☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » self defense

self defense

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3128

ידען » מיטוואך מערץ 6, 2013 11:29 am

· #93637
self defense
סע קומט מיך נישט אויס איך זאל מיך דארפען א סאך שלאגען מיט מענטשען, אבער סע איז שוין אמאל געשען, און איך וויל נישט שרייבען יעצט דיטעילס אבער איך בין נייגעריג וואס איז די געזעצען ביי דעם.

אויב יענער שרייט מיך נאך, מעג איך יענעם באקלאפען די ביינער?

אויב יענער געט מיך א קליינע פאטש אדער א זעץ, מעג איך איהם אויסרייסען די אויגען?

וואס איז די געזעצען? און וואס איז די הלכה ביי אידען, וויפיל דאף מען זיך לאזען שלאגען און ווען מעג מען יא צוריק פאנטשען א צווייטען?

גנדי » מיטוואך מערץ 6, 2013 11:46 am

· #93646
עס איז דא א ספר פון ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל, שטייט דארט ער האט געזאגט, ווען א קינד שלאגט א צווייטן קינד, זאל ער נישט לויפן צו די מלמד, נאר די קינד זאל אליינס צוריק שלאגן, נישט פאר נקמה, נאר אז ער זאל זיך מער נישט אנהייבן מיט אים.

איך אויך » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:08 pm

· #93815
רוף די j.d.l

היסטאריקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:18 pm

· #93824
אדער שומרים, מצילי אש

בעל הבית » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:23 pm

· #93827
טרעף די א בעסערע occupation

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 6, 2013 3:43 pm

· #93846
אין מנחת חינוך שטייט, אז צוריקשלאגן בגוף איז נישט אין כלל פון "לא תקום".

באס דרייווער » מיטוואך מערץ 6, 2013 7:54 pm

· #93972
קענסט אים ראוג צירוק שלאגען

אבער מאך פארדעים זיכער אז קען דיר נישט צירוק געבען למען ישמעו
ווייל טאמער יא איז בעסער שווייג