☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לעב דיין אייגענעם!

לעב דיין אייגענעם!

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3081

משה געציל » פרייטאג מערץ 1, 2013 12:36 am

· #91642
לעב דיין אייגענעם!
אנגעזעצט באמאכט,
טראכט פארמאכט,
פארוואס פארשמאכט?
פארוואס פארקראכט?

דער קאפ יאגן,
אסאך צו זאגן,
פארוואס צוטראגן?
פארוואס צושלאגן?

פילע געדאנקן,
ווי אין אלטע באראקן,
פארוואס פארדעקן?
פארוואס נישט אנטפלעקן?

נייע ערפינדונגען,
אין קאפ שווימען,
פארוואס פארבינדען?
פארוואס נישט ארויסקומען?

קונטסליכע טאלאנטן,
שטויביגע בריליאנטן,
פארוואס פארשמאכטן?
פארוואס לעבן א פארקראכטן?

וויינט פארקלערט,
דאס לעבן צושטערט,
פארוואס פארטרערט?
פארוואס נישט פארקערט?

דער מח קלאגט,
שרייט און זאגט,
פארוואס פארפלאגט?
פארוואס פאריאגט?

דער הארץ צופליקן,
מחשבות פארשיקן,
פארוואס אונטערדריקן?
פארוואס נישט דערקוויקן?

צובראכן טוט שפירן,
געפילן נישט פראדאצירן,
פארוואס פארפירן?
פארוואס נישט צופרידן?

דיין רצונות אויספיר,
לעב נישט פאר מיר,
צופרידן שפיר,
לעב פאר דיר!

דיין הארץ באפריידיג,
נישט פוסט און ליידיג,
יענער מעג שרייען הייזעריג,
דיינע כוחות פארטיידיג!

טאלאנטן אנטפלעקן,
נישט פארדעקן,
יענעם מיז נישט שמעקן,
טוה נישט שרעקן!

געדאנקען אויסשמוסען,
נישט פארשליסען,
זיי נישט צוריסען,
דריי דיך נישט פארביסען!

מחשבות ערפיל,
וועסט שפירן פיל,
א געשמאקע געפיל,
נישט לעהר נאר א ציל!

שרעק פון קיינער,
נאר פון בורא איינער,
לעב א ברייטער,
נישט פאר א צווייטער!

טעפל » פרייטאג מערץ 1, 2013 3:36 am

· #91679
איך קראץ מיין נאז
וואס איז דאס
א נייע פארמעסט
כ'בין גוט פארזעצט
לעב פאר דיר
קוק נישט אויף מיר
טוה מיך נישט פארדאמען
כ'קען נישט גראמען

משה געציל » פרייטאג מערץ 1, 2013 10:00 am

· #91707
זייער פיין,
הערליך שיין,
טעפל, קענסט,
נעקסטן פארמעסט,
דיינע גראמען,
מיר ווארטען!

איחוד פעלד » פרייטאג מערץ 1, 2013 10:05 am

· #91709
בקבלה האבען מיר,
אז גראמען האבען נישט קיין שיעור,
אמאהל פארגעסען נאר די לייטען,
דער האלב דער צווייטען,

משה געציל » פרייטאג מערץ 1, 2013 2:28 pm

· #91787
וואס איז דאס "לייטען"?

