייך איך נישט, קערעסטיר איז גאנץ גוט, און חרדים איז טאלערירבאר (אויב איך געדענק גוט)

דא איז די ליסטע וואס איך דענק אויפ'ן מינוט, יעדער קען צולייגן.
סאטמאר ברודוויי
פאפא צעלים
קערעסטיר
מאנטריאל
סאטמאר מהר"א
לעיקוואוד
בני יואל
חרדים
קוממיות
היימישע מצה בעקערי
ב.פ. מצות

matovu » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:11 pm

· #93724
Arizona wheat
own chabira

boxcover » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:13 pm

· #93726
בראדוויי בית רחל, עספעשאלי פאר די סדר (און נישט ער"פ מצות וואס איז פארבינדען מיט כל ערליי שאלות).

ב.ד.וו. פארוואס אין צימעס? ווי איז די דעסטינאציע פון די אשכול?

זר זהב » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:16 pm

· #93727
איך האב אויך קודם געקלערט נישט צו לייגן אין צימעס. איך האב אבער מורא געהאט אז מ'וועט עס מילא אהער פירן דא. איך מיין דא גארנישט צימעס, בלויז פאקטן וואס מ'קויפט און פארוואס. און מבינות אויף אלע אנדערע ברענדס.

די הנהלה זאל עס טאקע אריינפירן אפשר אין קאווע שטיבל פארום.

היסטאריקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:20 pm

· #93728
סאטמאר מהר״א, צוליב די אריזאנע ווייץ

כאטש בראדוועי איז לכאורה בעסער אין טעם

פיינע קאווע » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:35 pm

· #93743
סאטמאר ראטלידזש - צוליב די הידור פון אריזאנא

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:43 pm

· #93751
זר, דו פרעגטס צוויי שאלות.
אויף די ערשטע שאלה: וועלכע מצות עסט איר?
תשובה: וואס כ'טרעף אין KRM. און ווען איך בין סומך על שלחן מורי אבי און חמי מורי (פארוואס דוקא "אבי מורי / מורי חמי"?) עס איך וואס מ'געט מיר.

אויף די צווייטע שאלה "פארוואס", איז נישט מעגליך צו ענטפערען ווייל צאנז'ע רב האט נישט ארויסגעגעבן די טעם כמוס.

זר זהב » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:45 pm

· #93752
קאווע איך האב נישט געפרעגט פארוואס דו עסט נישט מאשין מצות.. און אין KRM קען מען לכאורה טרעפן פון כמעט אלע בעקערייען. אזוי נישט צו ענפערן א פשוטה שאלה?!?!

קרעקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:47 pm

· #93756
חול המועד פאר די פוטער מצה נוץ איך בראדוויי
טאקע נאר די דיקע מצות און מבאקט עס איבער בעפאר
דערנאך שפרענקלט מען ארויף די דיקע התאחדות זאלץ און מזאגט כן עשה הלל..... יאכלוהו און א בייס

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:50 pm

· #93761
זר, אז איך גיי אין KRM פארשטייסטו אז איך זיך דאס ביליגסטע.

איך בין נאך א קליינער אינגערמאנטשיק, צו מיר קומט נישט קיין דעליווערי פון מצות, צו מיר קומט מען נאך נישט ארויף פורים נאך געלט, וכו'.

גאלד » מיטוואך מערץ 6, 2013 2:48 pm

· #93804
סאטמאר אריזאנע, ווייל "ורגלי מוליכות אותי לר' אהרן" און ב"ה איך בין ציפרידן מיט די טעם, בעיני איז עס א קאפיע פון די בראדוויי מצות, ווער ס'וויל קען זיך דינגען

גאלד » מיטוואך מערץ 6, 2013 2:53 pm

· #93805
איז מצה מיט פיטער געבראקס? איך האב יעדן פסח די ויכיח מיט געוויסע משפחה, איינער זאגט אז אפי' מצה מיט מילך איז נישט קיין געבראקס, קען דאס זיין?

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:04 pm

· #93811
מי פרה און מי פירות זענען נישט די זעלבע זאך.

קרעקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:05 pm

· #93812
הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אליינטס געגעסן פוטער מצה און זיך נישט געשעהמט דערמיט

היסטאריקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:08 pm

· #93816
גאלד
איז מצה מיט פיטער געבראקס? איך האב יעדן פסח די ויכיח מיט געוויסע משפחה, איינער זאגט אז אפי' מצה מיט מילך איז נישט קיין געבראקס, קען דאס זיין?



עס איז נישט געבראקט ווייל עס קומט נישׁט אין די פיטער קיין טראפ וואסער

די מחמירים זענן נאר חושש צוליב וואס מ׳ וואשט אויס די כלים מיט וואסער

boxcover » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:08 pm

· #93817
קרעקער
הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אליינטס געגעסן פוטער מצה און זיך נישט געשעהמט דערמיט

מקור? (נישט אז כ'קען נישט גלויבן)

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:09 pm

· #93819
שווער צו טרעפן א מקור, ווייל חול המועד פסח האט מען נישט יעדעם אריינגעלאזט.

היסטאריקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:16 pm

· #93823
boxcover
קרעקער
הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אליינטס געגעסן פוטער מצה און זיך נישט געשעהמט דערמיט

מקור? (נישט אז כ'קען נישט גלויבן)



נישט מסתבר, ער איז אהיימגעקומען פון דאווענען 11.00 11.30האט זיך געוואשן צו א פליישיגע סעודה כמנהג אבותיו

גאלד » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:22 pm

· #93826
ער רעדט מסתמא ווען ער איז געווען סיגעטער רב און ס'נישט אלס געווען פליישיגס גרייט אין שטוב כידוע

קרעקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:25 pm

· #93828
געהערט פאר בערך 10 יאהר ציריק אין ראדני פונעם בעל העדות הר"ר מאיר שטערען

קאך_לעפל » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:27 pm

· #93830
קרעקער
הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אליינטס געגעסן פוטער מצה און זיך נישט געשעהמט דערמיט


זיכער אזוי! אז איר גלייבט נישט קען איר פרעגען קרעקער, און אז איר גלייבט נאך אלס אלס נישט, קענט ער פרעגן חיים שאולזאהן, און אויב זענט איר אזא געפערליכע אפיקורות, און איר גלייבט נאך אלס נישט אז דער הייליגער ברך משה האט געגסן פיטער-מצה, דאן פרעגט הרב החסיד המפורסם רבי יוסף וואלדמאן שליט''א מח''ס "כאמעיני", ער וועט דאס אייך באשטעדיגען מיט א שבועה בנק''ח, אדער מיט א שבועה אויף די חכמה פון הרה''ג רבי יואליש מארגענשטערן שליט''א

גאלד » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:31 pm

· #93833
איך ווייס פון א סיגעטער תלמיד נאך אין די כ' יארן אז דער ברך משה האט געקענט עסן פאר פרישטיג אדער סאפער וואס אימער איז געלעגן פאר זיינע אויגן און שטוב אן קיין שום קווענקלניש כאילו לא הי, למשל א בעלל, צו פאפ קארן, איך טרייב נישט איבער, ער האט עס געגעסן מיט א אפעטיט פונקט ווי א דיכטעל מיט קארטאפעל און זיפ, די וואס האבן געקענט דער ברך משה פון די פריע יארן וועלן דאס מעיד זיין

יידל » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:37 pm

· #93838
וואו קען מען באקומען אין ברוקלין ווייעכע 'פיטא' מצה?

קאך_לעפל » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:48 pm

· #93849
גאלד
איך ווייס פון א סיגעטער תלמיד נאך אין די כ' יארן אז דער ברך משה האט געקענט עסן פאר פרישטיג אדער סאפער וואס אימער איז געלעגן פאר זיינע אויגן און שטוב אן קיין שום קווענקלניש כאילו לא הי, למשל א בעלל, צו פאפ קארן, איך טרייב נישט איבער, ער האט עס געגעסן מיט א אפעטיט פונקט ווי א דיכטעל מיט קארטאפעל און זיפ, די וואס האבן געקענט דער ברך משה פון די פריע יארן וועלן דאס מעיד זיין


יא! יא! גאלד באטשי! איך קען אויך סיגוטע תלמידים פון די כ' יארן, וואו למשל: רבי יוסף מאיר מיער, רבי בנימין לאנדא, רבי אהרן וועלץ, ר' וואלף ווייס, ר' לייביש וויינפעלד, רבי יעקב אלי אונסדארפער, און נאך און נאך, און זיי זעענען אלע מעיד אז דער רבי דער ברך משה זי''ע האט זיך זייער געהיטן וואס ער האט גענימען און מויל,

