☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » יצחק קלאר

יצחק קלאר

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3129
בלאט: 1 2

בן תמליון » מיטוואך מערץ 6, 2013 11:39 am

· #93642
יצחק קלאר
ער זאגט אנאליזן אויף קול מבשר זיינע מאמרים זענען זייער צום זאך מיט א קלארן שכלדיק שפראך שארף באשפריצט מיט הומאר און אופאריזמס, א חידוש ביי אנשי שלומינו. איז זיין נאמען טאקע יצחק קלאר? ווי וואינט ער? באלאנגט ער ערגעץ? פארוואס פרעג איך יעצט כ'האב נעכטן צוגעהערט צו זיין אנאליז איבערן סיקוועסטער און ער'ט גענוצט די טערמינען "סומאטאכע" און "צימעס" וואס האט מיר עפעס געמאכט פילן היימיש.

ברסלבער » מיטוואך מערץ 6, 2013 11:45 am

· #93645
איך ווייס נישט ווער ער איז, אבער איך האב אויך זייער הנאה פון זיינע אנאליזן, זייער שטארק צו די זאך, איך מיין אז ער איז בעסטער רעדנער אויף קול מבשר, נאר א שאד אז ער רעדט נישט מער אפט.

בעל הבית » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:46 pm

· #93755
זיין נאמען איז נישט יצחק קלאר

לעמיל » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:47 pm

· #93757
נאר וואס יא?

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:48 pm

· #93758
איך וואלט דיר גע'ענפטערט דיין שאלה, ווער דאס איז.
די תשובה וועט נעמען 58.2 מינוט.
ביסט גרייט?

לעמיל » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:50 pm

· #93762
רעביי קאווע איך דארף א ענפער אויף מיין שאלה נישט א שאלה אויף מיין שאלה

זר זהב » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:51 pm

· #93763
און איך דארף א שאל, ס'גאנץ קאלט געווארן

ברסלבער » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:52 pm

· #93764
קאווע טרינקער
די תשובה וועט נעמען 58.2 מינוט.

אויב די תשובה וועט זיין אזוי געשמאק ווי יצחק קלאר'ס אנאליזן, בין איך גרייט.

לעמיל » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:53 pm

· #93765
זר זהב
און איך דארף א שאל, ס'גאנץ קאלט געווארן

???

זר זהב » מיטוואך מערץ 6, 2013 1:53 pm

· #93766
ס'נאך חודש אדר

בעל הבית » מיטוואך מערץ 6, 2013 2:00 pm

· #93774
איך ווייס נישט צו מען מעג זאגן ברבים אז הייבט זיך אן מיט א ש. (יעצט GUESS)

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 2:07 pm

· #93779
שמעקעדיג?

בן תמליון » מיטוואך מערץ 6, 2013 2:07 pm

· #93781
איך פארשטיי נישא אזוי פונקטליך א מענטש רעדט פארן פאבליק מיטן אייגענעם קול ערווארט צו האלטן זיין אידענטיטעט א סוד? אויסער אז ער וואינט אין קרית פאפא איז עס נישט במציאות.

בעל הבית » מיטוואך מערץ 6, 2013 2:14 pm

· #93788
גראדע פלעגט ער וואנין אין מיטל מזרח . ער וואנט שוין דא א.... קיימא לן פין איך ווייס.?? בערך א 7 - 8 יאר

אברעמעל » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:25 pm

· #93829
איז מענטשליך צו זאגן זיין נאמען ווען ער פרובירט עס צו באהאלטן?

אחראי » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:30 pm

· #93832
אברעמעל
איז מענטשליך צו זאגן זיין נאמען ווען ער פרובירט עס צו באהאלטן?

ניין.

לעמיל » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:33 pm

· #93835
פרובירט ער עס צו באהאלטן אדער אזוי א פען נאמען האט ער א קול מבשר נאמען?

משגיח » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:37 pm

· #93839
ער איז אמערקאנער וואס האט געמופט קיין ארץ ישראל איך קען ענפערן פאר דער וואס פרעגט מיך פירוואט
לויט ווי איך קען אים גלייב איך נישט אז ער וויל מען זאל ארויסשרייבן זיין נאמען אין פובליק

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:38 pm

· #93840
אויף איי וועלט טענה'ט א ווילדע איד אז יונה קאהן איז נישט קיין עכטע נאמען.

