☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קרית יואל ביה"ח אפגעטיילט מענער און פרויען, למה?

קרית יואל ביה"ח אפגעטיילט מענער און פרויען, למה?

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3093

גאלד » זונטאג מערץ 3, 2013 12:29 pm

· #92130
קרית יואל ביה"ח אפגעטיילט מענער און פרויען, למה?
איך ברענג ארויף דער טעמע לאור די טראגעדיע פון די גלויבער פארפאלק,
איך ווייס אז אין די ביה"ח אין קרית יואל זענען די מענער אין פרויען אפגעטיילט, עכ"פ די אלטע זיכער
און אנדערע סאטמארע בתי חיים איז עס נישט אזוי, און ס'פלעגט נישט צו זיין אזוי אין אייראפע,

כפי השמועה הער איך אז מ'גייט לייגן די נפטרים אין די נייע חלקה תחת קהילת רז"ל,
איך וואונדער מיך צו ס'האט קיינער בקהלה רז"ל דערווייל נישט מציע געווען אז דער נייער ביה"ח זאל מען לאזן מישן,
אזוי זאל מען כאטש האבן א אפשען אויב א משפחה וויל זיך קויפן א "פעמילי פלאט" וכדומה,
דא בנידן דידן וואלט דען נישט געווען מער פאסיג אז די נפטרים זאלן ליגן איינס לעבנס אנדערע?
און בכלל איז מער פראקטיש אז א זיידע/באבע זאלן ליגן ביינאזאם אזוי איז איבעראל

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 3, 2013 1:11 pm

· #92157
לאו דוקא אין קרית יואל.
און מאנסי, קרית פאפא, שיכון סקווירא איז אויך אזוי.
לכאורה איז זייער טעם געווען כדי צו פארזיכערען גדרי צניעות ווען מ'קומט באזוכען דעם קבר. איי, מענער גייען דאך סייווי צו די באבעס? א גוטע קשיא.
גראדע, מיין סאטמערע פעטער האט מיר לעצטענסט געזאגט, אז ער וויל ליגן אין NJ בית החיים, ווייל ער וויל דוקא ליגן מיט זיין ווייב. אזוי ווי זיינע זיידעס און באבעס.
ס'איז נישט פאר יעצט, אבער די ענין איז א תוצאה פון נישט חתונה האבן מיט א פרוי, נאר מיט א "שטוב" און א "הער נאר".
די פראבלעם איז אז אט די משוגעים זיי פירען אונז ביים נאז.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 3, 2013 1:12 pm

· #92158
איך האב געהערט אז אין ק"י איז עס אפגעטיילט פשוט ווייל די מענער האבן געוואלט ליגן נענטער צום ציון. אבער אזוי ווי אסאך "מנהגים" און "מסורה" גייט דאס שוין זיין פארן נעקסטן דור א הלכה למשה מסיני, און איינער וואס איז משנה פונעם דרך המסילה איז עובר אויפן חדש אסור מה"ת.

יידל » זונטאג מערץ 3, 2013 1:58 pm

· #92178
ס'פלעגט טאקע נישט זיין אזוי אין אייראפע? איז דאס א נייע ערפידענדע חומרא על אדמת אמעריקע?

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 3, 2013 1:59 pm

· #92179
יידל
איז דאס א נייע ערפידענדע חומרא על אדמת אמעריקע?

YES

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2013 2:00 pm

· #92180
קאווע טרינקער
און מאנסי, קרית פאפא, שיכון סקווירא איז אויך אזוי.


וואו מאנסי? וויזניץ בית החיים?
איך האב דארט 2 נאנטע ליגן, ס'איז געהעריג תערובות (for a lack of a better word)

גאלד » זונטאג מערץ 3, 2013 2:02 pm

· #92181
מ'ברויך נישט מאכן קיין גרויס ריסערטש דאס צו מברר זיין, די פילע בתי חיים אין אייראפע זענען חיים וקיימים פאר יעדן צו זעהן, קיינע זענען נישט אפגעטיילט

ברסלבער » זונטאג מערץ 3, 2013 2:11 pm

· #92187
געוויסע בתי חיים אין אייראפע זענען אויך אפגעטיילט, אבער נישט מענער און פרויען, נאר ארטאדאקסן און נעלאגן מיט א גדר אינדערמיט, קען זיין אז מען האלט די היינטיגע פרויען פאר א שוואכערע סארט? גיי ווייס..

זר זהב » זונטאג מערץ 3, 2013 6:52 pm

· #92327
מ'האט זיי געלייגט איינס נעבן צווייטן.

גאלד » זונטאג מערץ 3, 2013 7:22 pm

· #92345
זייער צום שכל, ב"ה די חברא קדישא האבן די קאפ אויפן פלאץ...

DotCom » זונטאג מערץ 3, 2013 8:32 pm

· #92368
די סיבה האב איך געליינט אמאל ערגעץ כגעדענק שוין נישט וואו, אז ביי זיווג שני האט מען זיך נישט געפירט צו לייגן איינס נעבן אנדערן און רוב עלטערע אידן אין סאטמאר זענען דאך געווען מלחמה איבערלעבער וואס האבן חתונה געהאט בזיוו"ש, אזוי איז עס שוין ווי איינגעפירט געווארן אז מען לייגט אפגעטיילט.

