☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעיקינג: עד המדינה אין פרשת אולמערט טויט!

ברעיקינג: עד המדינה אין פרשת אולמערט טויט!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3082

מיין מיינונג » פרייטאג מערץ 1, 2013 2:18 am

· #91666
ברעיקינג: עד המדינה אין פרשת אולמערט טויט!
היינט צופרי איז אין ירושלים געשטארבן שמואל דאכנער, דער עד המדינה אין פרשת אולמערט. ווי באקאנט האט מדינת ישראל'ס פרעימער אהוד אולמערט געמוזט אפטרעטן פון בענקל, זייענדיג אין אמט, נאך וואס מ'האט אים אנגעבליך געטראפן שולדיג אין קאראפציע סקאנדאלן ווי נעמען שוחד אין די צייטן וואס ער האט געדינט אלס מעיאר אין ירושלים. די פרשה האט איבערגעדרייט דאס לאנד ת"ק פרסה על ת"ק פרסה, אבער ווי עס שיינט וועט זיך עס ענדיגן אן קיין שום קלאגע קעגן אולמערט!

לעצטן זומער האבן די ריכטער אינעם קעיס געטראפן אולמערט אומשולדיג אויף כמעט אלע קלאגעס, אבער זיין קעיס איז נאך אנגעגאנגן פאר אפאר קליינע קלאגעס, יעצט ווען עס קומט די נייעס אז דער הויפט עדות איז געשטארבן, העלפט דאס צו אז די פרשה זאל קומען צו א ענדע גאר בקרוב, און דאס וועט געבן פאר אולמערט דעם שליסל צוריק אריינצוקמען אויף מדינת ישראל'ס פאליטישע ארענע, און ווארשיינליך צוריקבאקומען דעם ראש הממשלה אמט, וואס איז אוועקגעריסן געווארן פון אים אזוי פריצייטיג.

יתרו » פרייטאג מערץ 1, 2013 1:15 pm

· #91765
מיינסט צו זאגן אין דער יהי זכרו ברוך אשכול

עוד מישהו » מוצ"ש מערץ 2, 2013 9:10 pm

· #91837
אין מדינת ישראל איז דא א באפעל פון געריכט נישט צו שרייבן זיין נאמען עס איז צענזוזירט, וועגן דעם רופט מען די עד אויף ר"ת דאס הייסט ש.ד.
מ'געט איבער אז אויף זיין מציבה וועט מען שרייבן
פ.נ.ש.ד.ת.נ.צ.ב.ה.

ודי למבין » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:17 am

· #93079
מען האט יעצט ארויסגעגעבן זיין נאמען שמואל דאכנער ז"ל
א 'ניצול שואה'

טעפל » דינסטאג מערץ 5, 2013 10:26 am

· #93083
ודי למבין
מען האט יעצט ארויסגעגעבן זיין נאמען שמואל דאכנער ז"ל
א 'ניצול שואה'
📎 936597690.jpg

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 6, 2013 9:35 pm

· #94029
[ציטאט אראפגענומען]

ער אליין, געווען א דתי?