☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #3073

אשכול אן א טיטל #3073

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3073

— » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:08 pm

· #91417

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:13 pm

· #91422
אנאנים wow
הערליכע ארבעט קיף אן שרייבען
משל טוב פאר דיין 500 תגבוה כמותך ירבו בשטיבל

דולה ומשקה » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:38 pm

· #91630
קוק דער אשכול מיטן נאמען "מיין מזל איז..."
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/563">viewtopic.php?f=13&t=563</a><!-- l -->

ונבנתה העיר » פרייטאג מערץ 1, 2013 1:49 am

· #91662
[ציטאט אראפגענומען]

טאקע די וואך [שמות ל"ג, כ"א] שרייבט ער:

והנה המשתחוה למלאכת השמים לא יועילו לו, כי אם מה שנגזר עליו כפי מערכת כוכבי מולדתו כן יקרנו. חוץ אם ישמרהו כח העליון יותר מכח הכוכבים שיהיה דבק בו. אז ינצל מהגזרות.

ואתן לך משל חשוב שהיתה מערכת הכוכבים שיגדל נהר על עיר אחת וישטוף אנשיה או ימותו. ובא נביא והזהירם שישובו אל השם בטרם בא יום רעתם ושבו אליו בכל לבם. ובעבור שדבקו בו נתן בלבם שיצאו אנשי העיר לחוץ להתפלל אל השם והנה עשו כן. וביום ההוא גדל הנהר פתאום כמנהגוו כאשר ראינו בעינינו פעמים רבות ושטף כל העיר והנה לא סרה גזירת השם והוא הצילם. וחשוב כי המשרתים ירוצו כסוסים עוברים במסלה ולא ירוצו להרע או להטיבו רק ככה דרכם וחשוב כי במסלה איש עור לא ידע מנהג הסוסים מתי הולכין אל ימין או לשמאל. והוא נשען על פקח שידע סורם. והנה הוא ישמרנו כי ברוצם בצד זה יוליך העור לצד האחר ומרוצת הסוס לא תשתנה והעור ימלט. ובעבור זה אמר ה' אחר אשר חלק. ואתכם לקח ה' להיות לו לעם נחלה. ככה: לא כאלה חלק יעקב כי יוצר הכל הוא. וזהו: ונפלינו אני ועמך.

וזהו שאמרו חכמינו ז"ל אין מזל לישראל כל זמן שהם שומרי התורה. ואם לא ישמרוה ישלוט בהם המזל כאשר הוא מנוסה. כי כל מחברת ומזל דלי במערכת רעה. הנה יבא רעה לשונאי ישראל. והיודעים חכמת המזלות יודו כן. והנה הייתה במערכת השמים במחברת שיעמדו בגלות מצרים עוד שנים רבות. ובעבור שצעקו אל השם ושבו אליו הושיעם השם.

וכאשר יקרה לכלל כן יקרה ליחיד, על כן שומר תורה אשרהו.


און אז מען רעדט שוין פונעם אבן עזרא די וואך: ביי די מעשה העגל רעדט ער באריכות כמה שיטות, אינדערמיט שרייבט ער: ויש אומרים כי ישראל רמו אהרן שעשו דפוס עגל והשליך אהרן הזהב באש ולא הרגיש. וראייתם ואשליכהו באש ויצא העגל הזה. וזה אינו נכון, כי אהרן איך בחרו השם אם היה טפש, שירמוהו פתאים.

ברסלבער » פרייטאג מערץ 1, 2013 12:43 pm

· #91744
א גרויסן דאנק אייך - הרב ממי - פארן בארייכערן מיינע ידיעות מיט דעם ארטיקל און מיט אלע דיינע אנדערע ארטיקלן, כה יתן ה' וכה יוסיף, קיפ אפ יור גוד ווארק.