די מיינסט מן הסתם די גדולי תלמידי סענדז סריט, וואו הר''ר ר' פייוול ווייס, הר''ר ר' ברוך מרדכי אקערמאן, הר''ר ר' שלמה יענקל געלבמאן, אד''ג, זיי זענען מעיד אויף וואס פאר א סארט עידותשאפט אויף משה עבד ה' אויפן היילגן ברך משה זי''ע

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:00 pm

· #93854
מצות מיט פוטער איז כשר וישר, איך טו אזוי חוה"מ פאר פרישטאג.
אבער מצות מיט צימעס איז נישט געבראקס, נאר *ואה.

א חסיד פון ברך משה האלט סייווי אז ער האט חלילה נישט געגעסן מצות מיט פוטער,
א מתנגד גייט דאך נישט אן צו יא צו נישט.

צוריק צום ענין, זר מאכט א סערוועי, העלפט אים ארויס.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:48 pm

· #93890
איך בין מיט זר זהב, איך נעם די בית-רחל בראדוועי מצה צוליב דעם טעם, כאטש עס איז צו דיק, כ'ווייס נישט פארוואס זיי קענען נישט מאכן דינער ווי אלע אנדערע,
מיינע קינדער זעהען נישט וואס איך שפיר דערין, ממילא זיי נוצן טאקע אנדערע, ווי צב"ש פאפא, קערעסטיר, א.א.וו.

boxcover » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:57 pm

· #93898
פראגע
boxcover
פארוואס אין צימעס? ווי איז די דעסטינאציע פון די אשכול?

ענטפער
גאלד
ער רעדט מסתמא ווען ער איז געווען סיגעטער רב און ס'נישט אלס געווען פליישיגס גרייט אין שטוב כידוע

קרעקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 5:00 pm

· #93901
איך האב געזאגט א מקור וואס האט אליינטס געזעהן דעם רבין עסן פוטער מצה

גאלד » מיטוואך מערץ 6, 2013 5:23 pm

· #93915
כאניש געמיינט לגנאי אדרבא לשבח אז דער מענטש האט נישט זיך לגמרי נישט צוטאן געמאכט וואס מ'האט איהם סערווירט, אוואדי האט ער זיכער געמאכט אז די כשרות זאל זיין לויט זיינע סטאנדארדס, אבער איינמאל ער איז געווען צופרידן מיט די כשרות האט ער געקענט עסן א הארט שטיקל קעיק פאר סאפער, אן טראכטן צוויי מינוט, ס'איז איהם געווען פונקט אזוי גוט ווי פלייש מיט יאך,

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 6, 2013 5:27 pm

· #93917
וואס איז די יחוס פון קוממיות מצות? ווער גיט די השגחה?
ווער גיט השגחה אויף חרדים מצות?
ווער פון די בעקערייען נוצן אריזאנא מעל? ווער נוצט בדווקא נישט אריזאנא? ווער נוצט לויט דעם קאסטומער'ס רעקוועסט?

למדן » מיטוואך מערץ 6, 2013 5:30 pm

· #93918
שמעקעדיג
איך בין מיט זר זהב, איך נעם די בית-רחל בראדוועי מצה צוליב דעם טעם, כאטש עס איז צו דיק, כ'ווייס נישט פארוואס זיי קענען נישט מאכן דינער וויל אלע אנדערע,
מיינע קינדער זעהען נישט וואס איך שפיר דערין, ממילא זיי נוצן טאקע אנדערע, ווי צב"ש פאפא, קערעסטיר, א.א.וו.