איך אויך » זונטאג מערץ 3, 2013 8:38 pm

· #92371
גראדע לאו דוקה מען טרעפט אין די בתי חיים אינדערהיים אויך גענוג פלעצער ווי עס איז דא שורות פון מענער און שורות פון פרויען, נאר מטבע הדברים איז עס נישט אזוי שיין 'מסודר' ווייל אסאך בתי חיים זענען אויף בערג אדער אנדערע נישט מסודרדיגע אופנים, אנדערש ווי די היינטיגע בתי חיים.

signout » מאנטאג מערץ 4, 2013 7:04 pm

· #92754
DotCom
די סיבה האב איך געליינט אמאל ערגעץ כגעדענק שוין נישט וואו, אז ביי זיווג שני האט מען זיך נישט געפירט צו לייגן איינס נעבן אנדערן און רוב עלטערע אידן אין סאטמאר זענען דאך געווען מלחמה איבערלעבער וואס האבן חתונה געהאט בזיוו"ש, אזוי איז עס שוין ווי איינגעפירט געווארן אז מען לייגט אפגעטיילט.

אויך געהערט פין ר' שלמה שמש אז דאס איז די סיבה, א אנוועזענדער האט מיר געזאגט אז כדי שלא לשנות האט מען דאס געמאכט א סיעוף אין די סאטמארע שטאטוטען, אין ניו זשורזי איז אויך נאר דא די מיטעלסטע שורה, אבער אין קרית יואל איז א דורכגאנג צווישן די מענער אין פרויען, אבער ביי די רעכטע זייט ווי מען אויבן אנגעהויבן לייגען מענער דארט וועט יא זיין חלקה'ס ווי מען וועט אומאפציעל לייגן איש ואשתו (נישט לעבן אבער אינטען צווייטן)

ידען » מאנטאג מערץ 4, 2013 8:44 pm

· #92812
DotCom
די סיבה האב איך געליינט אמאל ערגעץ כגעדענק שוין נישט וואו, אז ביי זיווג שני האט מען זיך נישט געפירט צו לייגן איינס נעבן אנדערן און רוב עלטערע אידן אין סאטמאר זענען דאך געווען מלחמה איבערלעבער וואס האבן חתונה געהאט בזיוו"ש, אזוי איז עס שוין ווי איינגעפירט געווארן אז מען לייגט אפגעטיילט.

כאב געמיינט אז סאטמאר רביצין אלטע פייגע איז געווען די צווייטע ווייב פונעם רבין. יעצט הערעך אז סע געווען זיין ערשטע ווייב.

אויזער אפשר רביס האבען אנדערע מנהגים.

דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:03 pm

· #92879
דאס איז ווארשיינדליך געהאט צו טוהן מיט דער הויפט דעה-זאגער איבער דער בית החיים כ"ו אב תשל"ט, היות דער סאטמאר רב איז געוועהן דער ערשטע בר-מינן צו ווערן באהאלטן אין דער בית החיים.
אין דער בית החיים וואס דער רבי האט געקויפט אין ניו-יערסי האט ער נישט פארפליכטעט דער מאדענע איינפירונג. דער אפטיילונג אין קרית יואל האבען עקסטרימיסטן איינגעפירט.

אלענפאלס, ווער האט מקדש געווען דער בית החיים כ"ו תשל"ט?
ווער איז געוועהן דער ערשטע מאן צו ווערן באערדיגט?
ווער איז געוועהן דער ערשטע פרוי צו ווערן בארערדיגט?
אז מ'האט גלייך אנהייב אזוי אויסגעשטעלט דעם אפטיילונג סיסטעם.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:05 pm

· #92882
ידען
כאב געמיינט אז סאטמאר רביצין אלטע פייגע איז געווען די צווייטע ווייב פונעם רבין. יעצט הערעך אז סע געווען זיין ערשטע ווייב.

געווען די צווייטע ווייב.
די ערשטע איז געווען א טאכטער פון פלאנטשער רב

איך אויך » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:47 pm

· #92911
שמעקי כאדיך שוין נעכטן געבעטן צו טוישן די בעטעריס פן דיין סארקאזם דיטעקטער.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2013 10:53 pm

· #92916
יאפ, כ'בין נישט אנגעקומען דערצו, פונקט ווי מיינע סמאוק דעטעקטאר בעטעריס... ביסט נישט דער ערשטער וואס זאגט עס מיר... גיי מיר שוין טוישן!
(אוי לאותה בושה)

ודי למבין » מאנטאג מערץ 4, 2013 11:30 pm

· #92936
עס איז דא א ברייו אין שפע חיים ווי די קלויזנבורג רב זצ"ל שרייבט אז אזוי איז געווען די מנהג אין רודניק אפטיילן מענער און פרויען
בדו"ו אין גן עדן איז מען צוריק צוזאמען

ראש המדברים » דינסטאג מערץ 5, 2013 12:02 am

· #92953
איך האב געהערט אז סאטמאר רבי ז"ל האט געמאכט די תקנה, ווייל א זיווג שני ליגט נישט נעבען דעם מאן, און טאקע דייקא האט ער געמיינט זיין זיווג שני.
דאס האב איך געהערט פון איינע פון די ראשי החברה קדישא נב"מ, אבער כנראה עזריאל גליק איז געווען שטארקער אין סאטמאר