☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » געלעקסי 4S

געלעקסי 4S

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3126

גנדי » מיטוואך מערץ 6, 2013 11:36 am

· #93640
אפשר זאל מען אריינלייגן אזא טעכנאלאגיע - וואס גייט נאכקוקן די אויגן - אין די חומשים פון די קינדער?

ווען א קינד קוקט אוועק פון ווי די רעבע האלט, וועט עס בלינקן און פייפן פאר א דערמאנונג. די קינדער וועלן מער נישא דארפן טייטלן.

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 6, 2013 2:33 pm

· #93797
מארטש 14, נישט 15.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:35 pm

· #94604
גנדי
אפשר זאל מען אריינלייגן אזא טעכנאלאגיע - וואס גייט נאכקוקן די אויגן - אין די חומשים פון די קינדער?

ווען א קינד קוקט אוועק פון ווי די רעבע האלט, וועט עס בלינקן און פייפן פאר א דערמאנונג. די קינדער וועלן מער נישא דארפן טייטלן.


און אויך איינשטעלן אן אויטאמטישע רצועה קטנה וועלכע וועט א שמייס טאן.

לאדיך אפ » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:50 pm

· #97049
כאב געזען אויף פעיסבוק אז א קאמפעני אין איזרעיל uMoove הרט דעוועלאפט די זעלבע טעקנאלאדזי פון איי קאנטראל פאר אלע עפל און ענדרויד דיווייסעס, און ס'נוצט די פשוטע פראנט פעיסינג קעמרע.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:14 pm

· #97063
נייע ארטיקל אין וואל סטריט דזשורנאל ווי עפל איז אויפן דיפענסיוו.
ס'איז א נחת צוצוקוקן ווי די עפל חברה'מאן שיללער דארף זיך פארענטפערן פארוואס זיי האבן נאר א 19% מארקעט שעיר, און אז "עכט" איז עפל אזוי באנטש בעסער. די מערסטע געפעלט מיר זיין לעצטע קוואט, ווי נאכן שרייען פאר יארן אז קיינער איז נישט אינטערעסירט אין א גרעסע סקרין, און ענדליך מיט'ן אייפאון 5 האבן זיי "איינגעזעהן" אז מענטשען ווילן יא א גרעסער סקרין, זאגט ער די פאלגענדע:
Given the iPhone 5 is so thin and light, the reason that people are making their devices bigger is to get up to the battery life the iPhone 5 offers

נישטא ווער ס'זאל לאכען.

ניו יארק » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:36 pm

· #97078
סעמסאנג האט נארוואס ארויס געלייגט א קאמערשיעל איבער זייער נייע גאלעקסי עס 4

חלק א



חלק ב

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 8:12 pm

· #97216
זיי האבן למעשה נישט פארראכטן די אומזעהבארע קנעפלעך אונטן, וועלכע איז אסאך קריטיקירט געווארן אין די מידיא.

נייגעריגער » פרייטאג מערץ 15, 2013 12:05 am

· #97290
דא האט איר א ווידיאו פונעם לייוו-סטרים פונעם גאנצען מעמד האדיר" אנפעקינג געלעקסי עס פיר":
קליקט דא!

נולד מאוחר » פרייטאג מערץ 15, 2013 3:28 pm

· #97418
נייגעריגער, די לינק טויג נישט

ידען » פרייטאג מערץ 15, 2013 3:49 pm

· #97424
250 פאר כמעט א נייע galaxy 3 אן א קאנטרעקט אדער זאלעך ווארטען אויף די 4. סע א סאך בעסער? מיט וואס?

זר זהב » פרייטאג מערץ 15, 2013 3:52 pm

· #97427
אויב פרעגסטו מיר, איך ווארט אויף די גאלעקסי 78, ס'גייט ארויסקומען אין 54 יאר ארום, ס'גייט איינפאקן אלע מאדעלס ביז דאן. דערווייל בלייב איך מיט מיין פליפ פאון, אשאד יעדע דאלער צו ספענדן

ידען » פרייטאג מערץ 15, 2013 5:04 pm

· #97442
זר זהב
אויב פרעגסטו מיר, איך ווארט אויף די גאלעקסי 78, ס'גייט ארויסקומען אין 54 יאר ארום, ס'גייט איינפאקן אלע מאדעלס ביז דאן. דערווייל בלייב איך מיט מיין פליפ פאון, אשאד יעדע דאלער צו ספענדן

סע נישט די זעלבע זאך. יעצט איז שוין ביידע דא

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 16, 2013 9:31 pm

· #97464
ידען, א גוטע וואך.
נאכן ליינען עטליכע באריכטן איבער דעם נייעם גאלעקסי, זעה איך נישט דעם גרויסן אויפטו. סך הכל וועט עס מער פארדרייען דעם קאפ. רוב נייע זאכן זענען איבערגעטריבענע פיטשעווקעס. די S3 זעהט מיר אויס צו זיין גענוג גוט אויף וואס דו דארפסט.