חשבון » פרייטאג מערץ 1, 2013 3:16 pm

· #91795
זייער שיין
משה געציל אליין
מיט זיין אייגנארטיגן חן

קינות גירושין » פרייטאג מערץ 1, 2013 4:25 pm

· #91812
איך קען נאר וויינען
מיין אינגעל איך וויל צו דיר רעדן
סאיז ערב שבת איך וויל הערן וויאזוי סגעווען די וואך
פאריגע מאל האסטו מיר געזאגט אז איין אינגעל פון דיין חדר טשעפט דיר זייער אסאך
ווען ער קען חוזק מאכען פון דיר אז דיינע עלטערן זענען גגט טוט ער אזוי
אין האב גערעדט צו זיין טאטע, אבער אנשולדיג איך מיין אז סוועט נישט העלפען
דער טאטע איז א כולל אינגערמאן ער האט 7 אין א האלב קינדער און ער קען זיך נישט אפגעבן מיט יעדעם באזונדער
ער האט מיר געזאגט אז ער וועט בעטן די באשעפר אז אלעס זאל זיין גוט מיט דיר
לכאורה וועסטו מיך שוין נישט קענען קאלען דעם ערב שבת ווייל ur mother is on u
כטראכט איז פון היינט און ווייטער ווען כוועל דיר וועלן עפעס זאגען וועל איך עס דא שרייבען
און ווען די וועסט עלטער ווערען וועל איך דיר געבן מיין ניק ,און די וועסט דיין הארץ עפענען און דיין מוח אויפקלערן
(עפעס האט געגראמט דא?איך קען נישט ליינען מיין אויגען איז נאס פון טרערן גוט שבת חברה)

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 1, 2013 4:27 pm

· #91813
גע'לייק'ט בטעות. נישטא קיין "וויין" קנעפל.
ר' קינן, דו קענסט שוין אוודאי די אלע חיזוק משלים (אן קיין נמשל)... איין זאך זיכער, ס'וועט נאך זיין גוט. גוט? בעסער!

איחוד פעלד » מוצ"ש מערץ 2, 2013 7:34 pm

· #91823
משה געציל
וואס איז דאס "לייטען"?


מענטשען.

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 2, 2013 9:02 pm

· #91836
א גראם (מיט)/ אן א טעם
א "גראם" וואס אני הקטן האב מחבר געווען אין אויטאבוס כדי די קינדער זאלן זיצן. והנה:
רבותי, ס'איז כלו כל הקיצין
ס'איז גרויסע היצן
און דער עולם טוט זייער שטארק שוויצן
ע"כ, דעריבער בעט איך יעדער איינער זאל זיצן.
איך ווייס אז מיין גראם
איז אינגאנצן אן א טעם
איך וויל ענק אבער זאגן
אז ס'זאל דיך נישט דרייען דער מאגן.

משה געציל » מוצ"ש מערץ 2, 2013 10:01 pm

· #91856
קענסט דאך יא! וואס זאגסטו אין ווינטער?

ידען » מוצ"ש מערץ 2, 2013 10:18 pm

· #91863
איך בין אנגעזעצט און צוקלאפט
אינגאנצען פארשקלאפט
איך זעה מיך נישט ארויס
פון דעם גאנצען געמויז

איך וויין און איך שריי
מיין ווייטאג מיין קאפ פאדריי
איך עס מיך אין הארץ
איך פיל אלעס איז שווארץ

מיין ווייב פארשטייט מיך נישט
זי מיינט איך בין צומישט
און איך בין גערירט
זי פארפירט

מיין אנגעזעצטע אשכול איז שוין געווען גרייט
אבער אלעס איז געווארען פארדרייט
איך קעניש יעצט נאך אמאל אנהייבן
איך קען מיך נישט צאמקלייבן

משה געצל האט א גראם געמאכט
האב איך געטראכט
פארוואס פונקט ביינאכט
בינעך אזוי פארקראכט

ער רעדט צו מיר
פארוואס איך פארפיר
מיינע דמיונות אויסקלארן
און אויפהערן צו פארפארן

עס נעמט מיך שוין אזוי לאנג
עס טוט מיך שוין באנג
פארוואס האבעך מיר אריין געלייגט
אין א זאך וואס איז נישט פאר מיך געאייגט

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 2, 2013 11:46 pm

· #91906
משה געציל
קענסט דאך יא! וואס זאגסטו אין ווינטער?

אין מיין באס איז דא היצן אום ווינטער אויך.

טעפל » זונטאג מערץ 3, 2013 5:35 am

· #92007
אידען זאגען דא טעמן
מ'רעד מיך איין אז כ'קעו גארמען
ענק וועט מען שמייסען
ווען מ'וועט אין מיך אריינבייסען
כ'שיס הודו מיט כוש
כ'מאך פון אלעס א מיש