משה געציל » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:40 pm

· #93842
קאווע טרינקער
אויף איי וועלט טענה'ט א ווילדע איד אז יונה קאהן איז נישט קיין עכטע נאמען.

יונה כהן איז יא א עכטע נאמען אבער נאר א טייל פון זיין נאמען. איך קען יונה'ן אין איך מיין אז ער האלט עס אפיציעל נישט קיין סוד.

משה געציל » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:45 pm

· #93847
משה געציל
קאווע טרינקער
אויף איי וועלט טענה'ט א ווילדע איד אז יונה קאהן איז נישט קיין עכטע נאמען.

יונה כהן איז יא א עכטע נאמען אבער נאר א טייל פון זיין נאמען. איך קען יונה'ן אין איך מיין אז ער האלט עס אפיציעל נישט קיין סוד.

יעצט זעה איך טאקע אז ער שרייבט דאס אליינט'ס אין דיין אנגעגעבענע לינק.

בן תמליון » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:18 pm

· #93869
עס איז דא דא אויך א ניק יונה כהן האט געשריבן יעצט אינעם טראגעדיע אשכול, איז עס דער זעלבער? א כבוד אז ער איז דא.

יידל » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:25 pm

· #93871
יונה כהן איז אויך נישט מער ווי א פסודאנים.

משה געציל » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:29 pm

· #93875
אבער איך מיין אז אנדערשט ווי געווענדליך באהאלט ער נישט זיין אינדענטעפיקאציע.

יידל » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:34 pm

· #93879
דאס ווייס איך נישט...

משה געציל » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:36 pm

· #93881
די געדאנק פון פוסאנדים איז צו זיין באהאלטן, אדער בס"ה א פענע נאמען?

לעמאן דזשוס » מיטוואך מערץ 6, 2013 4:41 pm

· #93884
משה געציל
די געדאנק פון פוסאנדים איז צו זיין באהאלטן, אדער בס"ה א פענע נאמען?


איש כפי ערכו, ורצונו...

למשל הרב יונה כהן הי"ו באהאלט זיך כלל נישט אונטער זיין נאמען, פשוט ער האט זייער א לאנגע נאמען רופט ער זיך נאר מיט איינס, און ער איז א כהן! ער האט זיך בכלל נישט וואס צו שעמען מיט זיינע שיעורים און זיינע תגובות...

ראש המדברים » מיטוואך מערץ 6, 2013 7:04 pm

· #93953
זיין נאמען איז יוסף יונה הכהן ראפפורט א שרייבער אין המודיע.

צוריק צום ענין איך הער אויס אלע אנליזין פון יצחק קלאר איך האב נאכנישט געטראפן אזא גוטער רעדנער דא ביים היימישער ציבור, נאר א שאד אז ער הייבט יעדע מאל אן זיין אנליז אז דאס איז איינס פון און ס'בלייבט ביי איינס פון ער ענדיגט נישט למשל די לעצטע אנליז פון סוריע די ערשטע איז מוראדיג אבער יעצט איז ער צוריק צום פליטישען פראנט דא

אזוי אויך וואלט געווען א פלאן צו פארקויפן די אנליזין אויף סי די צו קענען גרינגער הערן אין די קאר

חשבון » מיטוואך מערץ 6, 2013 7:23 pm

· #93959
ווי אויף קול מבשר רעדט ער?

ראש המדברים » מיטוואך מערץ 6, 2013 8:51 pm

· #94007
3-8

ברסלבער » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:16 pm

· #94060
ראש המדברים
צוריק צום ענין איך הער אויס אלע אנליזין פון יצחק קלאר איך האב נאכנישט געטראפן אזא גוטער רעדנער דא ביים היימישער ציבור, נאר א שאד אז ער הייבט יעדע מאל אן זיין אנליז אז דאס איז איינס פון און ס'בלייבט ביי איינס פון ער ענדיגט נישט למשל די לעצטע אנליז פון סוריע די ערשטע איז מוראדיג אבער יעצט איז ער צוריק צום פליטישען פראנט דא

איך גלייב אז ער וועט נאך צוריק קומען צו סיריע, ער האט נאר געמוזט דעקן די ענינים העומדים על הפרק, וואס וועט שוין באלד נישט זיין אינטערעסאנט, משא"כ סיריע האט ער צייט שפעטער אויך.