ניו יארק » מוצ"ש מערץ 16, 2013 10:31 pm

· #97476
ווען וועט עס זיין צו באקומען?

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 16, 2013 11:32 pm

· #97483
די צווייטע פערטל פונעם ענגלישן קאלענדאר-יאר.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 17, 2013 12:21 am

· #97493
די S4 איז נישט אוועקצומאכן, ס'איז געלונגען פאר סעמסאנג צו מאכן די פאון שמאלער, דינער, און לייבטער פונעם S3 און מיט דעם אלעם אריינשטופן א גרעסערע בעסערע סקרין, טאפעלט רע"ם מעמארי, בעסערע פראסעסער, א בעסערע ווייפיי טשיפ, א אינפרארעד בלעסטער, ועוד, און מיט דעם אלעם וועגט עס אפאר גראם ווייניגער.
@שמעקעדיג, די טענות וואס דו האסט אויף די פעיטשערס, איז קודם כל קומען זיי אלע צום S3 ביים נעקסטן אפדעיט, און שנית, טאמער האסטו זיי נישט ליב קענסטו זיי אויסלעשן.

דעתי הענייה » זונטאג מערץ 17, 2013 10:54 am

· #97614
ידען
250 פאר כמעט א נייע galaxy 3 אן א קאנטרעקט אדער זאלעך ווארטען אויף די 4. סע א סאך בעסער? מיט וואס?

איך פערזענליך וואלט פאר די איי קאנטאקט פיטשער אליין עס געקויפט, איך האב יעצט די s3 און איך ליין גאר אסאך, מילא וועט עס מאכן א גרויסער חילוק.
איך בין אבער מילא איינגעזאלצן פאר נאך א יאר מיט א קאנטראקט, ביז דעמאלטס וועט שוין האפענטליך זיין די 5 אדער גאר די 6 (אויב מען וועט עס נאך קענען האלטן אין טאש...)

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 17, 2013 11:10 am

· #97620
געפילטע פיש
די S4 איז נישט אוועקצומאכן, ס'איז געלונגען פאר סעמסאנג צו מאכן די פאון שמאלער, דינער, און לייכטער פונעם S3 און מיט דעם אלעם אריינשטופן א גרעסערע בעסערע סקרין, טאפעלט רע"ם מעמארי, בעסערע פראסעסער, א בעסערע ווייפיי טשיפ, א אינפרארעד בלעסטער, ועוד, און מיט דעם אלעם וועגט עס אפאר גראם ווייניגער.
@שמעקעדיג, די טענות וואס דו האסט אויף די פיעטשערס, איז קודם כל קומען זיי אלע צום S3 ביים נעקסטן אפדעיט, און שנית, טאמער האסטו זיי נישט ליב קענסטו זיי אויסלעשן.


וואס עפעס טענות? לא מיניה ולא מקצתיה. אדרבה, מהם ילמדו וכן יעשו לדורות.
כ'האב נאר געזאגט אז פאר רובא דרובא איז נישטא וואס צו ווארטן, די אלע פרטי-פרטים (פראסעסאר, מעמארי, טשיפס, א.א.וו) וועט מאכן גאר א מינדערוויכטיגן חילוק פארן טאג-טעגליכן באנוץ; און די אלע אבנארמאלע פיטשעס זענען כמעט בבחינת כל המוסיף גורע, ווי מער משוגעת'ן, אלס שווערער איז זיך אויסצוקענען דערמיט און אלס גרינגער זיך צו צוברעכן, וכמשה"כ יוסיף דעת יוסיף מכאוב.

און אפילו די בעסערע 1080p סקרין (וואס איז שוין דא צובאקומען אויף די HTC דרויד DNA) איז נישט אזויפיל בעסער ווי די איצטיגע 720p וואס א מענטשליכע אויג קען קוים זעהן די אינדיווידועלע פיקסעלס, און איך הער גאר אז אסאך עפפס עפענען זיך אויף צו קליין לכבוד דעם צו-שארפן סקרין. הה"ד "צו גוט איז אויך נישט גוט".