איך האב קיינמאל נישט געטוהן אין דעם ענין, אבער ליינענדיג דיין געשמאקע ארטיקל, איז מיר בייגעפאלן עטליכע הערות.
דו זאגסט אז עס איז דא צוויי חלקים; אסטראנאמיע – ווי אזוי די מערכת הכוכבים גייען, און אסטראלאגיע – צו קענען זעהן אויף די שטערנ'ס די מזל פונעם מענטש.
אבער איך מיין אז עס דא א דריטע זאך, דאס אז דער מענטש האט א מזל וואס ער ווערט געפירט דורך דעם, מוז נישט האבן צו טוהן מיט דעם אז מענטשן אויף די וועלט זאלן עס קענען זעהן, די שבעה כוכבי לכת וואס טוישן זיך יעדע שעה, וואס דערפאר מאכט מען נישט קידוש צווישן 6-7, דאס קען קיינער נישט זעהן אויף די וועלט, דער מזל פירט עס און מיר זעהן עס נישט.
לפי זה ווערט פארענטפערט געוויסע סתירות און מחלוקת'ן וואס דו האסט געברענגט, אז חודש אדר האבן אידן א גוטע מזל איז נישט קיין סתירה מיטן נישט גיין צו א שטערן זעהער, ווייל אפילו מען האט טאקע א גוטע מזל מוז נישט זיין אז די מענטשן קענען עס זעהן, און דאס וואס דער רמב"ם איז ברוגז אויף די שטערן זעהער'ס קען אויך זיין מהאי טעמא אז מען קען עס נישט זעהן, און לויט דעם איז פארענטפערט די השגת הראב"ד אז דער אייבערשטער האט איבערגעגעבן די הנהגה פאר מזלות, און אזוי איז דער אבן עזרא נישט קיין סתירה מיטן רמב"ם.
און לגבי דעם ענין פון אין מזל לישראל, מוז אויך נישט זיין אז אידן האבן בכלל נישט קיין מזל, נאר אז אידן האבן א כח התפלה וואס איז העכער פונעם מזל, און ווען זיי בעטן דעם אייבערשטן ווערט געטוישט דער מזל צום גוטן, און לויט דעם איז נישט קיין קשיא אויף "מזל טוב", "זאל זיין מיט מזל און ברכה", און אויף די גמרא אז א איד האט א גוטע מזל חודש אדר, ווייל אידן האבן אויך א מזל, נאר זיי קענען עס טוישן צום גוטן.

יאיר » זונטאג מערץ 3, 2013 12:07 am

· #91909
זייער א שיינער פאוסט, ממי. עטליכע הוספות:
מען דארף צולייגן אז די חכמי בבל ופרס זענען נישט געווען בלויז עובדי צבא השמים און בקיאים אין אסטרולוגיה, נאר אויך אין אסטרונומיה זענען זיי געווען גאר שטארק באקאנט, זיי האבן געקענט דעם גאנצן הילוך פון כוכבי השמים. (איך בין נייגעריג וואס איז געווען דער טשיקן און וואס איז געווען דער איי, ס'הייסט, זיי האבן געטון אין אסטרונומיה און דערפאר זענען זיי אזוי נתפעל געווארן אז זיי האבן עס אנגעהויבן דינען, אדער פארקערט, זיי האבן שטודירט די צבא השמים ווייל זיי האבן געדינט דערצו). אלענפאלס, השפעות פון ביידע חכמות זענען גאר שטארק ניכר אין חז"ל, וועלכע לייגן א שטארקע דגוש אין תלמוד בבלי סיי אויף אסטראנאמיע וואס רעכנט אויס די חכמה לגבי דעם לוח, און שרייבט אז דאס מיינט כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים און אז מען איז מחוייב דאס צו שטודירן, און סיי אויף אסטראלאגיע, וואו די גמרא איז פול מיט מיסטעריעזע באהאלטענע כוחות וואס שפילן זיך אפ דורך די צבא השמים.
דער רמב"ם איז, כידוע, געווען שארף אויסגעשפראכן קעגן יעדע אומלאגישע חכמה, דאס רעכנט אריין אסטרולוגיה, כישוף, לחשים, סגולות און אלע אזעלכע זאכן. אויך ידוע אז דער גר"א (יו"ד סי' קע"ט אות יג) שרייבט גאר שארף אויף אים צוליב דעם, מיט'ן לשון "כבר הכו על קדקדו", און ער שרייבט אז די פילוסופיה הארורה האט אים מטעה געווען צו לייקענען אין לחשים און אין כישוף, עפעס וואס חז"ל זענען פול מיט דעם.
אבן עזרא איז געווען א שטארקער חסיד פון אסטראלאגיע, און דאס איז מסתם די איינציגע אומראציאנעלע כוח אין וואס ער האט געגלייבט, עד כדי כך, אז ער שרייבט אז דער אורים ותומים איז נישט געווען קיין שמות הקדושים, נאר געוויסע פארעמען פון כסף וזהב וואס האבן א השפעה אויף די מזלות! איך וואלט מער מאריך געווען איבער די שיטה נאר איך האב מורא אז מ'וועט מיר פארשטיינערן.