ברעט מענינג » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:31 pm

· #94074
1 איך האלט אז יצחק קלאר זאגט נאך פון צעטל, ער זאגט עס שיין געשניטען אן קיין טעות,
2 ווי אזוי קען ער זאגען אנפאנג דרשה אז דיע דרשה וועט נעמען א דריי פערטעל שעה, און אנדערע ווערטער אנפאנג דרשה ווייסט ער שוין פונקטליך ווי לאנג ער גייט רעדן?!

לעמאן דזשוס » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:34 pm

· #94077
ברעט מעננינג, ער זאגט לכאורה די צייט, נאך די גאנצע דרשה, אלזא ווייסט ער שוין.

ער זאגט אולי פון א צעטל אבער דאס צעטל שרייבט ער אליין פאר...

איך גלייך זייער זיין וועג פון רעדן, דהיינו זיין שטארקע טאון, זיין זיכערקייט, און בעיקר זיין אינטעליגענציע, און אזוי אויך וויזוי ער דרוקט זיך אויס ביים דערמאנען גויישע נעמען אדער צייטונגען, זייער פראפעסיאנאל.

אבער, די תוכן איז זייער זייער בייסיג רעכט, און עקסטרעים קאנסערוואטיוו וואס מאכט מיך איבלען!

ברעט מענינג » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:36 pm

· #94078
ווי אזוי שטעלסטו דיך פאר ווי אזוי קוקט אויס יצחק קלאר?

חשבון » מיטוואך מערץ 6, 2013 11:10 pm

· #94095
יישר כח ראש המדברים

מיין מיינונג » מיטוואך מערץ 6, 2013 11:45 pm

· #94109
זיין פענע נאמען אין בארא פארקער לוח הציבור, און א שטיק צייט אויך אין "א בליק" בילדער אויסגאבע, איז יודל מענדלזאהן, אויב דאס העלפט אייך ארויס דא.

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 11:47 pm

· #94111
און אין קאווע שטיבל?

לעמיל » דינסטאג מערץ 12, 2013 10:52 am

· #95963
מיין מיינונג
זיין פענע נאמען אין בארא פארקער לוח הציבור, און א שטיק צייט אויך אין "א בליק" בילדער אויסגאבע, איז יודל מענדלזאהן, אויב דאס העלפט אייך ארויס דא.

איז עס די זעלבע יודל מענדלזאהן פון אייוועלט? דרך אגב געהערט נעכטען אז עס איז דא א פרישע אנאליז פון אים אויף קול מבשר, ווייסט איינער אויף וועלכע נושא?

smart » דינסטאג מערץ 12, 2013 10:58 am

· #95971
לעמאן דזשוס
ברעט מעננינג, ער זאגט לכאורה די צייט, נאך די גאנצע דרשה, אלזא ווייסט ער שוין.

ער זאגט אולי פון א צעטל אבער דאס צעטל שרייבט ער אליין פאר...

איך גלייך זייער זיין וועג פון רעדן, דהיינו זיין שטארקע טאון, זיין זיכערקייט, און בעיקר זיין אינטעליגענציע, און אזוי אויך וויזוי ער דרוקט זיך אויס ביים דערמאנען גויישע נעמען אדער צייטונגען, זייער פראפעסיאנאל.

אבער, די תוכן איז זייער זייער בייסיג רעכט, און עקסטרעים קאנסערוואטיוו וואס מאכט מיך איבלען!


דער יצחק איז נישט אוועקצומאכען, ער איז מוראדיג כוט איך וואלט געזאגט ער איז נאך די בעסטע דארט מער פון הערשל פורים, געשטעעטנער, ראלניצקי, וכו' ווי ער לייגט אראפ אזאך קלאר מסודר צו די זאך אזש ווי מקען אים נישט אפפרעגן...

אין דעעס וואס די זאגט צו רעכטס? דאס איז נישט קיין קשיא קודם אין א אידישע בליק איז די רעכטע גערעכט די לינקע זענען סתם היפעקריטס סאיז נישט סתם מעמרלט נאך די רעכטע דאס איז די ריכטיגע בליק.. אונז אידישע קינדער זעען אלעס רעכט.. סאיז נישט קיין רעכטע בליק דאס איז די ריכטיגע אין רעכטיגע בליק!