נאכאמאל, איך מאך עס נישט אוועק, אבער אז איינער האט א גוטע דיעל אויפן S3, זעה איך נישט פארוואס מען זאל צאלן מער פארן S4, הגם איך וואלט עס מסתמא יא געטון, ווייל איך גלייך די לעיטעסט געדזשעטס און טעכנאלאגיע, און איך גיב מיר ע"פ רוב גרינג א עצה מיט א פראבלעם, העכסטנס גוגל איך (און אין ערגסטן פאל: פרעג איך אן דא אין שטיבל), און יאלא, מ'גייט ווייטער; משא"כ רוב מענטשן וועלכע זענען נישט אויסגעקאכט מיט די היינטיגע טעקנאלעדזשי ווערן שנעל פארלוירן, און פאר זיי איז בעסער ווי מער פשוט, נישט גג על גג טעלעפאנען.

דעתי הענייה
ביז דעמאלטס וועט שוין האפענטליך זיין די 5 אדער גאר די 6 (אויב מען וועט עס נאך קענען האלטן אין טאש...)

דערווייל איז די נייערע - ווי שוין דערמאנט - דינער און שמאלער ווי די פריערדיגע, טראץ דעם פארגרעסערטן סקרין. ממילא קענסטו דעם חשש ארויסנעמען פון דיין ליסטע (חוץ מזה וואס די היימישע פאבריקאנטן נייען שוין ארויף היינט גרעסערע טאשן).

פידעלע » זונטאג מערץ 17, 2013 8:10 pm

· #97878
עס גייט האבען א פיטשער אז די ביסט אין כינע אין די ווילסט עפעס פרעגען א כינעזער וואס קען נישט קיין ענגליש וועסטו קענען פרעגען און ענגליש און די געלעקסי וועט עס איבערזאגען פאר יענעם אויף כינעזיש

שטעלט אייך פאר א געלעקסי ביים דור הפלגה ?

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 17, 2013 8:15 pm

· #97881
מען קען שוין האבן אזוינס אויפן עפפ פון גוגל טראנסלעיט.

העי נאו » מיטוואך מערץ 20, 2013 12:34 am

· #98765
די דיוועלפערס פון CM האבן היינט געמאלדן אז זיי גייען נישט דיוועלעפן פאר די S4 ווייל סעמסאנג מאכט עס צו שווער פאר זיי. איז איך פלאן נישט צי קויפן די S4 איך וועל ענדערשט קויפן די HTC ONE וואס איז אסאך מער דיוועלפער פרענדלי.

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 20, 2013 10:58 am

· #98833
[quote="CyanogenMod"]
Setting Device Expectations

Let’s start with the simplest form of this: CyanogenMod does not pre-announce support or lack of support for devices. Ever. Even for the Nexus 4, we did not announce support until a nightly build was available. Further, any announcement regarding the ‘dropping’ of device support will be communicated via this Google+ page, Twitter, Facebook, our blog, or a combination of those; it will not be something buried in a forum post.

This morning, a comment from a CM collaborator on XDA was taken to be as an ‘absolute’ in regards to support of the S4. He offered the opinion of four TeamHacksung maintainers, their frustrations and lack of interest in supporting the S4. What’s seemingly lost on those reading this is that his comments as an individual do not speak for CyanogenMod as an organization.

As for the team’s stance on the S4, there isn’t one at this time, and most definitely won’t be one before the device is sold at retail.

-The CyanogenMod Team
[/quote]

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 17, 2013 3:21 pm

· #115292
טעסטס ווייזן אז טראץ די געלונגענע קעמרע פון די גאלעקסי 4, מאכט די אייפאן נאך אלץ שענערע און שארפערע בילדער.

זעהט דא:
<a class="postlink" href="http://blog.laptopmag.com/iphone5-beats-galaxys4-camera">http://blog.laptopmag.com/iphone5-beats-galaxys4-camera</a>

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 24, 2013 11:40 am

· #117621
אין די קוים איין חודש וואס דער גאלעקסי 4 איז אינדרויסן, איז פארקויפט געווארן מער פון צען מיליאן שטיק!

