שלום בית אשה VS חינוך ISSUE – מה עדיף?
די מעשה, די פאקטען.
מיום שעמדתי על דעתי גרייט איך אן א טעפל וואסער (נעגל וואסער) נעבן מיין ערשי. אנגעהויבן האט זיך עס אלץ א מצוה, שפעטער אלץ די פחד פון צורירען די גוף איידער מ'וואשט די הענט, און היינט צו טאגס איז דאס א רגילות, און איך האב וויכטיגערע זאכן אויף וואס לוחם צו זיין. עכ"פ די קינדערלעך וואקסען אונטער, ברוך ה', און ס'מאכט זיך דא דארט אז זיי פארגעסען אנצוגרייטן דעם טעפל וואסער ביי זייער קליינער בעטעלע (כאילו מיינס איז גרעסער).
יעצט די שיטות:
איך האלט אז אין אזא פאל זאל איך נישט אנגרייטען פאר זיי נעגל וואסער, אזוי ארום, וועלען זיי אינדערפרי זיך שפירען ווי-איינער-זאגט stuck אין בעט, און כתינוק הצריך לאמו שרייען מאמי, מאמי, מאמי, כ'דארף נעגל וואסער.. דאס וועט מעגליך געבן א ביטערע טעם (בפרט אויב די מאמע וועט נאך אריינגעבן דברים קשים אזויווי זי גיט פאר זייער טאטע), און האפענטלעך וועלן זיי אויפדערנאכט שוין געדענקן רואה צו זיין דעם נולד, אן אנגרייטען נעגל ווייסער.
זי שרייט אבער, אז אינדערפרי, ווען זי שטייט אויף-איז זי שטערבלעך מיד (כ"ש שפעטער אין טאג) און ס'איז איר א שרעקלעך אפקומעניש צו גיין פון די וואנע ווי די שיסעל און טעפל זענען ביז צו א כשרע(?) סינק, און צוריק צו די קינדער שטוב. ע"כ איז דאס ממש א רשעות וואס איך טו צו איר מיט דעם וואס איך גרייט נישט אן נעגל וואסער פאר די קינדער.
און די טענות:
איך שריי: אויב ס'איז דיר שווער אינדערפרי, דאן ווען זיי גייען שלאפן געדענק זיי צו דערמאנען.
זי שעלט: דו האסט די ברירה זיי צו לייגן שלאפן
איך ענטפער: כ'מוז דאך ברענגן פרנסה
זי ברומט: אייביג האסטו תירוצים: פרנסה, מנחה, מעריב, וואך-נאכט
איך: -----
איז די שאלה:
שלום בית וחינוך, איזה מהן עדיף?
אזויווי ס'איז נוגע פאר היינט נאכט, וואלט געווען גלייך אז די אלע וואס טוהן אין שלום בית און אין חינוך, אדער אין ביידע צוזאמען, זאלן פושט זיין מיין דרך אשר אלך בה.