☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אין קאורט: ברית איז שטארק פארשניטן

אין קאורט: ברית איז שטארק פארשניטן

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3117

ידען » דינסטאג מערץ 5, 2013 11:33 am

· #93123
אין קאורט: ברית איז שטארק פארשניטן
א מוהל האט געוואלט זעכער מאכן אז די ברית איז כשר האט ער געשניטן מיט א גרויסע שיעור.

דער טאטע נעמט איהם אין קאורט.

<a class="postlink" href="http://www.dnainfo.com/new-york/20130305/forest-hills/queens-infant-disfigured-botched-bris-lawsuit-charges">http://www.dnainfo.com/new-york/2013030 ... it-charges</a>

היימישער ליטוואק » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:06 pm

· #93174
מחלוקת צו ריבוי בשיעורים איז דאורייתא אדער דרבנן...

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:19 pm

· #93179
און דער קאורט גייט פסק'ענען ווי וועמען מען נעמט אן להלכה?? 🙄

עסן עסט'זיך » דינסטאג מערץ 5, 2013 2:02 pm

· #93204
רחמנא ליצלן דאס קען אויכעט ברענגין מער שאדין צו די מערכה פאר ברית מילה כהלכה

קאך_לעפל » דינסטאג מערץ 5, 2013 2:30 pm

· #93220
להחליש כח התאווה......

ברסלבער » דינסטאג מערץ 5, 2013 2:58 pm

· #93233
אז מ'רעדט שוין, א מוהל איז נישט קיין כיבוד, מען קען נישט מכבד זיין איינעם צו זיין מוהל ווייל ער איז א גרויסער צדיק אדער ער איז מיין קרוב משפחה, א מוהל דארף קענען די פאך, און האבן אסאך עקספיריענ'ס, פארן רבי'ן/קרובים וועל איך געבן סנדק/ברכות/סנדק מעומד/וכו'.
אבער מען קען דאך עס נישט טוהן צו אים? ער וועט דאך זיין ברוגז אז מען האט אים נישט גענומען פאר מוהל? וועגן די רחמנות געפילן הערט מען נאכדעם אזעלכע מעשיות.
איי ווי אזוי וועלן די נייע מוהלים זיך לערנען? איך ווייס נישט, אבער נישט אויף מיין קינד.

ידען » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:15 pm

· #93243
מוהלים מיטשענען יעדען וואס האט געבוירען א נייע אינגעל בעיבי.

די מוהל ביי די מעשה איז עקספיריענסט?

למדן » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:18 pm

· #93245
אזויווי א דאקטאר לערנט זיך יאהרן מיט א צווייטן און ווען ער האלט אז ער קען שוין הייבט מען אהן מיט די אייגענע, און דו מוזט דאך איהם נישט נעמען פונקט ווי די גייסט צו א דאקטאר מיט מער עקספיריענס

ברסלבער » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:19 pm

· #93246
ידען
מוהלים מיטשענען יעדען וואס האט געבוירען א נייע אינגעל בעיבי.

אנשטאט רחמנות האבן אויפ'ן מוהל, דארף מען ענדערש רחמנות האבן אויפ'ן קינד, און אויף די דורות הבאים.