עסקן בדברים » מיטוואך מערץ 6, 2013 9:03 pm

· #94012
ווילאנג ס' נאך חודש אדר וויל איך אנמערקן אז דעס וואס מענטשן לייגן א פיש אויף די משנכנס טאוולען איז א טעות ווייל די מזל איז צוויי פיש. אזוי איז די בילד אין די שטערנס, וועגן דעם שטייט דגים ל' רבים (נאר ביי אדר).
אויזער דעם וואס די מזל פון יעדער אידישער חודש איז שוין היינט אפגערוקט מיט א מזל צוויי (איך געדענק נישט פונקטליך) און ס' האט נישט קיין פשט צו בלייבן מיט די מזלות וואס זענען געווען פונקט 2000 יאר צוריק

עסקן בדברים » מיטוואך מערץ 6, 2013 9:11 pm

· #94018
ניין

עסקן בדברים » מיטוואך מערץ 6, 2013 9:16 pm

· #94021
וועליכע אסטרטלאגן גייען בכלל לויט די אידישע חדשים? זיי גייען לויט די שטערנס

עסקן בדברים » מיטוואך מערץ 6, 2013 9:19 pm

· #94022
נישט אז ס' אמת'דיג נוגע למעשה ווייל אסטרעלאגיא איז נארישקייטן

עסקן בדברים » מיטוואך מערץ 6, 2013 9:23 pm

· #94024
לויטן רמב״ם

יידל » מיטוואך מערץ 6, 2013 9:38 pm

· #94032
און לויט סייענס 😉

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 12:18 am

· #94128
עסקן בדברים
ווילאנג ס' נאך חודש אדר וויל איך אנמערקן אז דעס וואס מענטשן לייגן א פיש אויף די משנכנס טאוולען איז א טעות ווייל די מזל איז צוויי פיש. אזוי איז די בילד אין די שטערנס, וועגן דעם שטייט דגים ל' רבים (נאר ביי אדר).
אויזער דעם וואס די מזל פון יעדער אידישער חודש איז שוין היינט אפגערוקט מיט א מזל צוויי (איך געדענק נישט פונקטליך) און ס' האט נישט קיין פשט צו בלייבן מיט די מזלות וואס זענען געווען פונקט 2000 יאר צוריק

זייער אינטערעסאנט. פארוואס איז דאס, צוליב די עקספענשאן פון די אוניווערס?

עסקן בדברים » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:34 pm

· #94375
No, simply because our method of adding an "ibur" years to make out lunar based calender coincide with the solar calender is not perfect and
every 224 years, the Hebrew calendar will fall one day behind the current mean solar year

יידל » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:53 pm

· #94395
יאיר
עסקן בדברים
ווילאנג ס' נאך חודש אדר וויל איך אנמערקן אז דעס וואס מענטשן לייגן א פיש אויף די משנכנס טאוולען איז א טעות ווייל די מזל איז צוויי פיש. אזוי איז די בילד אין די שטערנס, וועגן דעם שטייט דגים ל' רבים (נאר ביי אדר).
אויזער דעם וואס די מזל פון יעדער אידישער חודש איז שוין היינט אפגערוקט מיט א מזל צוויי (איך געדענק נישט פונקטליך) און ס' האט נישט קיין פשט צו בלייבן מיט די מזלות וואס זענען געווען פונקט 2000 יאר צוריק

זייער אינטערעסאנט. פארוואס איז דאס, צוליב די עקספענשאן פון די אוניווערס?

ניין, נאר וויבאלד די ארביטס וואס די אלע שטערנס מאכן ארום די צענטער פון מילקי וועי צעמיש צעביסלעך די עליינמענט פון די זון מיט די ספעציפישע מזלות אין די ספעציפישע צייט. מזל אדר געפאלט היינט צו טאגס - רוב יארן - אביסל נאך פורים (פון מארטש 12 ביז אפריל 18).