<a class="postlink" href="http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2419404,00.asp">http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2419404,00.asp</a>

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 26, 2013 10:43 pm

· #128406
אפאר גוטע טיפס פאר די S4 באנוצער:

<a class="postlink" href="http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2420817,00.asp">http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2420817,00.asp</a>

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:44 pm

· #143405
סעמסאנג ברענגט קיין אמעריקע א גרויסע גאלעקסי, מיט א 6-א-האלב אינטש סקרין
<a class="postlink" href="http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2423262,00.asp">http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2423262,00.asp</a>

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:22 pm

· #186109
סעמסאנג האט אנטפלעקט די נייע געלעקסי S5, מיט אסאך (אומוויכטיגע?) פנקציעס, ווי א פינגער פרינט ריעדער, א הארץ ראטע סענסאר, און א 16 מעגאפיקסל קעמר (ארויף פון 13 מ"פ), און אביסל א גרעסעסרע סייז סקרין און טראפעלע שטארקערע באטערי.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:16 pm

· #186145
מעה...! זעט אויס ס'שוין נישט געבליבן קיין סאך חידושים אין עולם הסעלפאונס, העלמער זען וואס די אנדערע קאמפאניעס וועלן ארויסלייגן.

petergrifin » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:47 pm

· #186211
געפילטע פיש
מעה...! זעט אויס ס'שוין נישט געבליבן קיין סאך חידושים אין עולם הסעלפאונס, העלמער זען וואס די אנדערע קאמפאניעס וועלן ארויסלייגן.


איך גלוסט שוין צו די נײע SONY Z2. מיט די 20.7MP קעמירע, ס׳איז װאסער פרוף מיט א הערליכע סקרין, און שנעלערע הארדװער,
און א גרעסערע בעטערי, אוי איך קען נישט װארטן – עפארדען.

אפטעמיסט » מיטוואך יוני 10, 2015 11:02 pm

· #281980
אפטע אפעלירט פאר הילף!
הצלה! חברים! שומרים! פאלאטשיק! גיווואאאאאלד!!! איינער הערט? איינער הערט מיין געשריי???
נעכטן האב איך "אפדעיטיד" מיין פאון מיט סאמסאנגס לעצטע אזוי גערופענע "אפדעיט" נאך וואס די לעצטע האבן מיר געשיקט א נאטאפאקטציע אז ס'איז דא אן אפדעיט. איך, ווי א נאיווע בית רחל תלמידה האב נישט געטראכט קיין צוויי און געדריקט אויפ'ן "אפדעיט" קנעפל. איין אפגעריסענע קוועטש אויפ'ן קנעפל, און חברה, ס'איז ביטער ווי גאל! מיין צעדרייטע פאון איז איבערנאכט געווארן עפעס שוידערליך שטייט און די פארשאלטענע אפדעיט האלט נאר אין איין ערגער מאכן און אנזייען חרבנות. יעצט קען איך ניטאמאל נארמאל הערן ווען איינער רופט! די פאון איז האלב טויט, די אינטערנעט גוסס'ט, מיין וואטסעפפ פריזט יעדע פאר מינוט. איך גיי טאנצן! חברה איך גיי טאנצן!

איז דא א וועג צוריק צו דרייען דעם זייגער צו די אלטע ווערסיע?איך געב עס נאך איין טשאנס.

@געפילטע פיש @שמעקעדיג

פליקער » מיטוואך יוני 10, 2015 11:22 pm

· #281982
איך בין מיט דיר מיטן זעלבן פראבלעים, עס איז גאר א קראנקע אפדעיט, מיין סעל גייט דורך שווערע צייט מיט מיר

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:23 am

· #281995
כאפטעמיסט וכפליקער

בן אדם » דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:44 am

· #281997
איך האב נאך נישט אינסטאלד די אפדעיט, ווייל ס'סטראשעט אז ס'גייט אויסמעקן פארשידענע זאגן ווי אויך די בוקמארקס, איז דער ווייל לאז איך עם הענגען.

פאלענד ספרינג » דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:36 pm

· #282088
די מעשה מיט דעם אפדעיט איז אזוי.
סעמסאנג האט ארויסגעגעבן דעם אפדעיט אז ס'זאל זיך עפלייען אויף די אלטע אפערעיטינג סיסטעם און נישט אנשטאט די אלטע OS וואס דאס מאכט אסאך פראבלעמען.
צוריקגיין צו די אלטע קענסטו שוין נישט, חוץ אויב ביסטו אינטרעסירט אליין צו דאונלאודן און פלעשן די אלטע version וואס איז נישט אזא גרינגע מעשה.
די עצה וואס זאלסט טוהן (וואס איך און נאך צענדליגע אנדערע האבן געטוהן) איז מאכן א הארד פארמעט אויף דיין פאון, אזוי וועט די אלטע זיך אינגאנצן אויסמעקן און ס'וועט אינסטאלן א פרישע קאפי פון די נייע OS. מאך זיכער צו מאכן א פולע בעקאפ פון דיין פאון פאר דו טוסט עס.
קוק דא
און דא פאר אינמארמאציע וויאזוי צו דאונגרעידן צו די אלטע OS (אויב האסטו אן S5 וואס האט באקומען לאליפאפ)