ווי ווייניגער וואסער מ' לייגט אריין אין די מצה אלס דינער קען מען עס אויסוועלגערן אין אסאך בעקעריס לייגט מען דירעקט ווייניגער וואסער אז מ' זאל עס קענען בעסער אויסוועלגערן, אין סאטמאר לייגט מער דירעקט מער וואסער און בנוסף וואס מ' דרייט (אפיציעל) נישט איבער די מצה וואס מאכט נאר שווערער עס בעסער אויס צו וועלגערן

גאלד » מיטוואך מערץ 6, 2013 5:34 pm

· #93922
בראדוויי לייגט אויך אריין קלאוון דאס מאכט עס אביסל זיסער, מ'זעהט אז ס'אביסל טונקעלער ווי די פאפא-צעהלים מצות

boxcover » מיטוואך מערץ 6, 2013 6:02 pm

· #93936
גאלד
בראדוויי לייגט אויך אריין קלאוון דאס מאכט עס אביסל זיסער, מ'זעהט אז ס'אביסל טונקעלער ווי די פאפא-צעהלים מצות

מה זה קלאוון?

היימישער ליטוואק » מיטוואך מערץ 6, 2013 6:03 pm

· #93938
אולי זה "הייוון"?

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 6, 2013 6:16 pm

· #93942
אולי זה אידיש בלוט? עלילת דם? ח"ו.
קלאוון דאס איז די חלק וואס ליגט אין "האל ווהיט" מעהל מער ווי די ווייסע מעהל.

ר' שמחה » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 3:15 pm

· #94418
[ציטאט אראפגענומען]

ער האט געזאגט פיצא נישט טונא.



בנוגע פסח, ווער עס ווייסט פון ווי עס נעמט זיך דער צונאמען קאמפאט צו שמואל ט"ב, ווייסט.

היימישער ליטוואק » זונטאג מערץ 17, 2013 11:41 am

· #97635
ווייסט איינער א נאמען פון א דיין וואס גיבט השגחה אויף די אריזאנא מעל?

בדחן » זונטאג מערץ 17, 2013 12:08 pm

· #97646
קאווע טרינקער
מצות מיט פוטער איז כשר וישר, איך טו אזוי חוה"מ פאר פרישטאג.
.


עס הייסט געבראקס, ווייל פיטער האט און זיך אסאך וואסער,

איך אויך » זונטאג מערץ 17, 2013 12:31 pm

· #97658
ופשוט הוא.

ברסלבער » זונטאג מערץ 17, 2013 12:33 pm

· #97659
קיינמאל נישט געהערט דערפון. נאך איינער ווייסט אז אין פוטער איז דא וואסער?

איך אויך » זונטאג מערץ 17, 2013 12:48 pm

· #97665
עס איז פול מיט וואסער.

איך וועל אייך פארציילן א מעשה שהיה, איך האב אמאל ערגעץ אנגעטראפן הרב שטערן מגדולי מכשירי הOU, בתוך הדברים פרעג איך עם פארוואס גיבט די OU א הכשר אויף וואסער? מילה די עדה החרדית גיבט א הכשר אויף אקאנמיקה און וואשינג פאודער אבער ווי קומט אזאנס צו די OU , זאגט ער מיר וואסער קען זיין מילכיג און אונזער הכשר איז אנצודייטן אז עס איז פרווה! פארשטייט זיך איך האב געעפענט א פאר ברייטע אויגן, פרעגט ער מיר האסט אמאל געקויפט א באטל וואסער אין א גאז סטאנציע עס איז נאך טייערער ווי די גאז אליינס! האט ער מיר מסביר געווען אז ווען מען מאכט פוטער און קעז בלייבט איבער אסאך וואסער און וויבאלד געבאטעלטע וואסער איז אזוי טייער לוינט זיך פאר די קאמפאני עס צו רייניגן און פארקויפן אלס וואסער ממילא קען זיין עס זאל זיין מילכיג.

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 17, 2013 12:55 pm

· #97671
בדחן
קאווע טרינקער
מצות מיט פוטער איז כשר וישר, איך טו אזוי חוה"מ פאר פרישטאג.
.


עס הייסט געבראקס, ווייל פיטער האט און זיך אסאך וואסער,

און?

היימישער ליטוואק » זונטאג מערץ 17, 2013 4:39 pm

· #97781
איך אויך
עס איז פול מיט וואסער.