ויקפדיה אויף מזל דגים שרייבט אז "כיום אין חפיפה בין קונסטלציית הדגים לבין אזור השמיים של מזל דגים בגלל נדידתן של נקודות השוויון."

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:09 pm

· #94578
עסקן בדברים
No, simply because our method of adding an "ibur" years to make out lunar based calender coincide with the solar calender is not perfect and
every 224 years, the Hebrew calendar will fall one day behind the current mean solar year

לויט דעם חשבון דארפן מיר זיין אפגערוקט נישט מער ווי געציילטע טעג.אגב, דאס איז גרויסע נייעס פאר מיר. וואס וועלן די חרדים טון ווען פסח וועט אויסקומען אין די גרויסע פרעסטן? וואס וועט גובר זיין, די מסורה פונ'ם לוח אדער די מסורה פון די גמרא?

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:15 pm

· #94584
יידל
ניין, נאר וויבאלד די ארביטס וואס די אלע שטערנס מאכן ארום די צענטער פון מילקי וועי צעמיש צעביסלעך די עליינמענט פון די זון מיט די ספעציפישע מזלות אין די ספעציפישע צייט.

צו וואלטסטו געקענט בעסער מסביר זיין פאר אזעלכע עמי הארצים ווי מיר ווי אזוי די ארביטס צומישן דעם סדר?

עסקן בדברים » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 10:20 pm

· #94674
יאיר
דארפן מיר זיין אפגערוקט נישט מער ווי געציילטע טעג.אגב, דאס איז גרויסע נייעס פאר מיר. וואס וועלן די חרדים טון ווען פסח וועט אויסקומען אין די גרויסע פרעסטן? וואס וועט גובר זיין, די מסורה פונ'ם לוח אדער די מסורה פון די גמרא?

You're right. According to this we moved 9 days in the past 2000 years. I remember from years ago that it was more like a month, but I don't know and I don't know how this coincides with the date of March 12 to APril 18 for Adar that Yidel brought (I don't know how to calculate the average Jewish month according to the solar calender
Someone with more knowledge needs to help us out

Your point about the very far future is really amazing. Artscroll gemara mentions somewhere in what year Pesach will come out in the winter according to our current calender
A 6 month shift should be like in 40,000 years from now. But it wil take less than that for the gedolim to start worrying about it. If Moshiach is still not here and the world would still be something like it is tday (not very likely) you can expect a big schism within ortghodox judaism over that issue.

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:38 pm

· #94722
עסקן, איך קען נישט גענוי דעם לוח, אבער ס'איז זייער מסתבר אז לויט דעם סדר פון אן עיבור יעדע דריי אדער צוויי יאר זאל אויסקומען דער מזל דגים לויט'ן סאלאר קאלענדער ערגעץ אין די צייט וואס יידל דערמאנט (און מ'דארף טאקע וויסן פארוואס מזל אדר הייסט שטענדיג דגים אויב ס'טוישט זיך כסדר לויט'ן עיבור יאר). וועגן דעם וואס דו געדענקסט אז ס'איז בהחלט מיט איבער א חודש גערוקט וועלן מיר מוזן צוקומען צו יידל'ס טענה אז ס'איז דא א שינוי אינ'ם סאלער סיסטעם זינט דעמאלט וואס איך פארשטיי נישט פונקטליך.

א שאד איך וועל נישט דערלעבן צו זען דעם טיילונג אין ארטאדאקסיע 😞. אבער קודם דארפן מיר וויסן וויפיל וועלן אוועקפאלן נאך שנת ו' אלפים.

עסקן בדברים » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:46 pm

· #94936
"בהחלט" I'm not saying
my memory could be mistaken

I don't think anyone will fall away in the year 6000. The source for the world ending is too weak. It is not like it's the first agadata that, taken literally, doesn't seem to fit reality. Furthermore, in that beraita is says that the 6000 years is divided into thirds and the last 2000 years is yemos hamoshiach. And the Rambam has very strong words that this agadata is not to be counted on and that the world will not end. There are also other souces brought down in the sefer "meshichei sheker" that give other reasons why even according to that gemara the world could continue (even after 7000 which is another shita). Now these shitos are not widely known, but when it starts getting closer to 6000 they will be more and more popularized and by then no one will take that year too seriously.