☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרויען רעכטען

פרויען רעכטען

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3127

ידען » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:53 am

· #93617
פרויען רעכטען
די שערי מדע האט געהאט די וואך א לאנגע שטיקעל וועגען פרויען רעכטען און האט דארט געשריבען א סאך אינטערעסאנטע זאכען וועגען דעם.

איך וועל שרייבען וואס איך געדענק פון דארט און איך וועל אויך פרעגען אביסעל פון מיינע שאלות אזוי ווי אלע מאל.

קודם ווילעך וויסען פארוואס אוןווען האט זיך אנגעהויבען אזא זאך אז מענער זענען מער פון פרויען? סע איז וועגען אזוי האט די באשעפער באשאפען די וועלט אדער סע האט זיך אנגעהויבען די זעלבע נאר ווייל די מענער זענען שטערקער האבען זיי געקענט גובר זיין די שוואכע פרויען?

ער שרייבט דארט אז ביי אידען זענען פרויען נאך העכער ווי ביי די גוים, ווייל ביי די אידען לאזט מען נישט פרויען שטימען ווייל סע כל כבודה בת מלך פנימה, אבער ביי די גוים האט מען נישט געלאזט זיי שטימען וועגען אנדערע סיבות.

איך שרייב נאר בערך וואס איך געדענק פון א צעטעל וואס כאב געזעהן, אויב מע קען עס ברענגען וועט מע זעהן קלארער.

ודי למבין » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:59 am

· #93621
לענ"ד איז די תירוצים ווי כל כבודה וכו' און ענדליך צו דעם, סתם תירוצים וואס מען האט אויסגעטראפן, אזוי ווי מ'האט אויסגעטראפן תירוצים אויף יעדע זאך וואס מ'האט מורא געהאט צו טוישן.
למעשה, האט דיך די וועלט, און אויך די יידישע וועלט אסאך געטוישט אין דע געביט.
אבער עס איז נאך דא אסאך וואס צו טוהן אין דעם

גנדי » מיטוואך מערץ 6, 2013 11:08 am

· #93627
כל כבודה... איז די סיבה פארוואס מען לאזט נישט פרויען האבן שררה.

שטימען איז נישט קיין פראבלעם פון צניעות, די תירוץ איז ווייל "נשים דעתן קלות".

אויב איז אמת אז "ביי אידען זענען פרויען נאך העכער ווי ביי די גוים" - דאן פארוואס לאזט מען נישט פרויען מאכן החלטות?

מאיר » מיטוואך מערץ 6, 2013 11:25 am

· #93632
די גמרא זאגט טאקע נשים דעתן קלות, אבער די גמרא זאגט אויך בינה יתירה באשה יותר מבאיש

בדחן » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:02 pm

· #93656
לאמיר ענדערש אנהייבען קודם ווי אזוי עס האט אייביג אויסגעזען ביים גוי, און ווי אזוי עס זעט היינט אויס ביים גוי, און וופיל געזעצן עס איז דא ביים גוי - און מען דארף כסדר מאכען נאך - איבערצודרייען די טבע אז זיי זאלן האבן אייניגע רעכטען אפילו ביים גוי.

elter-zeide » מיטוואך מערץ 6, 2013 12:22 pm

· #93683
כאב געזען אמאל א טייטש אויף נשים דעתן קלות, "קלות" מיינט לייכט - גרינג, דאס מיינט אז זיי קענען טוישן זייער דעת זייער שנעל, אויב זיי רעדען פין איין סאבדזעקט אין מ'האקט אריין א צווייטע, וועלן זיי שוין קענען ממשיך זיין מיט דע צווייטע סאבדזעקט, וואס א מאנס פערזאהן קען דאס נישט,

גראף » זונטאג מערץ 3, 2019 6:35 pm

· #425585
Re: פרויען רעכטען
דער רב שליט''א האט ארום גערעדט איבער יושר פאר פרויען, זאגענדיג אז פרויען זענען ארום האלב פון דער באפעלקערונג און זיי צו אונטערדרוקן אדער באקרידיווען איז אזוי ווי מען שפרינגט ארום אויף איין פוס.
פון איין זייט ווייזט עס אז די ערליכע זעהן עס אויך איין אבער מאידך גיסא פון וואו קומט עס אז דער אזוי גערופענע גייסטישע פירער פון יענער צד זאל ר''ל זיין א אן געליינטער (לכאורה) פון קאווע שטיבל?

<a class="postlink" href="https://www.bbc.com/news/world-middle-east-47432243">https://www.bbc.com/news/world-middle-east-47432243</a>

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מערץ 3, 2019 8:18 pm

· #425593
בינה יתירה
האב איך געהערט אמאל פון איינעם אז טאקע די פרויען זענען באשאנקען געווארן מיט א בינה יתירה, אבער נישט מיט א די לחכימא ברמיזא... דעם רמז כאפן זיי נישט...