☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #3132

אשכול אן א טיטל #3132

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3132

— » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:14 pm

· #93671

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

טעפל » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:19 pm

· #93678
פארוואס נישט סתם א מחאה אשכול אז ווער ס'וויל אויסגיסען זאל עס מאכען דא??

ידען » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:21 pm

· #93680
לייג א לינק

ידען » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:23 pm

· #93685
טעפל
פארוואס נישט סתם א מחאה אשכול אז ווער ס'וויל אויסגיסען זאל עס מאכען דא??

איך האלט אינמיטען מאכען א מחאה אשכול וואס הייבט זיך אן מיט א געפערלעכע זאך וואס כאב לעצטענס געזעהן,אבער מע קען מיך אויסכאפען אויב מע וויל.

ידען » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:56 pm

· #93851
קעניגרייך?

משה געציל » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:59 pm

· #93853
איך אויך.
כ'ווייס נאכנשי פונקטליך אויף וואס, אבער דאס איז קלאר ווי לעמאן דזשוס, אז איך בין מוחה בכל התוקף! פארוואסזשעט דען איז מען אראפגעקומען אויף די וועלט אויב נישט מוחה צו זיין?!

אויס מענטש » מיטוואך מערץ 6, 2013 8:25 pm

· #93990
אזא עולה איך בין ממש "אויס מענטש"

אויס מענטש » מיטוואך מערץ 6, 2013 8:32 pm

· #93996
מען מוז זיך אויסדרוקן אמשארפסטן, ווי אזוינס האט געקענט צושטאנד קומען, און אין באטראכט נעמען, עס איז פשוט אומדערהעבאר, און אומאקצעפטירבאר, אויפטרייסלנד און האראויפשטעלנד,

הארץ רייסנד, און פארשטאנדלאז, עס קומט פשוט פון כאראקטערלאזיגקייט, הארץלאזיגקייט, און ליידיגקייט, אומדורכגעטראכט און א אומוויסנהייט אויפן העסטן מאס, א קאמבאנאציע פון

געלטגייציקייט און רייפע שיטלאזיגקייט, גרויזאמקייט ביינעזאם מיט צובראכנקייט און אומקוואליפיקאציענערהייט,

די איינציגע לימוד זכות איז די געוואלדיגע נידריגע זעלבסט זיכערהייט, און ווייניג אויפגעהייטערקייט,

ממש איך האב נישט קיין ווערטער...

טעפל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:46 am

· #94192
אנחנו מזעזועים ובהלם מוחלט מהפגיעה הגדולה, רבם דקרו, פוי געוואלד!!!

לייבעלע » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:41 am

· #94763
בדחן
יאסעלע וואסער טרעגער
דער שרייבער און דער בלאט איז דעם יודס א משפחה קרוב...


יאסעלע... עס זעט מיר אויס ווי דאס האט א אגענדע דא.. און מעגליך נאר ערגער ווי די בלאט, האלט דיר דיין פיסק.... און זיץ איין..

בשם המשפחה ובשם כלל ישראל.

{איך האב נאך נישט געקויפט די בלאט די וואך}

sunbar » פרייטאג מערץ 8, 2013 10:23 am

· #94882
[ציטאט אראפגענומען]


און זיי קענען שמועסן מיט 'נטורא קרתא עסקן' אויך.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 8, 2013 10:31 am

· #94885
דאס וואלט זיכער געווען גאר געשמאק, און בעיקר וואלט עס געקומען צום קלימאקס ווען קופערניקוס וואלט געעפנט דערנאך א אשכול מיט א קורצע סך הכל פון יעדנס טענות, באשמירט מיט אויל און באגאסן מיט זאלץ און פעפער און חריין...
מיר וואלטן זיך באלעקט די פינגער....

חשבון » מוצ"ש מערץ 9, 2013 11:08 pm

· #95057
ס'איז נישט שיין צו באשמירן א ניק ברבים

טעפל » זונטאג מערץ 10, 2013 3:47 am

· #95111
חשבון
ס'איז נישט שיין צו באשמירן א ניק ברבים

יא יא ספיציעל ווען ער באשמירט יעדעם רעכטס און לינקס!

חשבון » זונטאג מערץ 10, 2013 3:24 pm

· #95240
ער האט אן אנדערע מיינונג ווי אסאך דא. אבער קומט זיך נאכנישט א אשכול ספעציעל אים אראפצורייסן

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 10, 2013 6:57 pm

· #95327
בדחן, איך גלייב אז דו האסט FUN מיט דעם אשכול, ממילא וויל איך פיטערן דעם טראל...
אויב באדערט דיר עס, זאג מיר, און איך וועל פארמעקן!