ברסלבער » דינסטאג מערץ 12, 2013 11:09 am

· #95987
smart
אין דעעס וואס די זאגט צו רעכטס? דאס איז נישט קיין קשיא קודם אין א אידישע בליק איז די רעכטע גערעכט די לינקע זענען סתם היפעקריטס סאיז נישט סתם מעמרלט נאך די רעכטע דאס איז די ריכטיגע בליק.. אונז אידישע קינדער זעען אלעס רעכט.. סאיז נישט קיין רעכטע בליק דאס איז די ריכטיגע אין רעכטיגע בליק!

איך זעה אז יצחק קלאר האט יא געמאכט א גוטע דזשאב, אז דו האלטס שוין אויך אז די רעכטע זענען מער אמת...

הירשל ציג » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:24 pm

· #96177
פארוואס האבען די חברה מורא צו זאגען די אמת'ע נעמען? זיי רעדן דען לה"ר צו וואס?

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:25 pm

· #96179
הירשל ציג
פארוואס האבען די חברה מורא צו זאגען די אמת'ע נעמען? זיי רעדן דען לה"ר צו וואס?

אדרבה, זאג דו, פארוואס זעה איך נישט אין דפי-זהב "הירשל ציג"?...

הירשל ציג » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:37 pm

· #96184
קאווע טרינקער
הירשל ציג
פארוואס האבען די חברה מורא צו זאגען די אמת'ע נעמען? זיי רעדן דען לה"ר צו וואס?

אדרבה, זאג דו, פארוואס זעה איך נישט אין דפי-זהב "הירשל ציג"?...

ווייל איך שרייב יא הייקעלע נושאים

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 12, 2013 4:38 pm

· #96187
אזוי?! איך גיי שוין באזוכן דיין בלאג..

יונה כהן » דינסטאג מערץ 12, 2013 5:22 pm

· #96209
שכויח פאר די שבחים
ס'איז דאס זעלבער יונה כהן ווי אין אייוועלט אין עס איז מיין נאמען (לפחות נאר א חלק פון מיינע 5 נעמען)

ברסלבער » דינסטאג מערץ 12, 2013 5:25 pm

· #96210
אז דו ביזט יא דא, וויל איך דיר טאקע באדאנקען פאר דיינע שיינע אנאליזן אויף קול מבשר, עס איז זייער שיין, און איך האב זיך אסאך אויסגעלערנט פון דיינע דרשות.
אפשר קענסטו שרייבן אביסל דא אויך וועגן די ענינים?

הירשל ציג » דינסטאג מערץ 12, 2013 6:32 pm

· #96231
לדעתי זאל ר' יונה עפענען א ידיעות כלליות א.ג. קאלעדזש און אויסלערנען נייטיגע זאכען אויף א היימישען פארנעם

יונה כהן » דינסטאג מערץ 12, 2013 7:32 pm

· #96247
שרייבען שרייב איך געווענליך ווען איך האב צייט, איבער די ענינים וואס איך רעד אויף ק"מ איז שווער ווייל ע"פ רוב איז עס אן אריכת הדברים. בכלל די ענינים וואס איך רעד אויף ק"מ טו איך ווייל דאס האט מען פארלאנגט פון ק"מ, נישט ווייל עקאנאמיע איז טעמע וואס איך האב עפעס א שטארקע אינטערעס.
אין א פארום צו שרייבען אומזיסט שרייב איך וואס עס ליגט מיר אפען צונג. א גאטונג ווי א מלמד אין שבת זאגט דער שו"ע טאר נישט לערנען ווייל דאס איז ביי אים א מלאכה.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 12, 2013 7:35 pm

· #96248
העתקה פון אישי: יונה דו שלאפסט! 3 הודעות?! דו וואלסט אונז געדארפט באגיסן פון דיין ענדלאזער קוואל פון חכמה עמוקה, איכה?!

יונה כהן » דינסטאג מערץ 12, 2013 8:31 pm

· #96269
הירשל ציג
לדעתי זאל ר' יונה עפענען א ידיעות כלליות א.ג. קאלעדזש און אויסלערנען נייטיגע זאכען אויף א היימישען פארנעם

הירשל!
מימך אנו שותים!
בלאט: 1 2