איך וועל אייך פארציילן א מעשה שהיה, איך האב אמאל ערגעץ אנגעטראפן הרב שטערן מגדולי מכשירי הOU, בתוך הדברים פרעג איך עם פארוואס גיבט די OU א הכשר אויף וואסער? מילה די עדה החרדית גיבט א הכשר אויף אקאנמיקה און וואשינג פאודער אבער ווי קומט אזאנס צו די OU , זאגט ער מיר וואסער קען זיין מילכיג און אונזער הכשר איז אנצודייטן אז עס איז פרווה! פארשטייט זיך איך האב געעפענט א פאר ברייטע אויגן, פרעגט ער מיר האסט אמאל געקויפט א באטל וואסער אין א גאז סטאנציע עס איז נאך טייערער ווי די גאז אליינס! האט ער מיר מסביר געווען אז ווען מען מאכט פוטער און קעז בלייבט איבער אסאך וואסער און וויבאלד געבאטעלטע וואסער איז אזוי טייער לוינט זיך פאר די קאמפאני עס צו רייניגן און פארקויפן אלס וואסער ממילא קען זיין עס זאל זיין מילכיג.

עס הערט זיך אביסל מוגזם'דיג. כנלע"ד.

בדחן » זונטאג מערץ 17, 2013 4:50 pm

· #97784
קאווע טרינקער
בדחן
קאווע טרינקער
מצות מיט פוטער איז כשר וישר, איך טו אזוי חוה"מ פאר פרישטאג.

עס הייסט געבראקס, ווייל פיטער האט און זיך אסאך וואסער,


און?


איך פארשטיי נישט דיין שאלה.

איך אויך » זונטאג מערץ 17, 2013 7:51 pm

· #97872
ר' ליטוואק, איך האב זיך אןיך געווינדערט אבער דאס איז די פאקט, איך פארצייל א מעשה שהיה מיט א פונקטליכער נאמען, איר זענט וועלקאם עם צו קאנטאקטן.

אבער סתם פאר אינטרעסאנטקייט, וואס פארא סיבה קענסטו אנגעבן פארוואס די OU זאל געבן א הכשר אויף פלעין געבאטעלטע וואסער?

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 17, 2013 8:04 pm

· #97875
הכסף יענה את הכל. פארדעם גיבען זיי א הכשר.

און לאשר די חשש אז זיי ניצען די וואסער פין די קעיז, חוץ וואס עס מאכט נישט קיין סענס, ווייל זיי וואלטען דאס געמוזט שרייבען אויף די באטעל "לכאורה", לוינט עס נישט, ווייל די פרייז צו רייניגען און ארויסנעמען די מילך חלקים פין די וואסער קאסט מן הסתם מער ווי וואסער אליין.

ברסלבער » זונטאג מערץ 17, 2013 8:37 pm

· #97904
ווי איך פארשטיי האט דער OU משגיח גערעדט פון די וואסער וואס קומט נאטירלעך אין די מילך, א שטייגער ווי די גרינע באטלעך מילך וואס האט א טעם פון וואסער, און נישט פון צוגעלייגטע וואסער. און אויב דאס איז אמת דאן קען מען יא עסן פוטער-מצה, אפילו די וואס בראקן נישט.

איך אויך » זונטאג מערץ 17, 2013 9:04 pm

· #97923
וואס הייסט ווי איר פארשטייט? איר האט גערעדט צו עם אדער איך?

אמאל מוז מען צוקומן צו בדחן'ס מהלך, ווילסט שמירן פוטער אויף דיין מצה געזונטערהייט אבער לאז אפ דעם ברך משה און דרייט נישט קיין קאפ לגבי געבראקטס, עס איז געבראקטס למהדרין. ויאכלו הבראקערס וישבעו.

ברסלבער » זונטאג מערץ 17, 2013 9:09 pm

· #97927
איך האב זיך באצויגן צו די ווערטער וואס דו האסט געשריבן בשם דעם משגיח, אויב דו האסט געשריבן די ווערטער וואס דער משגיח האט געזאגט כלשונו, קען זיין דער פשט אזוי איך האב געשריבן, אויב האט ער געזאגט נאך זאכן, ביטע לייג עס צו.

משולם שטיינפעלד » זונטאג מערץ 17, 2013 9:54 pm

· #97954
ר' שמחה
[ציטאט אראפגענומען]

ער האט געזאגט פיצא נישט טונא.

ביי די לויה האט ער נישט געזאגט וועלכע מאכל, ער האט בלויז געזאגט א מאכל וואס רבים וטובים עסן.

ווער עס פרעגט אים ענטפערט ער אז ער האט גערעדט פון טונא.