בדחן
און פארוואס נאך פיר מאל אנטשולדיגען האסטע נאך נישט געמעקט דיין פערדישקייט?


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/95267">viewtopic.php?p=95267#p95267</a><!-- l -->

יאיר » זונטאג מערץ 10, 2013 11:43 pm

· #95469
אודאי, ס'איז דא א רעכטע און א לינקע.

גנדי » זונטאג מערץ 10, 2013 11:46 pm

· #95470
איך אליין קען אויך נישט אהין גיין. פארוואס?

מזכה » זונטאג מערץ 10, 2013 11:56 pm

· #95474
די פאר תגובות זענען ארויסגעפירט געווארן אין מיסט קאסטן אויף די בקשה פון די שרייבער'ס.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג מערץ 11, 2013 12:11 am

· #95480
שלום עליכם מזכה כ'נאך קיינמאל נישט געזעהן דיין נאמען.
זעהט אויס באריסטא האט אויפגענומען א ספציעלע גבאי פארן שמייכל אפטיילונג. יהי בואך לשלום.

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך מערץ 13, 2013 5:22 pm

· #96702
איך האב ליב בדחנ'ס טשייניק געהאקעריי.
ער שרייבט זייער קורץ, זייער שארף, און זייער נישט צו דער זאך.
איך וויל אויך אזוי שרייבען. עס מעג דאך זיין איין פלאץ אין די וועלט ווי I should speak my mind אהן דארפען זיין politically correct.
אזוי ווי אונזער טייערער שטעכעדיגער בדחן דא, וועל איך אנהייבען טיילען מוציא'ס פארען עולם, מימינום ומשמאלם, פאר געזונטע און פאר חולים. איך קען גראמען אויך.
בדחן we're on. וויסען זאלסטע אבער אז דו וועסט נישט זיין קיין מיוחס.
נאך א זאך. איך ציה צוריק פון אלעם וואס איך שרייב דא. אבער איך וויל עס דאך טוהן.
וואס זאגסטו צו אזא געפירקעלעריי?
די איינציגסטע זאך וואס איך ציטער איז אז יאיר מיט זיין גרויס חכמה וועט געוואויר ווערען מיין תכונות הנפש לויט מיינע לייקס.
אההה איך גיי שוין אויפזיכען יאיר'ס פאוסט אין האבען אביסל fun. לאמיך שפילען אביסל שאך.
ווער פון די עולם דא וועט נישט ליב האבען, ווייל זיי וועלען שפירען threatened אז מען פרעגט זיי גוט אפ, וועל איך זיי נישט קריטיקירען. איך וועל זיי לאזען לעבען און זייערע אומוויסענדהייט.
אוי, איך וויל דאס נישט שיקען, איך ציטער. אבער אבער לב יודע מרת נפשו. איך בין נישט זיכער ווי די פסוק קומט אריין דא, אבער ס'סאונד גוט.
דריי אפשענס. איך choose ווייט לינקס.
מען קען עניוועי נישט זאגען וואס מען טראכט באמת. ?so whats really the point. איך choose ווייט רעכטס ונזכה ונחיה ונראה.

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך מערץ 13, 2013 5:25 pm

· #96705
אופס, איך האב גע choosed ווייט לינקס, let it be,.

ישמעאל הכהן » פרייטאג מאי 1, 2015 7:39 pm

· #271822
איך גיי מיר נישט קריגן און ארומרייסן, אבער פטור בלא מחאה וכו.
איך האב אפגעשריבן א מעכטיגן ארטיקל 'דע את עצמך' קען דיינע קארטן', כאב עס געשיקט צו פלאוויוס ער זאל עס אביסל מגיה און משפר זיין, און גארנישט ער שטעלט עס ארויף כאילו ס'וואלט געווען זיין טלית. ווי געזאגט איך גיי מיר נישט צו טון מאכן און סוף הכבודי לבא גוט שבת

נופת צופים » פרייטאג מאי 1, 2015 7:47 pm

· #271823
ישמעאל הכהן
איך גיי מיר נישט קריגן און ארומרייסן, אבער פטור בלא מחאה וכו.
איך האב אפגעשריבן א מעכטיגן ארטיקל 'דע את עצמך' קען דיינע קארטן', כאב עס געשיקט צו פלאוויוס ער זאל עס אביסל מגיה און משפר זיין, און גארנישט ער שטעלט עס ארויף כאילו ס'וואלט געווען זיין טלית. ווי געזאגט איך גיי מיר נישט צו טון מאכן און סוף הכבודי לבא גוט שבת

דו ליגנער. איך האב דיר עס נאר געשיקט צו ליינען און דו האסט עס געשיקט צו פלאוויוס. גוט שבת.